לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים יא
577וישלח
. . . במש"כ ע"ד חגיגת בר מצוה שחלה בחה"פ — ע"פ מש"כ בז"ח בראשית גודל השמחה ביום זה — מובן שצ"ל איזו מסיבה של שמחה ביום זה עצמו. ומובן שיכול לערוך עוד מסיבה בימים שלאח"ז בזמן ואופן המתאים, ובלבד שישמיעו בה ד"ת וחסידות.
לשון הברכה לקבוצת ברי־מצוח וחוריחם שיחיו
אור ליום הרביעי, כ"ב כסלו ח'תשמ"ג
דער אויבערשטער זאָל מצליח זיין און בענטשן יעדערן פון די עלטערן זיי זאָלן האָבן אַ סאך נחת, אידישן נחת און חסידישן נחת, פון דעם בר־מצוה, און פון אַלע זייערע קינדער, און מיט דער צייט — אויך פון אייניקלאַך און אור־אייניקלאךא,
און אויפנעמען דעם נחת אין גוטן געזונט און גוטע פרנסהב, ומתוך הצלחהג אין צוגעבן און מעלהד זיין בכל עניני טוב, ובכל עניני יהדות, תורה ומצוותי'ה, לאורך ימים ושנים טובות.
אַזוי ווי ס'איז דאָך דאָ דער מנהג (וואָס איז איינגעפירט געוואָרן אין די פריערדיקע יאָרן) אַז אין דעם טאָג פון זיין בר־מצוה (בימי החול) זאָל דער בר־מצוה געבן צדקה (פון זיינע אייגענע געלט) פאַרן דאַווענען, סיי אינדערפרי (פאַר שחרית)578און סיי פאַר מנחה [און אויב דער טאָג פון בר־מצוה איז ביום השבת ויו"ט — געבן צדקה בערב שבת ויו"ט און ביום ראשון שלאחרי זה] — זאָל יעדערער פון אייך (די ברי־מצוה) פירן זיך לויט דעם מנהג. ומה טוב — אַז אויך די עלטערן זאָלן אַזוי טאָן לזכותו פון דעם בר־מצוה.
און אויך — אַז ביום הבר־מצוה זאָל דער בר־מצוה אָפּלערנען דעם מזמור י"ד פון ספר התהלים, לויט דעם מנהג וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוו אַז יעדערער זאָל זאָגן (בכל יום) דעם קאַפּיטל תהלים המתאים למספר שנותיו, און דערפאַר, ווען מ'ווערט בר־מצוה, הויבט מען אָן אין דעם טאָג פון דער בר־מצוה (לערנען און) זאָגן דעם קאַפּיטל י"ד פון תהלים.
און דאָס וועט נאָכמער צוגעבן אין מקבל זיין אויף זיך עול תורה ועול מצוות מתוך שמחה וטוב לבב, און דאָס וועט אויך צוגעבן אין דעם נחת וואָס מ'וועט האָבן פון אים — סיי די עלטערן און די גאַנצע משפחה, און סיי זיינע מורים ומדריכים ומלמדים און ראשי ישיבות.
און דורך דעם אַלעם וועט צוקומען נאָכמער אין שלימות העם און שלימות התורה — וויבאַלד אַז עס זיינען צוגעקומען נאָך אידן וועלכע זיינען געוואָרן ברמצוה (אָדער בת־מצוה), און זיינען מקבל אויף זיך עול תורה ועול מצוות בשלימותז, בתוככי כלל ישראל — שלימות העם — וועלכע זיינען מקיים תורה ומצוותי' בשלימות — שלימות התורה.
און דאָס בריינגט אויך צו שלימות הארץ — אָנהויבנדיק פון שלימות ארץ ישראל הרוחניתח, ואין ענין יוצא מידי פשוטו — שלימות ארץ ישראל בגשמיות, כפשוטה, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"ט.
און דאָס אַלץ איז נאָכמער ממהר ומקדים דעם קיום היעוד „עלה הפורץ לפניהם"י — ביאת משיח צדקנו — וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט'ן שיעור חומש היומייא: „ויקרא שמו פרץ", ע"ש „פרצת עליך פרץ".
*
און יעדערער פון אונז, בתוככי כלל ישראל, זאָל בקרוב ממש זוכה זיין צו זען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
579ובפרט אַז מ'קומט דאָך ערשט פון דער גאולה פון י"ט כסלו, וואָס דעמולט האָט זיך אָנגעהויבן דער עיקר („שטורעם") פון הפצת המעיינות חוצהיב, און מ'שטייט אין די טעג וואָס זיינען אַ הכנה צו דער גאולה פון ימי חנוכה, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן נס השמןיג, וואָס „שמן" באַווייזט אויף רזי דרזין דאורייתאיד — און די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו איז דאָך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „יפוצוטו מעינותיך חוצה"טז.
און דורך דעם וואָס מ'איז מוסיף אין קיום והפצת כל עניני התורה ומצוותי', אָנהויבנדיק פון די מבצעים (מצוות) כלליים המפורסמים והאמורים כמ"פיז, און מ'טוט דאָס מתוך שמחה וטוב לבב — ובפרט אַז עס זיינען צוגעקומען נאָך אידן ברי־דעת (וויבאַלד זיי זיינען געוואָרן ברי־מצוהיח) וועלכע זיינען זיך מצטרף צו כלל ישראל — בריינגט מען אַראָפּ די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו באופן ד"אחישנה" ביותר וביותריט.
אויף צו מצטרף זיין זיך אין דער מצוה — וועל איך געבן לכל אחד ואחת וועלכע זיינען דאָ — צו אַ דאָלאַר, כדי צו אָפּגעבן אויף צדקה (בהוספה מדילי') אין דעם טאָג פון בר־מצוה.
ומה טוב — געבן דאָס (לצדקה) צו אַ מוסד וואָס איז פאַרבונדן מיט חינוךכ בני ובנות ישראל,
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „חנוכה" — חנוכה ע"ש ובזמן חנוכת המזבח יחנוכת המקדשכא, וואָס „חנוכה" איז אויך מלשון חינוךכב, וואָס דאָס580איז פאַרבונדן מיט חינוך עצמו וחינוך הזולת אַז ס'זאָל זיין דער ענין פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוך כל אחד ואחתכג.
און טאָן די אַלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, ובאופן דמוסיף והולך ואור, אין אַלע ענינים פון „נר מצוה ותורה אור"כד — כהוראת ימי חנוכה אַז מידי יום ביומו איז מען מוסיף אין נרות חנוכהכה.
און דורך דעם איז דער אויבערשטער מוסיף בברכותיו בכל המצטרך — לכל אחד ואחת בתוככי כלל ישראל.
(קודם חלוקת השטרות פנה כ"ק אדמו"ר שליט"א לברי־המצוה, ואמר:)
איר זאָלט ניט פאַרגעסןכו געבן לצדקה אין דעם טאָג פון בר־מצוהכז פאַרן דאַווענען, סיי אינדערפרי און סיי פאַר מנחה.