English
ספרייה

לקוטי שיחות

וישלח א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

144וישלח

א. אויפן פסוקא „וירץ עשו לקראתו ויחבקהו ויפול על צוארו וישקהו ויבכו", איז רש"י מעתיק דעם וואָרט „ויחבקהו" און איז מפרש: „נתגלגלו רחמיו כשראהו משתחוה כל השתחוואות הללו". דערנאָך איז ער מעתיק דעם וואָרט „וישקהו" און איז מפרש: „נקוד עליו ויש חולקין בדבר הזה בברייתא דספריב יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו. א"ר שמעון בן יוחאי הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב אלא שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו".

דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז רש"י מפרש דעם וואָרט „ויחבקהו" לויטן צווייטן פירוש אין צווייטן דיבור המתחילג, און שרייבט ניט וואָס עס מיינט „ויחבקהו" לויטן ערשטן פירוש אַז „לא נשקו בכל לבו"?

און ס'איז אַ דוחק צו זאָגן אַז רש"י פאַרלאַזט זיך אויף זיין פירוש אין זעלבן פסוק תיכף לאח"ז אויף „וישקהו" אַז „לא נשקו בכל לבו" (ובמילא איז אויך „ויחבקהו" ניט געווען בכל לבו) — ווייל אין „וישקהו" איז אין פסוק פאַראַן אַ ספּעציעלער לימוד (ניקוד) אויף אַרויסצולערנען דאָס, משא"כ אויף „ויחבקהו".

האָט דאָך רש"י געדאַרפט מבאר זיין „ויחבקהו" אויך לויטן ערשטן פירוש אַזוי ווי ער איז עס מבאר לויטן צווייטן פירוש.

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין ד"ה וישקהו — פאַרוואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו צוויי פירושים?

נאָך מער: פון דעם וואָס רש"י איז מקדים „ויש חולקין בדבר הזה" איז משמע אַז ביידע פירושים זיינען שקולים אין פשוטו של מקרא. דאָס הייסט, ניט ווי ע"ד הרגיל ווען רש"י ברענגט צוויי (אָדער מער) פירושים (אָדער מ"ד) אָן וועלכע ס'איז הקדמה אַז דאָ קומען מערערע פירושים, וואָס דאַן ברענגט ער דעם ערשטן פירוש (אָדער מ"ד) פריער, ווייל ער איז קרוב יותר צו פשוטו של מקרא, משא"כ ווען רש"י איז מקדים פאַר ביידע פירושים (ווי בנדו"ד) „ויש חולקין בדבר הזה" (וכיו"ב) — וואָס איז לכאורה מיותר — איז די הקדמה צו באַווייזן אַז ביידע פירושים זיינען שקולים בפשוטו של מקרא.

ולכאורה: דער פירוש פון „יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו" איז מער בפשטות ווייל די נקודות זיינען ממעט דעם תוכן התיבהד, און ווי דער ענין הניקוד איז אין אַנדערע ערטער בתורה וואָס ווערן דאָרט געבראַכט אין ספרי (בלשון הספרי „כיוצא בו"). און דאָס איז מסתבר אויך בפשוטו של מקראה. משא"כ לדעת רשב"י איז ניט גלאַטיק: וואָס גיט עס צו וואָס דער145וואָרט „וישקהו" איז „נקוד עליו"ו: צו זאָגן אַז „נשקו בכל לבו" דאַרף מען ניט אָנקומען צום ניקוד, דאָס איז דאָך דער פשוט'ער טייטש פון „וישקהו"ז!

מפרשיםח זיינען מסביר, אַז דאָס גופא קומט רשב"י זאָגן: „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", ובמילא, צו זאָגן אַז לא נשקו בכל לבו דאַרף מען קיין ניקוד ניט האָבן. דאָס וואָלט מען אַליין פאַרשטאַנען; נאָר דער ניקוד באַווייזט דעם היפך, אַז עס איז יע געווען „בכל לבו".

אָבער לפ"ז איז דער ניקוד ניט ממעט דעם פירוש פון „וישקהו", נאָר אדרבה, ער איז אים מדגיש ומחזקט, און דאָס איז לכאורה ניט ווי דער ענין הניקוד אין אַנדערע ערטער בתורה וועלכע רש"י ברענגט, וואָס דער ניקוד איז ממעט דעם תוכן פון דער תיבה המנוקדתי.

היינט וואָס ברענגט רש"י אויך דעם צווייטן פירוש, און איז נאָך מקדים „ויש חולקין בדבר הזה", אַז דער פירוש איז בפשוטו של מקרא שקול צום ערשטן פירוש?

און כאָטש אַז ביידע פירושים שטייען טאַקע אין „ברייתא דספרי", איז אָבער ניט ענינו של רש"י צו מעתיק זיין דרשות חז"ל, סיידן וואָס ס'איז נוגע צו הבנת פשוטו של מקרא.

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין: די צוויי פירושים אין „וישקהו" ברענגען זיך אין נאָך ערטער, פאַרוואָס ברענגט זיי רש"י ווי זיי זיינען אין ספרי, און איז נאָך מדייק זאָגן אַז די מחלוקת שטייט אין ברייתא דספרי — די מחלוקת ברענגט זיך אויך אין בראשית רבהיא על אתר ווי אויך אין אבות דר' נתןיב.

בשלמא וואָס רש"י ברענגט ניט ביידע דיעות פון ב"ר — יש לומר, ווייל די צווייטע דיעה דאָרט דעת ר' ינאי „אלא מלמד שלא בא לנשקו אלא לנשכו ונעשה צוארו של אבינו יעקב של שיש כו'" איז ניט מתאים אין פשוטו של מקרא אין „וישקהו"יג, ועוד לפ"ז איז דער ניקוד ניט מחליש דעם תוכן פון דעם וואָרט, נאָר ער איז אים שולל לגמרי, כאילו ווי ער איז אים מוחקיד.

146אָבער ער האָט געקענט ברענגען די ערשטע דיעה פון ב"ר, דעת ר' שמעון בן אלעזר „מלמד שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו", וואָס דאָס איז דאָך אַזוי ווי דעת רשב"יטו אין ספריטז (ובפרט נאָך אַז דעת רשב"א אין דעם ענין הניקוד „בכל מקום שאתה מוצא הכתב רבה על הנקודה אתה דורש כו'" (וואָס רשב"א איז מתחיל דערמיט פירושו אין ב"ר) האָט שוין רש"י אַראָפּגעבראַכטיז בפירושו על התורה)יח.

נוסף לזה: אין אבות דר"נ שטייען ביידע דיעות ובלשון קצר וברור „מלמד שלא נשקו באמתיט. רשב"א אומר נשיקה זו של אמת וכולן אינן של אמת"כ.

היינט פאַרוואָס איז רש"י מדייק: א) צו מעתיק זיין לשון הספרי ב) צו מציין זיין דעם מקור — „ויש חולקין . . בברייתא דספרי". ג) צו ברענגען אויך דעם נאָמען פון בעל המאמר (ווי ער איז אין ספרי) — רשב"יכא. ד) צו ברענגען בהתחלת לשונו „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", וואָס לכאורה, מאי נפק"מ לפשוטו ש"מ דאָ, ובפרט אַז אויך פון סיום הלשון (וואָס שטייט אויך אין ב"ר) „אלא (מלמד) שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו" פאַרשטייט מען אַז בעצם איז ער געווען סיי פריער סיי שפּעטער אַ שונא ליעקב.

ד. לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן קושיות הנ"ל (סעיף ב־

לויט ביידע דיעות קומט דער ניקוד שוואַכער מאַכן דעם „וישקהו". דער חילוק איז נאָר, אַז אויב „לא נשקו בכל לבו" מאַכט די נקודה שוואַכערכב דעם147ענין הנשיקה בכלל, און לויט דעת רשב"י מאַכט די נקודה שוואַכער דעם תוכן הענין פון „וישקהו" אין דעם פסוק, נשיקת עשו ליעקבכג: היות אַז „בידוע שעשו שונא ליעקב", וואָלט מען דאָך פאַרשטאַנען אַז „וישקהו" דאָ מיינט אַזאַ נשיקה וואָס עשו (אַ שונא) קושט יעקב'ן (ניט בכל לבו) — קומט דער ניקוד און איז ממעט דעם מובן פון „וישקהו דאָ, אַז דער „וישקהו" איז געווען „בכל לבו".

און עפ"ז איז מובן:

א) ווי ביידע פירושים זיינען מתאים מיטן תוכן ענין הניקוד לפי פשוטו של מקרא (אַז דער ניקוד קומט שוואַכער מאַכן דעם מובן פון דעם וואָרט המנוקד).

ב) דער טעם וואָס ער ברענגט אויך די צווייטע דיעה (פון רשב"י), וואָרום לויט דער ערשטער דיעה אַז דער ניקוד איז מחליש דעם ענין הנשיקה בכלל, האָט דער ניקוד געדאַרפט זיין נאָר אויף די אותיות „וישק", משא"כ לויט רשב"י איז מובן וואָס דער ניקוד איז אויף דעם גאַנצן וואָרט „וישקהו"כד.

ג) וואָס רש"י ברענגט דוקא די דרשה פון ספרי און ניט פון אבות דר"נכה ווייל דוקא אין דעם לשון ווי ער שטייט אין ספרי — „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב אלא שנכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו" גיט זיך אַרויס דער תוכן פון פירוש, אַז אָן דעם ניקוד וואָלט מען פאַרשטאַנען „וישקהו" ווי נשיקות פון אַ שונא, כנ"ל. און דער ניקוד איז ממעט דעם תוכן פון „וישקהו".

ד) וואָס ער ברענגט אויך דעם נאָמען פון בעל המאמר (און דוקא די גירסא) — רשב"י: ר"שכו איז „דריש טעמא דקרא"כז — ניט די ווערטער (און אָנזאָג) פאַר זיך נאָר (צוזאַמען מיט — און נאָכמער) לויט זייער טעם, וואָס לפ"ז איז מובן וואָס ער לערנט דעם ניקוד אַז ער איז ממעט ניט דעם טייטש פון וואָרט „וישק" פאַר זיך (ווי לויטן ערשטן מ"ד) וואָס במילא איז ניט נוגע וועגן וועמען עס רעדט זיך בפרשה, נאָר דעם תוכן פון וואָרט ווי ער איז אַ חלק פון דעם גאַנצן ענין,

ביי „וישקהו" פון עשו צו יעקב, איז ער „דריש טעמא דקרא" אַז מ'פאַר־148שטייט אַז דאָס זיינען נשיקות שונא, און דער ניקוד איז ממעט דעם טעם דאָ און באַווייזט אַז ס'איז געווען „בכל לבו".

ה. אָבער דער פירוש איז ניט גלאַטיק. וואָרום אין אַלע אַנדערע ערטער קומט דער ניקוד שוואַכער מאַכן דעם תוכן פון דעם וואָרט המנוקדכח — איז אַ דוחק צו זאָגן, אַז דאָ מאַכט עס שוואַכער דעם תוכן הענין פון „וישקהו" שבפרשה און דעם תוכן פון וואָרט אַליין מאַכט עס גאָר שטאַרקער („בכל לבו")!

נוסף לזה בלייבט ניט פאַרשטאַנדיק:

א) וואָס איז כוונת רש"י מיט'ן זאָגן אַז די מחלוקת איז אין ברייתא דספריכט?

ב) וואָס איז דער לשון „הלכה היא (בידוע)"ל — דאָ איז דאָך נוגע אַז דאָס איז „ידוע"לא, כנ"ללב.

ג) אין רוב דפוסי ספרי שלפנינו איז דער לשון (בדברי רשב"י) „אלא נהפכולג רחמיו" — פאַרוואָס זאָגט רש"י (ווי ס'איז אין ב"ר) „אלא שנכמרולד רחמיו"?

ו. דער ביאור בכל זה:

רש"י קומט דאָ ניט פאַרענטפערן דעם ניקוד אויפן וואָרט „וישקהו" — וואָרום, ווי גערעדט כמה פעמיםלה, איז רש"י ניט מפרשלו (אַלע) ניקוד אין תורהלז. דערפון איז מוכח, אַז דער ענין הניקוד (אַזוי ווי אויךלח חסר ויתיר) איז ניט קיין קשיא אין פשוטו של מקרא, ובמילא איז ניט מוכרח לפרשו ווען מ'לערנט פשוטו של מקרא.

סיידן בשעת ס'איז פאַראַן בלאו הכי אַ שאלה אָדער שוועריקייט אין הבנת פשוטו של מקרא, דאַן ברענגט רש"י און איז מפרש (בכמה מקומות) דעם ניקוד (אָדער דעם חסר כו'), וואָס דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק פשוטו של מקרא.

דאָ קומט רש"י פאַרענטפערן אַ שאלה וואָס שטעלט זיך ע"פ פשט: ווי איז עס עשו מיט אַמאָל איבערגעקערט געוואָרן מן הקצה אל הקצה — צו אַזאַ חיבה ואהבה ליעקב, ווען מ'ווייס אַז „וישטום אותו" ביז ער וויל אים הרג'נעןלט, און „עודנו בשנאתו" און ער גייט איצט מלחמה האַלטן מיט יעקב'ן — „הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו"מ?

איז רש"י מבאר, אַז דער „ויחבקהו" איז טאַקע געווען אַ ספּעציעלע געשעעניש — „נתגלגלומא רחמיו (וה־149סיבה —) כשראהו משתחוה כל השתחוואות הללו".

און אין דעם איז ניטאָ קיין מחלוקת — דאָס איז פשוטו של מקרא לכל הדיעות.

בשעת אָבער עס קומט צו „וישקהו"מב — וואָס דאָס איז ניט נאָר אַ צייכן פון חיבה גדולה ביז אַז „ויחבקהו", נאָר דאָס באַווייזט אויף אַ התרגשות והתעוררות אהבה יתירה אין האַרצן עד כדי כך ביז אַז עס איז ניט גענוג דיבור און אויך אפילו ניט חיבוק — עס קומט אויך וישקהו (ווי דער בן חמש זעט עס — דעם יתרון חיבת הנשיקה אויף חיבת החיבוק — באַ זיך, וביחס פון די עלטערן צו עם). לייגט זיך ניט צו זאָגן, אַז מצד דעם וואָס „ראהו משתחוה כל השתחוואות הללו" (— נתגלגלו רחמיו), זאָל ער אינגאַנצן נתהפך ווערן מן הקצה אל הקצה פון „שנאתו" — צו וועלן אים הרג'נען, צו אַזאַ אהבה גדולה אַז אפילו נאָך ויחבקהו — מוז קומען וישקהו.

אויף דעם זאָגט רש"י — „נקוד עליו": דאָ איז דער ניקוד שייך צו פשוטו של

מקרא, און קומט לערנען (ווי ניקוד בכל

מקום) אַז דער „וישקהו" איז געווען אַ

שוואַכער, ס'איז טאַקע ניט געווען קיין אמת'ע נשיקה (אַן אויסדרוק פון אהבה אמיתית).

און אין דעם איז רש"י מבאר — „ויש חולקין בדבר הזה". דאָס אַז „וישקהו" איז ניט קיין ענין אמיתי קען מען עס מבאר זיין אין צוויי אופנים: „יש שדרשו נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו" (אע"פ אַז „ויחבקהו" און „נתגלגלו רחמיו" (וואָס האָט דערפירט צו „וישקהו") איז יע געווען באמיתיות)מג; און אַ צווייטע דיעה איז, אַז „נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו", אַז נאָך דעם „ויחבקהו" (וואָס איז געקומען מצד „נתגלגלו רחמיו"), איז „באותה שעה — ווען ער האָט אים אַרומגענומען — נכמרו רחמיו": ס'איז געוואָרן אַ הייסע און שטאַרקע התרגשותמד, ביז אַז „נשקו בכל לבו". וויבאַלד אָבער אַז די התרגשות און דער נשקו בכל לבו זיינען געווען בלויז „באותה שעה", איז דאָס ניטמה קיין ענין אמיתימו.

ז. כדי צו מדגיש זיין אַז אויך לדעת רשב"י וואָס נשקו בכל לבו איז עס ניט150געווען באמיתיות, און אַז דער ניקוד איז מחליש דעם „וישקהו" — איז רש"י מדייק צו ברענגען בהתחלת דברי רשב"י „הלכה היא בידוע כו'":

„הלכה" מיינט אַ דין, אַ זאַך וואָס קען זיך ניט בייטן. און דאָס פאַרשטייט אפילו אַ בן חמש למקרא (וואָס לערנט נאָך ניט משנה וגמרא). ער זעט אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן, אַז אַ הלכה (פון תורה) קען מען ניט בייטן.

ועד"ז זאָגט רשב"י בנדו"ד, די שנאה פון עשו ליעקב קען זיך ניט בייטן, וואָרום „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב" — דאָס איז בדוגמא ווי אַ הלכה כפשוטה וואָס קען ניט געענדערט ווערן,

און דער „וישקהו" דאָ איז נאָר וואָס „נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו" —

וואָס בדוגמא לזה געפינט מען בהלכה, אַז עס קען געמאָלט זיין אַ הוראת שעה ניט כפי ההלכה, ווי אליהו בהר הכרמלמז; וואָס אויך דעמאָלט איז ניט דער פשט אַז די הלכה האָט זיך געביטן — די הלכה פון איסור הקרבה בבמה איז בתקפה אויך דעמאַלטמח, נאָר באותה שעה איז געווען די הוראה צו מקריב זיין דעם קרבן בבמה.

און ווי מ'האָט שוין געלערנט פריער, אַז יעקב איז געווען איש תםמט, בשעת אָבער עשו'ס „לרמות את אביו"נ האָט געבראַכט אַז יצחק האָט עם עשו'ן געוואָלט אָפּגעבן די ברכות ווייל „כסבור (דורך דעם לרמות) שהוא מדקדק במצות"נ, איז „בא אחיך במרמה"נא

דאָס איז אָבער אַזאַ מרמה, אַז גם ברוך יהי'נב ווייל דער במרמהנג איז „בחכמה"נד.

ח. עפ"ז איז אויך מובן:

א) וואָס רש"י ברענגט ניט די מחלוקת פון אבות דר"נ — „לא נשקו באמת . . נשיקה זו של אמת" — ווייל לויט ביידע דיעות, אויך לדעת רשב"י, איז דאָ ניט געווען קיין „נשיקה של אמת", וואָרום אין „אמת" איז ניט שייך קיין שינויים. די שאלה איז דאָ נאָר אויף וויפל איז דאָ ניט געווען דער „אמת" פון נשיקה: לויטן ערשטן מ"ד איז אפילו לשעה „לא נשקו בכל לבו", און לדעת רשב"י איז „באותה שעה נשקו בכל לבו", נאָר וויבאַלד אַז „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", איז אפילו „באותה שעה" איז דאָס ניט באמיתיתנה.

ב) וואָס רש"י ברענגט ניט דעם לשון הספרי (שלפנינו) „נהפכו רחמיו באותה שעה" — ווייל דאָס וואָלט געמיינט אַז באותה שעה איז ער נתהפך געוואָרן פון שנאה אויף אַ רגש של אהבה אמיתית; אָבער דאָ איז בלויז „נכמרו רחמיו באותה שעה" — ער איז אין יענעם מאָמענט אָנגעוואַרעמט געוואָרן מיט אַ שטאַרקערן רגש של רחמים.

151ג) ער איז מקדים אַז דאָס שטייט „בברייתא דספרי": אַזוי וואָלט מען געקענט לערנען אַז דער לשון „הלכה היא בידוע" איז אַ הלכה אין דעם חלק הדרש שבתורה (אַרויסברענגען די מסקנא פון דעם דרשנו), דעריבער זאָגט רש"י אַז דאָס איז „בברייתא דספרי", דאָס איז אין דעם חלק ההלכה שבתורה — ס'איז ניט אַ דרש פון מדרש, נאָר דאָס איז אַ הלכה אין דיני התורה אַז עשו שונא ליעקב, רו"ל

כנל.

ט. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וואָס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אַז „נשקו בכל לבו"; ואדרבה: וויבאַלד אַז רשב"י אַליין זאָגט „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", האָט ער דאָך געקענט (ואדרבה — געדאַרפט) לערנען אַז „לא נשקו בכל לבו"נז?

איז דער ביאור בזה: פון דעם גאַנצן המשך הפרשה איז משמע, אַז עשו איז דאַן געשטאַנען אין אַ גרויסער התרגשות, ווי דער פסוק איז גלייך ממשיך, אַז נאָך „וישקהו" איז — „ויבכו"נח, וואָס דאָס איז אַ בולט'ער אויסדרוק פון גודל רגש הלבנט;

ועד"ז זעט מען אין די שפּעטערדיקע רייד פון עשו'ן, „אחי יהי לך אשר לך"ס ביז „אציגה נא עמך מן העם אשר אתי"סא,

איז אין פשוטו של מקרא שווער צו זאָגן אַז דאָס אַלץ איז געווען נאָר לפנים וועגן, און אַז עשו האָט עס ניט געמיינט בכל לבוסב.

און דערפאַר נעמט אָן רשב"י, אַז „באותה שעה" איז „נכמרו רחמיו . . ונשקו בכל לבו".

ועפ"ז יובן וואָס די צוויי פירושים זיינען שקולים אין פשוטו של מקרא (און רש"י איז דערפאַר מקדים „ויש חולקין בדבר הזה") — ווייל לויט ביידע פירושים איז דאָ די זעלבע שוועריקייט: לויט'ן ערשטן מ"ד אַז „לא נשקו בכל לבו" איז שווער דער המשך הפרשה שלאח"ז, וואו ס'איז קענטיק אַז דער „וישקהו" איז געווען „בכל לבו"; און לויטן רשב"* י איז ניט גלאַטיק דער „וישקהו בכל לבו" לויט דעם פריערדיקן מצב פון תכלית השנאהסג.

יוד. אַ תלמיד ממולח קען נאָך אָבער פרעגן: סוף סוף, וויבאַלד אַז רשב"י אַליין איז דער וואָס איז מדגיש שנאת עשו ליעקב — „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב" — ווי קומט עס אַז דוקא ער זאָל לערנען אַז „נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו"?

152איז רש"י מרמזסד דעם ביאור דורך ברענגען דעם שם בעל המאמר — רשב"י:

רשב"י איז געווען בזמן פון גלות רומי — אדום (וואָס „עשו הוא אדום"סה) — אין אַ זמן פון גזירות קשותסו אויף אידן, און אויף אים אַליין בפרט, ביז ער האָט געדאַרפט אַנטלויפן פון די רומיים און זיך באַהאַלטן אין אַ מערה י"ג שנהסז;

אעפ"כ געפינט מעןסח, אַז בשעת מ'האָט געדאַרפט גיין קיין רומי צו מבטל זיין אַ גזירה אויף אידן, האָט מען געשיקט רשב"י „שהוא מלומד בניסים", און ניט קוקנדיק אויף דער גרויסער שנאה פון מלכות רומי צו אידן (ואליו בפרט), האָט ער גע'פועל'ט (ע"י נס) אַז „אמר להון שאילו כל מה דאית לכון למישאל ועיילינהו לגנזי'" און דורך דעם האָט מען מבטל געווען די גזירה.

ובמילא לערנט ער אַז אַזוי איז אויך געווען בנוגע יעקב ועשו, אַז יעקב, וואָס איז געווען אַ מלומד בנסיםסט, האָט גע'פועל'ט אויף עשו'ן (כאָטש הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב) אַז נכמרו רחמיו באותה שעה ונשקו בכל לבו.

יא. דאָס איז אויך מתאים מיטן ענין ותוכן פון עבודת רשב"י בפנימיות הענינים:

מ'געפינטסז, אַז אַרויסגייענדיק פון דער מערה „כל היכא דהוה מחי ר' אלעזר הוה מסי ר' שמעון", ד.ה. דער סדר פון „מסי ר' שמעון" איז די הנהגה וואָס איז מתאים אין וועלט, ניט ווי עס דאַרף זיין לכאורה ע"פ ההנהגה פון תורתו אומנתו. מצד דער הנהגה פון רשב"י וחבריוע (ובצד השווה שבהם), הנהגת תורתו אומנתו איז „ר"א מחי". אָבער רשב"י האָט אויפגעטאָן די רפואה אין וועלט ווי זי פירט זיך אין איר סדר.

עד"ז ויתרה מזו זאָגט רשב"יעא „יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין", וואָס לפטור — איז שייך ווען דאָס איז ניט דורך צוברענגען אַז כל העולם כולו טוט תשובה, נאָר — ווי די וועלט שטייט אין אַ מעמד ומצב של דין מצד ענינים בלתי רצויים איז ער „סובל כל עוונותיהם ופוטרן מן הדין"עב.

וואָס אין אַ פרט איז דאָס אַ פיל גרעסערער אויפטו ווי דאָס פועל'ן אַ שינוי אין וועלט, וואָס דעמאָלט ווערט דאָך דער מטה נתעלה, ער ווערט אויס מטה, דער רע ווערט בטל ונתהפך. משא"כ דאָ זאָגט רשב"י אַז אלקות קען דערגרייכן און פועל'ט אויך אין דעם מטה ווי ער איז מטה און אין דעם רע ווי ער איז במקומועג.

ועד"ז בנדו"ד: די פעולה פון יעקב אויף עשו איז ניט אין דעם אַז עשה עשו תשובהעד; נאָר אַז עשו זייענדיק אין דעם153מעמד ומצב וואָס „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב", ווערט אויך באַ אים „נכמרו רחמיו כו' ונשקו בכל לבו".

יב. דערפון האָט מען די הוראה אויף דעם כללות וכל הזמן פון גלות אדום און אין ביידע קצוות:

פון איין זייט קען מען זיך ניט פאַרלאַזן אויף גוים, מלכות אדום, וואָרום „הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב".

לאידך, האָט אַ איד בכח צו פועל'ן אויף עשו'ן אויך ווי עשו שטייט אין אָט דעם מעמד ומצב, אַז ס'זאָל ווערן „נכמרו רחמיו ונשקו בכל לבו", ער זאָל העלפן אידן און משפיע זיין צו אידן אין אַלעם וואָס זיי נויטיקן זיך, ביז צו העלפן אידן גיין אין דעם דרך וואָס זיי דאַרפן גיין.

וואָס דאָס קומט ווען אַ איד שטייט בתוקף אין זיין הנהגה ע"פ תורה ומצות אפילו אין דעם מצב הגלות און ווערט ניט נתפעל פאַר גוים און גוי'שקייט, און איז דאָס מודיע אויך עשו'ן — „עם לבן הרשע גרתי ותרי"ג מצות שמרתי"עה,

און עי"ז ווערט נתקיים בפועל וואָס עס שטייט אין דער הפטורהעו פון דער פרשהעז „חזון עובדי' כה אמר ה' אלקים לאדום גו'" (וואָס „עובדי' גר אדומי הי' והיינו דאמרי אינשי מיני' ובי' אבא ניזיל בי' נרגא"עח), ביז לסיום העניןעט: „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה' המלוכה",

וועלכער איז שוין אָנגעזאָגט געוואָרן בפרשתנו אַלס אַ תוצאה פון וישקהו גו' ויאמר נסעה גו' — וואָס יעקב האָט עס אָנגענומען: אבוא אל אדוני שעירה — בימי המשיח שנאמר ועלו מושיעים גו'פ,

ועלו מושיעים בקרוב ממש בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ וישלח תש"מ)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-q54x6rra

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות