English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

563וירא

אין צוזאַמענהאַנג מיט די צוגרייטונגען צו דער יערליכער חגיגה פון מרכז הישיבות „תומכי־תמימים ליובאַוויטש", און קומענדיק פון דעם טאָג כ"ף מרחשון — דער יום הולדת פון דעם גרינדער פון די ישיבות תומכי־תמימים, כ"ק אדמו"ר (הרש"ב) נ"ע, וואָס י־יאָר איז דאָס בשבת פ' וירא — וואָס שבת „בענטשט" די אַלע טעג וועלכע קומען נאָך דעם, מען נעמט פון די הייליקייט פון שבת אין די וואכטעג נאָך אים — ביז, לויט דער אָנווייזונג פון תורתנו וועלכע איז אַ תורת חיים (אַ לערנונג ווי צו לעבן) אַז המעשה הוא העיקר, מאַכן די „וואָכעדיקע" מעשים הייליק, דורך נוצן זיי פאַר הייליקע צוועקן, איז דאָך איינע פון די הייליקסטע שטרעבונגען און מעשים — די ערציאונג פון אידישע קינדער אין דעם גייסט פון אמת'ער אידישקייט, דורכגעדרונגען מיט תורה און אירע מצוות אין דער פולסטער מאָס.

וואָס דאָס איז אויך דער צענטראַלער אינהאַלט, דער אָנהויב און אָפּשלוס, פון דער סדרה פון דעם שבת: די ערציילונג (און — לערנונג) ווי דער ערשטער אידישער קינד איז געבוירן געוואָרן און צו וועלכער דרגא (שטופע) מען האָט אים ערצויגן און מצליח געווען אין דעם — אָנהויבנדיק אַז דער אויבערשטער שיקט אַ ספּעציעלע ברכה אויף דעם, און די עלטערן זעען און האָבן אמת'ן נחת פון אים סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און גיבן אים אַן ערציאונג פון „ושמרו דרך הוי'" (היטן און גיין אין דעם אויבערשטנ'ס וועג) געבענטשט אין אַלעם, ביז אַז „והתברכו בזרעך כל גויי הארץ" (אַלע בענטשן זיך און ווינטשן זיך זיין ווי ער).

ווי דערמאָנט פריער איז די ערציילונג אַ ווע־ווייזער פאַר יעדער אידן אין יעדער דור.

און דאָס איז די ערציאונג וועלכע עס ווערט געגעבן אין די ישיבות תומכיתמימים, כולל אויך — אַז די תלמידים אויסוואַקסנדיק זאָלן אַזוי ערציען זייערע קינדער א.אַז.וו.,

וואָס דערפאַר וועלן זיכער אַלע באַ וועמען תורה און אידישקייט בכלל זיינען טייער — העלפן אין אַ פּאַסיקן אופן אין די צוגרייטונגען, און דערנאָך באַטייליקן זיך אין דער קומענדיקער יערליכער חגיגה, וועלכע איז אַ וויכטיקער פינאַנציעלער אָנשפּאַר פאַר די ישיבות — .אָס אַלעס מיט ברייטהאַרציקייט און שמחה.

און השי"ת וועט זיכער בענטשן און מצליח זיין יעדערן און יעדערע אין אַלעס וואָס מ'נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

(ממכתב מוצאי שבת וירא,

כ' מרחשון, תשמ"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-hk9jvs8j

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות