לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ה
417שיחת יום ג', טו"ב כסלו ח'תשמ"א
— לפני תפלת מנחח* —
א. ס'איז דאָ דער באַוואוסטער בריוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר [וואָס איז שוין אָפּגעדרוקטא און מפורסם, און די וואָס האָבן אים ניט קענען אים מסתמא איצטער אויך באַקומען], בנוגע צו הכנסת ספר תורה, וואָס איז פאַרבונדן מיט סיום ספר תורה, וואָס איז פאַרבונדן מיט כתיבת ספר תורה.
וואָס דאָרטן שרייבט ער (אויך) כמה פרטים און מנהגים וואָס זיינען דערמיט פאַרבונדן, און צווישן זיי אויך — אַז „איזה ימים לפני הסיום והכנסת התורה לבית הכנסת מכריזים בכל בתי הכנסיות שבעיר אשר ביום פלוני יתקיים בעזהשי"ת סיום התורה והכנסתה לבית הכנסת".
ב. וואָס אע"פ אַז דער פירוש הפשוט אין „שבעיר" איז דאָך — אין דער זעלבער שטאָט וואו דער סיום און הכנסת התורה קומט־פאָר; איז דאָך אָבער איצטער צוגעקומען אַ פירוש במובן הרחב יותר אין דעם, דורך די תועלת וואָס איז אַרויסגעקומען פון די אַנטדעקונגען שבזמן האחרון:
ס'איז דאָך זיכער אַז יעדער זאַך וואָס ווערט נתחדש און נתגלה בעולם [ניט נתחדש ממש — וואָרום ס'איז דאָך „אין כל חדש תחת השמש"ב, נאָר — מ'וואַרט אויף דעם זמן ווען דאָס זאָל נתגלה ווערן, וואָס „את הכל עשה יפה בעתו"ג] — איז דאָס לכל לראש צוליב די ענינים טובים וקדושים וואָס קומען דערפון אַרויס;
בכדי מ'זאָל אָבער ניט שולל זיין דעם ענין פון בחירה, אַז עבודת האדם זאָל געטאָן ווערן מיט בחירה [וואָס בשעת מ'איז בוחר צו פירן זיך כדבעי — באַווייזט דאָס אַז מ'געהערט צום „עם חכם ונבון"ד] — דערפאַר איז אויך דאָ די מעגליכקייט פון נוצן דאָס באופן בלתי רצוי, ח"ו.
אָבער דער עיקר פון דעם, ווי פון אַלע ענינים, ובפרט פון ענינים חשובים, איז — צוליב די דברים טובים וואָס קומען דערפון אַרויס.
בדוגמא ווי עס שטייט אין מדרשה אַז „לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל בית המקדש": אַזוי ווי מ'האָט געדאַרפט האָבן דעם זהב צוליב דעם בית המקדש (און צוליב דעם משכן וואָס „איקרי מקדש"ו), איז ער אויך געגעבן געוואָרן בעולם, ובמילא איז דאָס ניט שולל דעם ענין הבחירה; אָבער עיקר ענינו (למה נברא) איז — צוליב עניני טוב וקדושה.
418ג. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת ס'איז נתגלה געוואָרן אַ מכשיר וואָס גיט אַ מעגליכקייט אַז באותה שעה קען מען זיך פאַרבינדן פון איין אָרט מיט מרחקי תבל, ביז אַפילו מיט אַ פנה נדחת —
איז דאָס לכל לראש — כדי עס זאָל קענען ווערן אַ קשר אין אַלע ענינים טובים, ענינים פון „אין טוב אלא תורה"ז ומצוותי', צווישן דעם מקום מיט די אַלע מקומות מיט וועלכע מ'פאַרבינדט זיך, אפילו מיט אַ פנה נדחת כפשוטה,
אפילו אויך מיט אַ פנה נדחת אין רוחניות הענינים, וואָס מצד דערויף וואָס ער הערט זיך צו, מאיזו סיבה שתהי', צו דעם מכשיר — איז דערוויילע, בהשגחה פרטית, עפענט ער דעם מכשיר און ער דערהערט אַן ענין פאַרבונדן מיט תורה ומצוות.
ד. וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו, אַז וויבאַלד ס'איז איצטער נתגלה געוואָרן אַ מכשיר דורך וועלכן מ'קען זיך פאַרבינדן פון איין אָרט מיט מרחקי תבל — איז צוגעקומען אַ פירוש במובן הרחב יותר אין דעם וואָס מ'איז מפרסם וועגן סיום והכנסת הספר תורה „בכל בתי הכנסיות שבעיר" — אַז דאָס איז כולל אויך די ערטער וואָס מ'קען זיך מיט זיי פאַרבינדן דורך די מכשירים, וואָס דאָס איז כולל אַ פנה נדחת בגשמיות, און אפילו אַ פנה נדחת ברוחניות.
דאָס הייסט, אַז וואו אַ איד זאָל זיך נאָר געפינען, און ער עפענט־אויף דעם מכשיר (מאיזו סיבה שתהי') — דערהערט ער וועגן דעם ענין פון אַ ספר תורה, און אַז אידן האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן און מחליט געווען צו שרייבן אַ ספר תורה, און האָבן איר אָנגעהויבן שרייבן, און האָבן אויסגעפירט החלטתם הטובה בפועל אין „המעשה הוא העיקר"ח — אַז מ'איז מסיים די ספר תורה,
און אַז דאָס וועט געטאָן ווערן „ברוב עם"ט בעתו, אין אַ פאַר טעג אַרום (ווי ער זאָגט אין דעם מכתב הנ"ל אַז דער פרסום (וואָס איז איצטער) הויבט זיך אָן „איזה ימים לפני הסיום והכנסת התורה לבית הכנסת", כנ"ל).
ה. דורך דערויף וואָס מ'איז מפרסם וועגן סיום והכנסת הספר תורה „בכל בתי הכנסיות שבעיר" (עטליכע טעג פאַר דערויף), סיי צו די וואָס הערן דאָס דאָ, און סיי צו די וואָס הערן דאָס דורך די מכשירים הנ"ל — טוט דאָס אויף אָן אחדות צווישן אַלע אידן, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דער אחדות פון תורה.
והביאור בזה:
ס'איז ידוע אַז „ישראל"
— וואָס דאָס גייט דאָך אויף יעדן אידן, אין וואָס פאַר אַ מעמד ומצב ער געפינט זיך, וואָרום „אע"פ שחטא ישראל הוא"י, וכלשון הידוע פון כ"ק מו"ח אדמו"ר במכתבו לחג הגאולה שלויא, אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה" נאָר אַלע אידן און יעדער אידן, ביז אפילו אַזאַ וואָס „בשם ישראל (איז נאָר) יכונה" —
איז ר"ת „יש ששים ריבוא אותיות419לתורה"יב, דערפאַר וואָס יעדער איד, וואָס עס זיינען דאָ ששים ריבוא אידן, האָט אַן אות אין תורהיג, כמבואר ומפורסם.
והגם אַז עס זיינען דאָ מערער ווי ששים ריבוא אידן (מערער אידן ווי אותיות אין תורה) — איז אָבער מבואר אין תניאיד אַז אָט די ששים ריבוא זיינען נשמות כלליות און שרשים, „וכל שרש מתחלק לששים ריבוא ניצוצות שכל ניצוץ הוא נשמה אחת כו'",
וואָס דערפאַר, בשעת דער אויבערשטער בענטשט אידן, און ס'איז דאָ אַ מספר רב יותר ווי ששים ריבוא בפשטות — איז יעדערער פון זיי נכלל אין די ששים ריבוא מישראל, ובמילא אין די ששים ריבוא אותיות לתורה, יעדערער פון די אידן האָט אַן אות אין דער תורה.
דאָס הייסט, אַז אין תורה ווערן נכלל און נתאחד אַלע אידן, ביז אַז זיי ווערן איין זאַך ממש,
וואָרום וויבאַלד אַז יעדערער פון די ששים ריבוא אידן האָט אַן אות אין תורה וואָס אין איר איז דאָ ששים ריבוא אותיות — איז אַזוי ווי די תורה איז אַן אייןון־איינציקע זאַך, אַ תורה וואָס האָט אין זיך ששים ריבוא אותיות, אַזוי אויך זיינען אידן אַן איין־ון־איינציקע זאַך וואָס האָט אין זיך ששים ריבוא חלקים (כדלקמן).
ו. און דער ענין ווערט נתחדש יעדער מאָל ווען עס ווערט געשריבן אַ נייע ספר תורה (ובנדו"ד — די ספר תורה וואָס מ'וועט מסיים זיין אין צוויי טעג אַרום):
בשעת עס ווערט געשריבן אַ נייע ספר תורה, איז ניט דער פירוש אַז עס קומט צו אַ הוספה אין דעם מספר הספרי תורה'ס — נאָר עס קומט צו אַן עיקר — אַ ספר תורה: יעדע נייע ספר תורה איז „חדשים" ממש (אָן אַ כ"ף הדמיון), ווי די ערשטע ספר תורה וואָס משה רבינו האָט געשריבן,
וואָס די ספר תורה וואָס משה רבינו האָט געשריבן נעמט זיך פון (און איז ע"ד ווי) די עשרת הדברות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן בפעם הראשונה באַ מ"ת, וואָרום אין די עשה"ד איז געווען כלול די גאַנצע ספר תורה בשלימותה (כולל אויך תושבע"פ), „מזה ומזה הם כתובים"טו,
און דערנאָך איז „ויכתוב משה את התורה הזאת"טז, ער האָט געשריבן י"ג ספרי תורה — איין ספר תורה פאַר420יעדער שבט באַזונדער, און איין ספר תורה וואָס מ'האָט אַריינגעגעבן אין משכן (און לאח"ז — אין ביהמ"ק) אין דעם ארון הקודש (צוזאַמען מיט די לוחות)יז,
און די ספר תורה איז מאחדיח די אַנדערע צוועלף ספרי תורה, אַז עס ווערט פון זיי איין ענין.
און דערנאָך בשעת אַ יחיד (אפילו) איז מקיים די מ"ע מן התורה פון כתיבת ספר תורהיט, די מ"ע פון „וכתב לו"כ — ווערט נתחדש מיט דער גאַנצער שלימות דער ענין וואָס איז געווען אין דער ערשטער ספר תורה וואָס איז געשריבן געוואָרן דורך משה רבינו.
און במילא אויך דער ענין וואָס יש ששים ריבוא אותיות לתורה, און אַז דאָס איז כולל אין זיך אַלע אידן — איז אויך דאָ אין אַ ניגעשריבענע ספר תורה, פּונקט אַזוי ווי אין דער תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן באַ מתן תורה.
[ובפרט נאָך אַז בנדו"ד קומט־פאר דער סיום והכנסת הספר תורה אין אַ שנת הקהל, וואָס (כדלקמן) הקהל איז דאָך פאַרבונדן מיט מתן תורה מחדש, ווי דער רמב"םכא שרייבט אַז בשעת מ'לייענט די פרשיות בתורה אין דעם זמן פון הקהל — איז דאָס „כיום שניתנה בו בסיני . . כאילו מפי הגבורה שומעה"].
דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט „עם קרובו"כב אַז אין עניני קדושה דאַרף זיין „מעלין בקודש"כג.
און וויבאַלד אַז „מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל"כד — איז דער אויבערשטער, כביכול, מקיים דאָס וואָס ער האָט אָנגעזאָגט אידן, אַז אין עניני קדושה זאָל זיין „מעלין בקודש".
וע"ד ווי דער אַלטער רבי איז מבאר אין אגה"קכה בנוגע צו ראש השנה, אַז בכל שנה ושנה ווערט נמשך (בר"ה) אַן „אור חדש עליון יותר שלא הי' מאיר עדיין מימי עולם אור עליון כזה".
ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו אַן ענין פון ספר תורה, אַז דער אויבערשטער איז זיכער מקיים וואָס ער האָט אָנגעזאָגט אידן — אַז בשעת מ'איז421מסיים און מ'טראָגט אַריין אין בית הכנסת אַ נייע ספר תורה (ווי מ'וועט טאָן אין צוויי טעג אַרום), ווערט דעמולט נמשך אַן ענין חדש וואָס איז נאָך קיינמאָל ניט געווען.
וואָס מצד דערויף איז דאָ אַ מעלה אין דער ספר תורה (און אין דעם וואָס דאָס איז כולל אין זיך אַלע ששים ריבוא אידן (ופרטיהם)) וואָס מ'וועט מסיים זיין אין צוויי טעג אַרום, לגבי אַלע ספרי תורה וואָס זיינען פריער געווען, ביז אפילו כביכול לגבי דער ספר תורה וואָס משה רבינו האָט געשריבן.
ח. וואָס ע"פ כל הנ"ל, איז בשעת מ'איז מפרסם עטליכע טעג פריער וועגן דעם סיום והכנסת ספר תורה וואָס וועט זיין אין צוויי טעג אַרום — איז דורך דערויף וואָס אידן הערן וועגן דערויף (בכל האופנים, כולל דורך די מכשירים הנ"ל) ערוועקט דאָס אין זיי דעם אות וואָס יעדערער פון זיי האָט אין (תורה בכלל, און אין) אָט דער ספר תורה,
און דאָס פּועל'ט אַ התאחדות צווישן אַלע אידן, וואָרום ווי אַלע ששים ריבוא שטייען אין (די ששים ריבוא אותיות ל)תורה ווערן זיי אַלע נתאחד, כנ"ל.
פּונקט ווי דאָס איז אין אַ ספר תורה עצמה:
אמיתית און שלימות פון אַ ספר תורה באשטייט ניט ווי זי איז כל אות בנפרד בפני עצמה, אָדער כל יריעה בפני עצמה, אָדער כל ספר בפני עצמו, אָדער עטליכע ספרים בפני עצמם — נאָר ווי זי איז אַן אייןן־איינציקע ספר תורה,
ווי ער זאָגט אין זהרכו (וואָס מ'זאָגט אין „מענה לשון" (בשעת מ'איז מבקר אויפן בית החיים פון צדיקים, וואָס זיי זיינען „דומין לבוראן"כז און חיים בחיים נצחיים), ווי גערעדט אין דער פריערדיקער התוועדותכח), אַז כדי אַ ספר תורה זאָל זיין בשלימות תוקפה וקדושתה — דאַרף אין איר זיין יעדער אות בשלימותה ובמקומה (אַ „מוקפת גויל"כט, און מיט אַלע פרטים המבוארים בזה, כמבואר אין לקו"תל אין די ענינים), און אויב אפילו איין אות איז ניט בשלימות (אָדער עס איז דאָ אַן איבעריקער אות) רירט עס אָן אין דער שלימות פון דער גאַנצער ספר תורה.
ואין ענין יוצא מידי פשוטו:
אע"פ אַז אַ ספר תורה דאַרף באַשטיין פון ששים ריבוא אותיות (און דערצו „תגים"לא וכיו"ב), און זי דאַרף זיין געשריבן אויף אַ קלף לבן — איז אָבער ח"ו צו זאָגן אַז זי איז נפרד אין חלקים, וואָרום דעמולט פעלט אין איר שלימות — נאָר זי איז בהדגשה אַן אייןאון־איינציקע זאך
און דער ענין האחדות אין תורה איז מודגש (במיוחד) אין דעם ענין הקלף והלבן וואָס איז דאָ אין אַ ספר תורה, וואָרום דאָס באַווייזט אויפן אור מקיףלב, וואָס אור מקיף באַווייזט אויף פשיטות העליונה פון דעם וואָס ער איז בתכלית הפשיטות — עצמות ומהות אַליין, וועלכער זאָגטלג „אנא נפשי כתבית יהבית",422ער האָט זיך אַריינגעגעבן אין (אַ ספר) תורה.
ועד"ז איז אויך באַ אידן: מצד דערויף וואָס זיי ווערן נכלל אין תורה — איז אע"פ וואָס זיי זיינען ששים ריבוא במספר (כנגד די ששים ריבוא אותיות לתורה), זיינען זיי אָבער אַן איין־אוןאיינציקע זאַך.
ט. האמור לעיל, אַז ווען אַ ספר תורה ווערט געשריבן טוט זיך אויף פון דאָס־ניי דער גאַנצער ענין התורה (פּונקט ווי די ערשטע ספר תורה וואָס איז געשריבן געוואָרן), ובמילא אויך דער ענין ווי אַלע אידן ווערן נתאחד אין תורה — איז דאָס אפילו ווען אַ יחיד שרייבט אַ ספר תורה (און איז דערמיט מקיים די מצוה פון „וכתב לו" (כנ"ל ס"ו));
עאכו"כ — אַ ספר תורה וואָס ווערט געשריבן מלכתחלה ע"י התעוררות רבים.
ובפרט אַז די התעוררות אויף שרייבן די ספר תורה איז געווען בדוגמא ווי ס'איז געווען באַ מ"ת, אַז פריער איז „כה תאמר לבית יעקב — אלו הנשים" און דערנאָך „ותגיד לבני ישראל — אלו האנשים"לד, וואָס אַזוי איז געווען די התחלה פון מ"ת —
עד"ז איז אויך געווען אין דעם ענין — די התעוררות איז געקומען פון „בית יעקב — אלו הנשים"לה, און דערנאָך האָט דאָס דורכגענומען אויך „בני ישראל — אלו האנשים".
וואָס דערפאַר איז אין דעם נאָכמער בגלוי, ביתר שאת וביתר עוז, אַז די ספר תורה איז מאחד אַלע ששים ריבוא אידן (און די ניצוצות זייערע (כנ"ל ס"ה)), וואָס יעדערער פון זיי האָט אַן אות אין דער תורה.
י. ובפרט נאָך אַז דאָס קומט־פאר אין אַ שנת הקהל, וואָס ענינה איז דאָך: „הקהל את העם האנשים והנשים והטף"לו,
וואָס עד"ז איז אויך אין דער כתיבה וכו' פון אַ ספר תורה, אַז מען איז מאסף און מקהיל און מ'מאַכט פון אַלע אידן, „האנשים והנשים והטף", איין קהל אין איין ספר תורה; גלייך ווי אַ קינד ווערט געבאָרן איז מען אים אויך מצרף להענין פון דער כתיבה וכו' פון אַ ספר תורה.
וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש דעם ענין אַז די תורה איז אַן אין־אוןאיינציקע ספר תורה, וואָס איז מאחד אַלע אידן, „האנשים והנשים והטף", אַלס אַן איין־ון־איינציקן פאָלק
יא. ובפרט נאָך אַז דאָס קומט־פאָר (אין שנת הקהל גופא) אין יום הגאולה פון דעם אַלטן רבי'ן, י"ט כסלו,
וואָס ע"ד ווי דערמאָנט פריער (ס"ה) בנוגע צו דעם וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר שרייבט בקשר לגאולתו, אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה כו'", איז דאָך דאָס זיכער אַזוי בנוגע צו דער גאולה פון י"ט כסלו — אַז דער „פדה בשלום נפשי"לז איז דאָס „כי ברבים היו עמדי"לז — אַז יעדער איד און אַלע אידן, עד סוף כל הדורות, זיינען דעמולט נגאל געוואָרן423צוזאַמען מיט איםלח, און אין אַן אופן פון „בשלום"לט.
און דאָס ווערט נתחדש מידי שנה בשנה, און אין אַן אופן ווי דער בעל הגאולה זאָגט אין אגרת הקודש שלו האמורה (בנוגע לר"ה) — אַז עס ווערט אַזאַ חידוש וואָס ס'איז גאָר קיינמאַל ניט געווען אין אַזאַ אופן,
און דאָס ווערט דערנאָך נמשך למטה, ביז ווי ער שרייבט אין אגרת שלו הידועה פאַרבונדן מיטן יום הגאולה שלומ, אין וועלכע ער דערציילט וועגן גאולתו — אַז דאָס איז געווען אין אַן אופן אַז „ראו כל אפסי ארץ", און אויך „כל השרים וכל העמים אשר בכל מדינות המלך" האָבן דאָס אויך געזען, און געזען ווי אַזוי דאָס איז אין אַן אופן פון „הפליא ה' והגדיל לעשות בארץ",
און בכל יום סגולה ובשורהמא י"ט כסלו מידי שנה בשנה, ווערט דאָס נמשך ביתר שאת און אין אַן אופן חדש.
און וויבאַלד אַז דער סיום והכנסת הספר תורה קומט־פאָר בי"ט כסלו — ווערט אויפגעטאָן ביתר שאת ויתר עוז כל ענינים הנ"ל פאַרבונדן מיט ספר תורה.
יב. ועאכו"כ אַז עס זיינען זיך מצטרף די אַלע ענינים: סיום והכנסת הספר תורה, אין יום הגאולה פון י"ט כסלו, אין שנת הקהל.
און נוסף לזה — קומט דאָס אַלץ פאַר אין ארצנו הקדושה, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"מב —
„תמיד" אָן קיין שינוי,
און „עיני ה' אלקיך בה" סיי אויף די הרים וואָס זיינען אין איר דאָ, סיי אויף די בקעות וואָס זיינען אין איר דאָ וכו' (וואָס ארץ ישראל איז „ארץ הרים ובקעות"מג).
וואָס ווי דאָס איז בגשמיות איז דאָס פאַרבונדן מיט דעם ווי דאָס איז ברוחניותמד:
עס זיינען דאָך דאָ כמה קדושות אין ארץ ישראלמה, אַ קדושה בדוגמת „הר", אַ קדושה בדוגמת „גבעה", און אַ קדושה בדוגמת „בקעה" וכיו"ב — זיינען זיי זיך אַלע משתווה, אַז „תמיד" איז „עיני ה' אלקיך בה".
יג. וואָס דאָס איז דאָך אויך פאַרבונדן מיט „שלימות הארץ":
פּונקט אַזוי ווי אַ ספר תורה איז בתוקפה ובשלימותה דוקא בשעת עס זיינען אין איר דאָ אַלע אירע אותיות, אָן קיין אונטערשייד, אפילו אַ וא"ו פון „ושוסעת שסע"מו מוז אויך זיין בשלימותה און מוקפת גויל וכל הפרטים שבזה, און דאָס רירט אָן אין תוקף השלימות פון דער ספר תורה, ווי גערעדט פריער (ס"ח),
424מען שטעלט זיך מיטן גאַנצן תוקף איידער מ'איז מסיים די ספר תורה, אַז זי זאָל זיין בשלימות, עאכו"כ בהכנסתה לבית הכנסת וואו מ'לייענט דערנאָך אין איר —
עד"ז שטעלט מען זיך מיטן גאַנצן תוקף אויף שלימות הארץ לגבולותי', וואָרום אַז עס פעלט ערגע־וואו אין איר שלימות — פעלט דאָס אין דעם תוקף און שלימות און קדושה פון גאַנץ ארץ ישראל, כמובן פון דער דוגמא פון „שלימות התורה".
וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט „שלימות העם" („האנשים והנשים והטף"): פּונקט אַזוי ווי בנוגע צו מ"ת בפעם הראשונה זאָגט מעןמז, אַז „אילו היו ישראל חסרים אפילו אחד (פון די ששים ריבוא)" וואָלט ח"ו קיינער ניט געקענט באַקומען די תורה — עד"ז איז אויך בנוגע צו „שלימות הארץ", בנוגע צו שלימות כל הענינים.
יד. וואָס דאָס איז אַ שלימות המשולשת:
„שלימות התורה", וואָס איר שלימות איז דאָך — „גדול לימוד שמביא לידי מעשה"מח — בשעת דער לימוד קומט אַראָפּ אין מעשה בפועל,
און אין אַן אופן פון „תמיד", „מרשית השנה ועד אחרית שנה", סיי שבת, וואָס „קודש הוא"מט, און סיי יום כפור וואָס איז „שבת שבתון"נ, קודש הקדשים, און סיי אין ימות החול.
און דערמיט ווערן דורכגענומען „האנשים והנשים והטף", פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך" און „שואב מימיך"נא — „שלימות העם".
„שלימות הארץ" — אַז ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט שוין אָפּגעגעבן אין רשות ישראל, בפשטות, האַלט מען דאָס בשלימות ובפשטות.
און דאָס ווערט דורכגעפירט אין אַ מצב של שלום אמיתי,
ואדרבה — דוקא דורך דערויף וואָס מ'האַלט אָן „שלימות הארץ" איז דאָס דער אופן אַז עס זאָל זיין שלום בפשטות (שלום איז אויך פון לשון „שלימות") — בשעת מ'האַלט, און מיטן גאַנצן תוקף, כל חלק (שלימות) פון ארץ ישראל וואָס דער אויבערשטער האָט (שוין) אָפּגעגעבן בגשמיות צו אידן — האָט מען דעמולט שלום.
וואָס דאָס איז די הכנה קרובה אַז דער אויבערשטער וועט אָפּגעבן כל ארץ ישראל לגבולותי', אפילו די חלקים וואָס, מאיזו סיבה שתהי', געפינען זיי זיך בגשמיות, דערוויילע, אין רשות פון ניט־ידן,
וואָס דאָס איז נאָר אויף אַ רגע קטן, „ברגע קטן עזבתיך"נב,
וואָרום עס איז דאָך „כלו כל הקיצין"נג און עס פעלט נאָר דער „שעתא חדא" און „רגעא חדא" פון תשובהנד, וואָס דעמולט איז „מיד הן נגאלין"נה — עס וועט זיין דער „הרהר425תשובה" ובמילא איז נעשה צדיק גמורנו, און מ'באַקומט אויך די שטחים וואָס געפינען זיך בגשמיות, דערוויילע, באַ נט־אידן.
און דאָס ווערט אויך די הכנה קרובה צו „ירחיב ה' אלקיך את גבולך"נז, אַז מ'באַקומט אויך קני קניזי וקדמונינח,
לאחרי ההקדמה אַז מ'האַלט אָן דער ארץ וגבול וואָס געפינט זיך (שוין) ברשות פון אידן, און מ'האַלט אָן אין דעם בפשטות ובתוקף,
וואָס דאָס פירט־דורך אַז דאָס ווערט אויפגעטאָן באופן פון „ושכבתם ואין מחריד"נט, דערפאַר וואָס „תפול עליהם אימתה ופחד (וואָרום דאָס איז ניט „כחי ועוצם ידי"ס, נאָר) בגדול זרועך (ובמילא איז) ידמו כאבן"סא —
זיי רירן זיך ניט פון אָרט אָנרירן אַ אידן, ואדרבה — „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"סב: נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות, ווען זיי זיינען „מלכים" און שרים („שרותיהם") — זיינען זיי מקיים זייער תפקיד „והביאו את כל אחיכם מכל הגוים מנחה לה' . . כאשר יביאו בני ישראל את המנחה בכלי טהורה"סג אין ארץ הקודש (און דאָרטן גופא) אין ירושלים עיר הקודש (און דאָרטן גופא) אין ביהמ"ק השלישי,
וואָס יבנה במהרה בימינו ממש דורך משיח בן דודסד, שיבוא ויגאלנו בגאולה האמיתית והשלימה,
נאָך דערויף וואָס דורך אים וועט זיך דורכפירן דער „קץ שם לחושך"סה צו דעם חושך הגלות הפנימיסו, עאכו"כ צו דעם גלות בפשטות,
און ער פאַרענדיקט דעם גלות אין אַן אופן פון „אעביר מן הארץ"סז, עס בלייבן ניט קיינע שיריים דערפון, און עס הויבט זיך אָן דערנאָך „מיד הן נגאלין",
ובגאולה האמיתית והשלימה, וואָס דעמולט איז יבנה ביהמ"ק במקומו, און ערשט דערנאָך יקבץ נדחי ישראלסח,
במהרה בימינו ממש, למטה מעשרה טפחים, ובאופן של שלום אמיתי, „ושמחת עולם על ראשם"סט,
אַז נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות איז „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"ע, ווען מ'געפינט זיך נאָך אין „מצרים", וואָס „כל המלכיות נקראו על שם מצרים"עא,
און גלייך נאָך דערויף „ובני ישראל יוצאים ביד רמה"עב, און דוד מלכא משיחא, משיח צדקנו, בראשינו,
במהרה בימינו ממש.
426טז. מ'האָט דערמאָנט פריער (סי"א) אַז סיום כתיבת הספר תורה און הכנסתה וועט זיין אין דעם יום הגאולה י"ט כסלו, און נאָך בזה: דער בעל הגאולה (דער אַלטער רבי) שרייבט במכתבועג אַז די גאולה איז געווען „בזכות ארץ הקודש" — קומט דאָס (דער סיום והכנסת הספר) פאַר אין ארץ הקודש.
און אַזוי ווי די גאולה דעמולט איז געווען אין „יום ג' שהוכפל בו כי טובעד, יום הילולא רבא של רבינו הקדוש נ"ע (דער מגיד)", ווי ער שרייבט במכתבו הנ"ל,
און ער שרייבט דאָרטן אַז די גאולה איז געווען — „כשקריתי בס' תהלים בפסוק פדה בשלום נפשי, קודם שהתחלתי פסוק שלאחריו, יצאתי בשלום מה' שלום",
די גאולה דעמולט איז געווען ביום השלישי בשבוע, וואָס לויט ווי מ'זאָגט תהלים כפי שנחלק לימי השבוע (מ'איז מסיים מידי שבוע בשבוע) איז דער פסוק „פדה בשלום" אין דעם שיעור תהלים פון יום השלישי בשבוע,
כמבואר ומסופר ע"י כ"ק מו"ח אדמו"רעה אַז דערפאַר האָט דער אַלטער רבי דעמולט געזאָגט דעם פסוק „פדה בשלום" —
אַזוי אויך די התוועדות איצטער (וואָס קומט בקשר מיטן סיום והכנסת הספר תורה וואָס וועט זיין בי"ט כסלו) קומטפאַר בהשגחה פרטית ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואָס אין דעם שיעור שבועי שלו איז דער פסוק און דער ענין פון „פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי",
וואָס די התוועדות קומט אַלס אַ התחלה פון סיום והכנסת הספר תורה וואָס וועט זיין בי"ט כסלו,
וואָס דאָס (די התוועדות אַלס אַ התחלה צו דעם סיום וואָס וועט זיין בי"ט כסלו) איז אַ פעולה נמשכת און „נשתלשלו מהן"עו — די כוונה איז, אַז אפילו די וואָס וועלן זיך ניט געפינען באותו מקום בארץ הקודש בשעת הסיום ובשעת ההכנסה — איז דאָס פּונקט ווי זיי זיינען דאָרטן, ובגשמיות, און פּונקט אָן אַ כ"ף הדמיון,
הבעש"טז
שמחשבתו של אדם שם הוא נמצא, וואָס על יסוד זה פסק'נט מען דאָך אַ הלכה בפועל אין הלכות עירוב תחומיןעח, וואָס דאָרט איז נוגע די מעשה בפועל, וואָס דערפאַר דאַרף ער דאָרטן זיין נמצא בפועל.
יח. אַזוי ווי (כאמור לעיל) מ'וויל דאָך משתף זיין אַלע די וואָס זיינען דאָ, און אויך די וואָס זיינען דאָ ניט בגופם נאָר במחשבתם און דורך דעם „הערן" זיי דאָסעט, ביז אפילו אויך די וואָס ווייסן ניט דערפון איז אָבער „זכין לאדם שלא427בפניו"פ — אין דעם סיום פון דער ספר תורה און דערנאָך אויך אין הכנסתה לבית הכנסת, דורך דערויף וואָס מחשבתם וועט דאָרטן זיין,
עאכו"כ אַז דאָס וועט אויך זיין פאַרבונדן מיט אַ דבר גשמי,
כידוע וואָס עס שטייט אין דרשות הר"ןפא אַז אַ נבואה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ פעולה בעוה"ז הגשמי איז זיכער אַז זי וועט מקויים ווערן בגשמיות —
וועט מען איצטער געבן אַ „כתר" צו דער ספר תורהפב,
וואָס מ'האָט פאַר דעם „כתר" באַצאָלט, וכהמנהג (ווי ער זאָגט אין זהרפג, און מאריך בזה אין כתבי האריז"לפד), אַז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ מצוה וקדושה דאַרף ניט זיין „חנם"פה, נאָר באַצאָלט,
וואָס איז דאָך פאַרבונדן מיט „חיי נפשו"פו, עכ"פ דורך אַ פרוטה.
און וויבאַלד אַז „זכין לאדם שלא בפניו" — האָט יעדערער אַ חלק אין די געלט וואָס מ'האָט דערפאַר באַצאָלט, און עאכו"כ די וואָס האָבן שוין אַריינגעשריבן זייערע נעמען און שוין געגעבן וכו',
וכ"ז זאָל זיין אַ פעולה נמשכת בכל הפעולות לאחרי זה, אין די טעג ביז דעם סיום, ועאכו"כ אין דעם טאָג פון דעם סיום, אין דעם יום סגולה י"ט כסלו, און אין דעם זמן הסיום וההכנסה לבית הכנסת.
יט. אַזוי ווי עס געפינט זיך איצטער דאָ דער גבאי פון דעם בית הכנסת, וואָס ער איז געקומען אַלס שליח פון דעם בית הכנסת, און בכלל פון המתעסקים בזה וואָס געפינען זיך אין ארץ הקודש —
וועט מען אים אויך מאַכן אַ שליח להולכה מכאן — מיטנעמען דעם „כתר" און אויך מיטנעמען געלט אויף צדקה — בשם כל המתוועדים כאן, און בשם יעדערן בכל מקום שהם, וואָס מ'איז זיי מזכה שלא בפניהם
— מחלק זיין אין ארץ ישראל די געלט לצדקה בשם כל אחד ואחת מהנמצאים כאן וכו', וועלכע מ'האָט שוין מזכה געווען אין דעם,
[עס איז ניט די כוונה צו מאַכן אויף דעם אַ „מגבית", וואָרום מען האָט שוין יעדערן מזכה געווען אין דעם].
וואָס דאָס ווערט „ציון במשפט"פז — תורה, ובפרט הלכות שבתורהפח, און „שבי' בצדקה"פז.
כ. און אַזוי ווי די נשמה פון יעדער אידן איז דאָך פאַרגליכן צו אַ (גאַנצער) ספר תורה, ווי די גמרא זאָגט אין סיום מסכת מועד קטןפט — זאָל דער סיום (שלימות) הספר תורה (וואָס יעדערער האָט אין דעם אַ חלק, כנ"ל) זיין די הכנה קרובה צו „יכלו כל נשמות428שב(אותו אוצר ששמו) גוף", ווי די גמרא זאָגט בכ"מצ, ולביאת משיח,
וואָס בפועל טוט זיך דאָס אויף דורך דעם וואָס אידישע פרויען זיינען מקיים די מצות התורה, וואָס זי איז ראשונה אין סדר המצוות שבתורהצא, וואָס ראשונה בסדר איז פאַרבונדן מיט ראשונה בחשיבות — די מצוה פון „פרו ורבו ומילאו את הארץ וכבשוה"צב.
כא. און „מצוה גוררת מצוה"צג — פון דעם מבצע — צו דעם „מבצע אהבת ישראל", אַז עס ווערט „כי ברבים היו עמדי" (ווי דערמאָנט פריער (סי"א ובהמאמר)).
וואָס דאָס ברענגט צו חינוך ישראל — „מבצע חינוך".
און דאָס קומט אַראָפּ אין „מבצע תורה", „מבצע תפילין", „מבצע מזוזה", „מבצע צדקה", „בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'",
און „מבצע נרות שבת קודש", „מבצע כשרות האכו"ש" און „מבצע טהרת המשפחה".
און דאָס ווערט אַ הכנה קרובה צו דעם „מבצע" כביכול פון דעם אויבערשטן, וואָס דאָס איז ביכולתו פון דעם אויבערשטן צו טאָן, און נאָר ער איז ביכולת דאָס צו טאָן, וכדברי כ"ק מו"ח אדמו"רצד אַז ניט מיט אונזער ווילן זיינען מיר געגאַנגען אין גלות און ניט מיט אונזער ווילן וועט מען אַרויסגיין פון גלות,
נאָר „אתם תלוקטו לאחד אחד"צה, אַז דער אויבערשטער נעמט, בקרוב ממש, יעדער אידן, „האנשים והנשים והטף", פאַרן האַנטצו, און „ושב ה' אלקיך את שבותך"צז, ער גייט (ניט פאַראויס פאַר אים, נאָר) מיט אים צוזאַמען („את שבותך"צח) אין ארצנו הקדושה,
ובמהרה בימינו ממש.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להגבאי ר' זושא שיחי' ריבקין: כוסית יי"ש לאמר „לחיים" ונתן לו הקנקן משקה (ואמר לו) שיחלק ממנו להמשתתפים בסיום והכנסת הספר תורה; ה"כתר" (ואמר לו) „בשם כל הקהל"; ה"יד" וממון לצדקה באה"ק, כנ"ל.
אח"כ נתן כוסית יי"ש לאמר „לחיים" להאומן שעשה ה"כתר" בארה"ק, ואמר לו: זאָל זיין בהצלחה רבה, איר זאָלט מאַכן אַ סך „כתרים" אויף אַ סך ספרי תורה, און לערנען און מקיים זיין וואָס עס שטייט אין ספר התורה].
כב. בשעת עס רעדט זיך וועגן „מבצע תורה", שבזה ג"כ הכנסת ספר תורה וואָס איז פאַרבונדן מיט סיום ספר תורה און פאַרדעם — מיט כתיבת ספר תורה,
[וואָס דער ענין פון (ספר) תורה איז דאָך פאַרבונדן מיט אידן, ביז אַז תורה איז שייך דוקא ווען עס זיינען דאָ אידן, ווי ער זאָגט אין מדרשצט „מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר", אפילו פון תורה, און די ראי' אויף דערויף איז פון429תורה עצמה, אַז מ'זאָגט אויף יעדער ענין אין תורה „צו את בני ישראל", „דבר אל בני ישראל",
וואָס דערפאַר איז דאָס אויך פאַרבונדן מיט די אַלע מבצעים וועגן וועלכע מ'האָט דערמאָנט פריער,
וואָס דער מזכיר זיין וועגן דעם וועט זיכער מספיק זיין אויף מעורר זיין און מעודד זיין אַז מ'זאָל נאָכמער מוסיף זיין במעשה בפועל בכל מבצעים אלה] —
קומט מען מענין לענין באותו ענין — צו דעם מבצע שהזמן גרמא, וואָס דאָס איז — די הכנה צו י"ט כסלו — טאָן אין הפצת המעינות, בתוככי הפצת כל עניני יהדות, ביז אַז דאָס זאָל דערגרייכן „חוצה".
כג. און גרייטן זיך, און דערנאָך טאָן גלייך בפועל בנוגע צו „מבצע חנוכה",
וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט „חנוך לנער"ק ווי דערמאָנט פריערקא, וואָס יעדער איד (עם חכם) פירט זיך דאָך אין אַן אופן פון „איזהו חכם הלומד מכל אדם"קב, במילא איז ביחס צו אַן ענין וואָס ער האָט נאָך ניט געלערנט, איז ער אין סוג פון „נער", און מ'דאַרף אים אין דעם מחנך זיין וואָרום אין דעם איז ער נאָך אַ קטן,
עאכו"כ אין דעם מבצע חנוכה, וכמדובר כמ"פ בארוכה אַז מ'דאַרף טאָן אין מבצע חנוכה בכל ההיקףקג, און מיט דער גאַנצער שלימותקד, בנוגע לכל אחד ואחת מישראל (אויך „ואחת" — וואָרום „אף הן היו באותו הנס"קה).
ועאכו"כ — טאָן אין דעם בנוגע צו די וואָס נויטיקן זיך אין דעם במיוחד — די וואָס געפינען זיך אין בית האסורים אָדער אין בית הרופאים [ווי דער עולם רופט דאָס אָן „בית החולים"], און די וואָס געפינען זיך אין בתי זקנים, וואָס מצד חלישות שלהם דאַרפן זיי אָנקומען צו אַן עזר פון אַ צווייטן.
כד. ועאכו"כ טאָן אין דעם מבצע חנוכה בנוגע צו די וואָס זיינען מגין אויף שלימות הארץ כפשוטה [וואָס דערמיט איז אויך פאַרבונדן שלימות הארץ ברוחניות, וואָס דערמיט איז אויך פאַרבונדן שלימות העם, וואָס דערמיט איז אויך פאַרבונדן שלימות התורהקו] —
אָט די וואָס האָבן זוכה געווען און זיינען מגין בגופם בפשטות על גבולי הארץ, און היטן אָפּ אַז עס זאָל ניט זיין ח"ו „הארץ נוחה ליכבש לפניהם"קז.
וואָס דער דין איז דאָך אפילו אין נהרדעא, אין בבל, ווי די גמרא זאָגט אין עירוביןקח, וואָס דאָס איז אַ דוגמא אויף יעדער אָרט וואו אידן געפינען זיך — אַז מ'טאָר ניט צולאַזן קיין פעולה אין וועלכע עס קען זיין עפּעס־וואָס אַ חשש אַז „תהא הארץ (אָדער השכונה אָדער העיר) נוחה ליכבש לפניהם", וואָרום דאָס איז אַ חשש בענין פון פקוח נפשות,
430עאכו"כ בנוגע „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה", וואָס דאָרטן איז לייכטער דורכצופירן אַז עס זאָל ניט זיין „הארץ נוחה ליכבש לפניהם", וואָס דערפאַר זיינען אויך די בלבולים בזה גרעסערע בלבולים, כדי ח"ו צו שטערן דאָס —
עס איז אָבער „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום" דערפאַר וואָס „עמנו א־"קט, „תפול עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך (ויתירה מזה) ידמו כאבן".
און די וואָס זיינען מגין על גבולי הארץ בגופם ובפשטות, די אידן וואָס געפינען זיך בצבא, באיזו דרגא שתהי' — דאַרף באַ זיי זיין ביותר דער ענין פון אָנצינדן און ליכטיק מאַכן „נר מצוה ותורה אור"קי,
און אין אַן אופן פון מוסיף והולך בכל יום ויום, וואָרום יעדערער פון זיי פּונקט אַזוי ווי יעדער איד (ועוד יותו — וויבאַלד תפקידם איז הגנת רבים) איז אַ מהדר מן המהדר אין נרות חנוכה ווי דער רמ"אקיא זאָגט אַז „המנהג פשוט" אַז יעדער איד איז מקיים מצות נר חנוכה באופן דמוסיף והולך בנרות חנוכה בכל יום ויוםקיב,
ואדרבה — זיי טוען דאָס (כתפקידם) אָנהויבנדיק בגופם ממשקיג.
כה. ויה"ר אַז דורך די הכנות צו דעם מבצע חנוכה זאָל מען זוכה זיין בקרוב ממש צו חנוכת בית המקדש השלישי, ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש ומתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב.
*
[צוה לנגן ניגון הכנה. ניגון אדה"ז (בבא רביעית פ"א). ניגון ניע זשוריצי חלאָפּצי.
כ"ק אדמו"ר שליט"א התחיל לנגן „ווי וואָנט משיח נאַו"קיד.
אח"כ — „ניעט ניעט ניקאַוואָ"קטו.
אח"כ אמר: די וואָס דאַרפן מאַכן אַ ברכה אחרונה, וועלן זיכער מאַכן אַ ברכה אחרונה].
מ'וועט איצטער דאַוונען מנחה, ו(כמאמר הגמראקטז) „לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה שהרי אליהו הנביא לא נענה אלא בתפלת המנחה"קיז,
און מ'וועט אַלע מכריז זיין (כפשוט לא בהברת השמות, כ"א) „הוי' הוא האלקים הוי' הוא האלקים"קיח, און נאָך מחוץ (וקודם לבנית —) לביהמ"ק טוט מען ברוחניותקיט אַלע ענינים וואָס
431קרבנותקכ האָבן אויפגעטאָן אין דעם
און דאָס וועט ברענגען בפועל צו
„ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו גאולה . . כמצות רצונך"קכא אין דעם ביהמ"ק
ישראל בה ולחזק בדקה", און „ילחם מת ה' וינצח", און וועט ברענגען די ה האמיתית והשלימה, בהקדמה ער וועט מאַכן דעם „קץ שם ך" הגלות, און דערנאָך „יקבץ נדחי ל"122), „והיתה לה' המלוכה"123).