English
ספרייה

לקוטי שיחות

נח ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

25נח ב

א. אויפן פסוקא „ונח בן שש מאות שנה והמבול הי' מים על הארץ", שטייט אין מדרשב, אַז „שנת המבול אינה עולה מן המנין", ד. ה. (ווי מפרשים זאָגןג), אַז דער מבול־יאָר ווערט ניט צוגערעכנט „לשנותיו של נח", ווי מיר זעען — „כשהקב"הד מונה שנותיו של נח אינו מונה שנת המבול. שאתה מוצא שנח חי ט' מאות ונ' שנה ואחת עם שנת המבול, שכן הוא אומר ונח בן שש מאות שנה והמבול הי', משמע שהמבול הי' לאחר שש מאות שנה, דכתיבה ויהי באחת ושש מאות שנה (גו') חרבו המים, וכתיבו ויחי נח אחר המבול שלש מאות (גו') וחמישים שנה", וכתיבז ויהי כל ימי נח (אשר חיח) תשע מאות שנה וחמישים שנה, והי' לו לומר תשע מאות שנה וחמישים ואחת שנה — אלמא שאין שנת המבול עולה למנין שנותיו" (און מ'איז מסביר דעם טעם הדבר, „ולפי שהיתה שנת צרה לא עלתה לו שנת המבול למנין שנותיו").

שוין גערעדט כמה פעמיםט, אַז דערפון וואָס רש"י זאָגט בכמה מקומות בפירושו על התורהי דעם אויסדרוק „לא ידעתי" וכיו"ב, איז מוכח, אַז אין יעדן אָרט וואו ס'איז פאַראַן אַ שוועריקייט אין פשוטו של מקרא, ווערט עס באַוואָרנט אין פירוש רש"י; און דאָרטן וואו ער שרייבט ניט קיין פירוש (און זאָגט ניט „לא ידעתי" וכיו"ב), איז דאָס אַן ענין וואָס איז מובן מעצמו — אָדער פון דעם פסוק גופא, אָדער פון די כתובים צי פירושי רש"י שלפני פסוק זה.

לפי זה דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס דער סהכל בכתוב פון נח'ס יארן שטימט ניט מיט מספר שנותיו שלפני ושלאחרי המבול (וואָס דאָס איז מכריח צו זאָגן אַז „שנת המבול אינה עולה מן המנין") איז אַ סתירה גלוי' בפשטות הכתוביםיא — און רש"י באַוואָרנט עס ניט בפירושו על התורה?

מ'קען ניט זאָגן, אַז רש"י האַלט אַז בפשטות, איז „שנת המבול אינה עולה מן המנין"יב — אדרבא דאָס איז אַ חידוש גדול און רש"י וואָלט עס געדאַרפט שרייבן בפירוש. ובפרט אַז אין דעם חשבון פרטי ווערט שנת המבול יע גערעכנט אין דער תורה, כנ"ל: פריער26שטייטיג אַז דער מבול האָט זיך אָנגעהויבן „בשנת שש מאות שנה לחיי נח", און דערנאָך שטייטה „באחת ושש מאות שנה גו' חרבו המים".

ב. מען קען דאָס מבאר זיין:

אין פסוק שטייטיג „בשנת שש מאות שנה לחיי נח גו' נבקעו גו'". וואָס דער פירוש הפשוט פון „בשנת" איז — אין (מיטן) דעם יאָר; ובמילא קען מען לערנען, אַז „בשנת שש מאות גו' נבקעו גו'" איז געווען בתחלת השנה, ד. ה. אַז אַריינגייענדיק אין דעם יאָר זעקס הונדערט לחיי נח, ווען ער איז אַלט געווען תקצ"ט שנה מיט אַ מקצת, האָט זיך אָנגעהויבן דער מבוליד.

און וויבאַלד דער פסוק איז מדייק „בשנת שש מאות שנה גו'", איז דאָס מכריח צו זאָגן, אַז אויך דאָס וואָס עס שטייט „ונח בן שש מאות שנה והמבול הי' מים על הארץ", מיינט — ווען ער איז אַריין אין דעם יאָר זעקס הונדערטטו [אָדער עס מיינט (כדיוק לשון הכתוב — והמבול הי'" — לשון עבר), אַז ווען נח איז געווען אַ „בן שש מאות שנה" איז דער מבול שוין געווען (פון פריער)].

וכמו"כ אין דעם פסוק „ויהי באחת ושש מאות שנה גו' חרבו המים" מיינט עס (ניט פולע 601 יאָר, נאָר) אין אָנהויב זעקס הונדערט און איינס, ד. ה. 600 מיט אַ מקצתטז.

ווען עס קומט אָבער צום סהכל פון מנין שנותיו של נח, רעדט די תורה וועגן שנים שלימות, און רעכנט ניט די מקצת שנה אַלס שנה שלימה; במילא קומט אויס, אַז שני חיי נח זיינען 950 שנה (600 (ומקצת) ביז לאחרי המבול, און 350 נאָכן מבול).

ג. דער ביאור איז אָבער לכאורה ניט מספיק:

אויפן פסוקיז „כי לימים עוד שבעה גו'" זאָגט רש"י: „צא וחשוב שנותיו של מתושלח ותמצא שהם כלים בשנת ת"ר שנה לחיי נח" — וואָס דער חשבון איז: מתושלח האָט געלעבט תשע מאות וששים ותשע שנהיח; און היות אַז מתושלח איז אַלט געווען קפ"ז שנה כשהוליד את למךיט און למך איז אַלט געווען קפ"ב שנה כשהוליד את נחכ (צו־27זאַמען: שס"ט שנה), קומט אויס, אַז „שנותיו של מתושלח (תתקס"ט שנה) . . כלים בשנת ת"ר שנה לחיי נח" (ת"ר און שס"ט איז — תתקס"ט).

און וויבאַלד אַז מיתת מתושלח איז געווען קודם המבול, קומט אויס, אַז „בשנת ת"ר שנה לחיי נח גו' נבקעו גו'" מיינט נאָך דעם ווי נח איז שוין אַלט געווען ת"ר שנה.

בפשטות וואָלט מען דאָס געקענט פאַרענטפערן: די מספרי השנים ווען יעדערער האָט מוליד געווען את בנו (קפ"ז וקפ"ב וכיו"ב) מיינט עס ניט אַז אין דעם טאָג וואָס ער איז אַלט געוואַרן דעם מספר פון יאָרן איז הוליד

[וואָס לפ"ז וועט אויסקומען, אַז שת און אנוש און די „דורות" שלאחריהם — ביי וועמען עס שטייט „ויחי . . שנה ויולד" — איז יעדער פון זיי געבאָרן געוואָרן גענוי דעם זעלבן טאָג ווען זיין פאָטער איז געבאָרן געוואָרן, דהיינו, אַז זיי זיינען אַלע געבאָרן געוואָרן (ביום הולדתו של אדם —) בראש השנה!]

נאָר דאָס מיינט, אַז נאָכדעם ווי זיי האָבן געהאַט דעם מספר יאָרן, איז אין משך פון דעם יאָר הולידו.

במילא וועט אויסקומען, אַז וויבאַלד די קפ"ז שנה פון מתושלח בהולידו את למך און די קפ"ב שנה פון למך בהולידו את נח זיינען מיט שיירים, איז בצירוף פון די שיירים מיט דער מקצת פון שנת ת"ר שנה לחיי נח — קומט צוזאַמען אויס אַ גאַנצער יאָר, וואָס איז משלים שנותיו של מתושלח.

עס בלייבט אָבער ניט גלאַטיק:

בנוגע דעם חטא פון דור הפלגה, זאָגט רש"יכא, „אמרו אחת לאלף ותרנ"ו שנים הרקיע מתמוטט כשם שעשה בימי המבול". וואָס דער חשבון פון „אלף ותרנ"ו שנים" איז דער סך הכל פון די שנות הולדת פון די אויסגערעכנטע דורות שמאדם עד נח —

אָבער אויב מ'וועט לערנען כדלעיל, אַז אין די מספרי השנים זיינען דאָ שיירים וואָס ווערן ניט גערעכנט, וועט אויסקומען, אַז ביי יעדערן פון די עשרה דורות איז דאָ אַ עודף פון אַ געוויסן זמן (טעג, וואָכן, חדשים) וואָס ווערט ניט גערעכנט אין מספר הכללי פון די שנים; ולכאורה הסברא נותנת אַז במשך פון עשרה דורות שהאריכו ימים האָט זיך פון די אַלע עודפים אַנגעזאַמלט מער ווי די טעג פון איין יאָר (עכ"פ), אַזוי אַז דער סהכל באטרעפט ניט אלף ותרנ"ו שנים נאָר מער (אלף ותרנ"ז שנים).

ד. לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען, אַז דער סך הכל חשבון פון „אלף ותרנ"ו שנים" איז ווייל „שנות האנשים מנויין למנין שנות עולם" (בלשון רש"י אין פ' כי תשאכב) — ד. ה. אַז מען ציילט אַ סך הכל פון שנות האנשים איז עס ניט לויט זייערע יאָרן נאָר לויט שנות עולם.

עס איז אָבער אַ דוחק גדול צו לערנען אַז רש"י נעמט אָן דעם פירוש בפרשתנו, ניט שרייבנדיק דאָס בפירוש, ווייל לפי פשוטו של מקרא איז דאָס אַ חידוש גדולכג, אַז ווען תורה רעכנט28שנות חייו פון איין מענטשן מיינט מען ניט זיינע יאָרן נאָר שנות עולםכד!

ה. והביאור בזה:

אין דרך הפשט, ווען תורה זאָגט אַז פלוני איז אַלט כך וכך יאָרן (ניט ע"ד הלשון „בן מאה ועשרים שנה אנכי היום"כה), מיינט עס מספר שנותיו בערך — מעגלעך עלטער אָבער ווייניקער ווי מיט אַ האַלב יאָר, אָדער אינגער מיט אַזאַ זמן, ווייל בפשטות איז אזלינן בתר רובא (אויך פון אַ יאָר).

און דערמיט איז נאָך מער גלאַטיק דער חשבון פון „אלף ותרנ"ו שנים"כו. וואָרום על דרך הרגיל קען מען אָננעמען, אַז כשם ווי עס זיינען געווען אַזעלכע „דורות" וואָס ביי זיי איז דאָ עודף פון ימים וועלכע זיינען ניט אַריין אין מספר השנים הכתוב בתורה — אַזוי זיינען געווען אַזעלכע וואָס ביי זיי איז דער חסרון פון ימים (או חדשים) ניט ניכר אין סכום השנים וואָס שטייט אין תורה — אַזוי אַז בסהכל וועט דער מספר זיך בערך אויסגלייכן (מיט שנות עולם)כז.

ו. ויש לבאר עוד בזה (אלא שאינו כ"כ ע"ד הפשט), ובהקדים:

דער טעם בפשטות פאַרוואָס תורה רעכנט אויס ביי יעדערן (פון די „דורות") זיין גיל ביים געבורט פון זיין זון — דלכאורה, למאי נפק"מ? — איז, כדי מען זאָל וויסן ווען די פאַרשידענע מאורעות שבתורה האָבן פּאַסירט.

ועפ"ז (אַז דער מספר השנים וואָס שטייט בקשר להולדת הדורות, איז (בעיקר) צו לאַזן וויסן דעם גענויעם מנין לשנות עולם) — קען מען זאָגן, אַז דער מספר הכתוב בתורה (ביחס צו דער הולדה פון דעם איש פרטי) קען האָבן אַן אונטערשייד פון קאַרגע צוויי יאָר: כמעט דעם גאַנצן יאָר ווען ער דאַרף אַלט ווערן כך וכך שנה און אויך כמעט דעם גאַנצן יאָר נאָכדעם ווי ער איז שוין געוואָרן אַלט דעם מספר יאָרן [לדוגמא: קפ"ז שנה (אין פסוק הנ"ל — „ויחי מתושלח שבע ושמונים שנה ומאת שנה") קען מיינען ווען ער האַלט בתחלת שנת הכניסה צו קפ"ז (קפו שנה ומקצת), און אויך ווען ער האַלט שוין בסיום היציאה לגמרי פון קפ"ז (קפח שנה חסר מקצת)].

און כאָטש אַז לפי זה קען מען ניט וויסן דעם גענויעם זמן ההולדה פון אַ איש פרטי — איז עס אָבער מועיל צום עיקר המכוון: צו וויסן דעם מספר פון שנות עולם, ווייל דער ס־הכל פון די אַלע מספרי השנים איז מתאים צו מנין שנות עולם, חסר או יתר מקצת שנה.

ז. דער טעם הפנימי דערפון וואָס תורה איז מדייק בנוגע צו מנין שנות עולם, וועט מען פאַרשטיין בהקדם וואָס עס שטייט אין מדרשכח, אַז איינע פון די מעלות פון אידן וועלכע „עקילס" (אַ גוי) האָט גערעכנט (אַלס אַ טעם אויף זיין רצון להתגייר), איז — „הקטן שבהם יודע . . כמה יש משנברא העולם".

29וויבאַלד אַז די מעלות פון אידן וואָס ער האָט גערעכנט האָבן אים געבראַכט צו וועלן זיך מגייר זיין, איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי זיינען ניט מעלות אין גודל החכמה פון אידן, נאָר מעלות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דת ישראל.

איז דער ביאור בזה:

די אמונה אין חידוש העולם איז איינע פון די יסודות פון תורה, ובלשון הרמב"ןכט: „כי הוא שורש האמונה ושאינו מאמין בזה וחושב שהעולם קדמון הוא כופר בעיקר ואין לו תורה כלל". אין אמונה גופא זיינען אָבער פאַראַן כמה דרגות: עס קען זיין אַז איינער איז אַ מאמין באמונה שלימה, און דאָך פעלט ביי אים די קלאָרקייט דערפון, ס'איז ניטאָ ביי אים די אמונה בידיעה ברורה. וע"ד מארז"לל אינה דומה שמיעה לראי', אַז הגם ער איז זיכער אַז דאָס וואָס ער הערט איז אמת, איז עס אָבער ניט גלייך צו דער התאמתות ווי זי איז דורך ראי'.

און דאָס איז דער אויפטו אין דעם וואָס „הקטן שבהם יודע . . כמה יש משנברא העולם" — די אמונה (כולל שורשה (כנ"ל) — בבריאת העולם) איז ביי אים אַ ידיעה ברורה, ער ווייס דעם (גענויעםלא) זמן ווען דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט.

ומטעם זה איז תורה מאריך (במספרי שנות הדורות) להשמיענו בדיוק דעם מספר פון שנות עולם.

(ממכתבי סיון תשמ"א)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-778s8c1f

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות