לקוטי שיחות
ויצא א
124ויצא
א. אויפן פסוקא „וישכב במקום ההוא" שטייט אין מדרשב: „כאן שכב, אבל כל י"ד שנה שהי' טמון בבית עבר לא שכב", און דערנאָך אַ צווייטע דעה: „כאן שכב, אבל כל כ' שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב" (ווי עס שטייטג „ותדד שנתי מעיני").
ווייטער איז ער ממשיך אין מדרש „ומה הי' אומר? ר' יהושע בן לוי אמר ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים, מאי טעמי', שיר המעלות לדוד לולי ה' שהי' לנו יאמר נא ישראלד, ישראל סבא (יעקב אבינו). ר' שמואל בר נחמן אמר כל ספר תהלים הי' אומר, מה טעם, ואתה קדוש יושב תהלות ישראלה, ישראל סבא".
דער פשט אין דער שאלה „ומה הי' אומר" קען ניט זיין „מיט וואָס איז יעקב אבינו געווען פאַרנומען בבית לבן"
ווייל עס שטייט בפירוש אַז ער האָט געאַרבעט מיט צאן לבן בכל כחוו ביז „ביום גו' בלילה ותדד שנתי מעיני" —
נאָר די שאלה איז: וואָס האָט יעקב געזאָגט (מתפלל געווען, געלערנט) כדי צו קענען איבערקומען די שוועריקייטן אין חרן ובבית לבן?
זייענדיק בבית לבן איז דאָך יעקב געווען אין אַ מעמד ומצב של גלות, ער איז אַוועקגעגאַנגען מבית יצחק אביו צו זיין בבית לבן,
און האָט זיך דאָרטן פאַרנומען מיט „צאן לבן"ז, לבן'ס צאן.
ביז אַז זיין געפינען זיך בבית לבן האָט גע'פועל'ט ביי אים אַ ירידה ממדריגתוח, ווי רש"י זאָגטט אַז יעקב האָט געזאָגט „אם לרמאות הוא בא גם אני אחיו ברמאות", ד. ה. אַז ביי אים איז געווען כביכול דער ענין הרמאות בדוגמת הרמאות דלבןי.
ווערט דעריבער די שאלה: ווי אַזוי איז ער דורכגעגאַנגען און בייגעשטאַנען דעם ענין הגלות? — זיכער איז דאָך דאָס געווען דורך „הקול קול יעקב" וועלכער איז מבטל די „ידים" און די מנגדים פון יעקב ועניניו כמחז"ליא איז די שאלה „מה הי' אומר"?
אויף דעם ענטפערט דער מדרש, אַז דאָס זיינען געווען די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים", אָדער „כל ספר תהלים"; דאָס האָט אים געגעבן דעם כח אַז ער זאָל קענען דורכמאַכן דעם ענין הגלות.
ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: בשלמא לויט דער דעה אַז „כל ספר
125ויצא א
וואָרום זייענדיק אין אַ מצב וואו בפש־
דאַרפט אָנקומען צום זכות פון אַלע
אבות בכדי צו בייקומען די נסיונות פון
לבן, וועט מען פאַרשטיין פון דער עצה
וואָס ברענגט זיך18) ווי צו מנצח זיין אין
נע תהלות אויף וועלכע נוטלים שכר
כנגעים ואהלות*; וואָס איז אָבער די
איז פאַרגעקומען אין די צייטן פון אַלטן
המעלות שבספר תהלים" צו זיין מצב
בכלל איז, אז „מחלקים כל א' החיל שלו
לג' חלקים, חלק א' באמצע . . ושתי שיר המעלות אמר דוד ע"ה כנגד ט"ו
שכנגדו לג' חלקים כאלו, ונלחמים אלו
[וואָרום אברהם אבינו האָט געלעבט
„מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים"14),
יצחק איז געבאָרן געוואָרן ווען אברהם
אד עבארד גאר ון זחק אז ל געשטעט ב' מות מר" אאטג.
איין מחנה פון דעם שונא, וואָס „עי"ז עס זיינען געווען „ט"ו שנים שחיו
ועד"ז לערנט מען אָפּ בנוגע צו דער
מלחמה רוחנית, מלחמת היצר: בכדי צו געזאָגט די „ט"ו שיר המעלות שבספר
תהלים" בכדי דערמיט צו מעורר זיין
ורחמים) לעומת מדה אחת דקליפה, ויצחק, ד. ה. אַז נוסף אויף זיינע אייגענע
זכיות וכוחות, זאָלן אים אויך נמשך
דרר עם דרא את ער גע נט דרכ מ מרא תנבארת א ר מר רא מאר
מאַכן די וועריקיטז בבית לבן, ווי ער מ7' המ ק7 7 ' ן אמר אַ '.
רש"ש לב"ר פס"ח שם).
126און דערפאַר דאַרף מען האָבן די „ט"ו שיר המעלות" וועלכע זיינען „כנגד ט"ו שנים שחיו האבות ביחד" אויף דורכגיין און ביישטיין דעם ענין הגלות —
די ג' אבות זיינען דאָך (כנגד) די ג' מדות דקדושה, אהבה און יראה ורחמיםכ, און בשעת מ'האָט אַלע ג' אבות ביחד, ד. ה. מ'קלייבט צוזאַמען אַלע ג' מדות דקדושה ביחד — דעמולטכא האָט מען דעם כח ביישטיין די אַלע נסיונות פון גלות און זיי מבטל זיין.
ד. על פי זה י"ל הרמז (ע"פ דרך החסידות) והדיוק אין דעם מספר „ט"ו שיר המעלות" (און „ט"ו שנים שחיו האבות ביחד"):
מספר ט"ו ווייזט אויף די ערשטע צוויי אותיות פון שם הוי' — י' ה' (בגימטריא ט"וכב). וואָס דער חילוק צווישן י"ה און ו"ה איז, אַז די אותיות ו"ה זיינען בחי' מדות (ומלכות), און די אותיות י"ה זיינען בחי' מוחין (י' — חכמה, ה' — בינה)כג.
און דאָס איז דער ענין פון די „ט"ו שנים שחיו האבות ביחד": כדי אַז אַלע דריי מדות זאָלן קענען זיין צוזאַמעןכד (ובהתגלות) — „חיו האבות ביחד" — דאַרף אין די מדות מאיר זיין דער אור המוחין (י"ה). וואָרום היות אַז מוחין זיינען העכער פון אופן ההתחלקות פון מדות, דעריבער פועל'ן זיי די התכללות המדות.
ה. דאָס איז אָבער לכאורה ניט מספיק:
די ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים ווערן אָנגערופן בשם „שיר", וואָס „שיר" איז פאַרבונדן מיט אַן ענין של שמחה — איז ווי האָט יעקב געקענט זאָגן „שיר המעלות", אַן ענין של שירה, זייענדיק אין אַ מעמד ומצב של גלותכה? אמת טאַקע, אַז אין די מזמורים רעדט זיך וועגן עזרי גו', די נתינת כח אויף בייקומען דעם גלות, אָבער ווי קען מען שטיין אין אַ שמחה גלוי' (וואָס דעמולט איז מתאים צו זאָגן שירה (וע"ד מארז"לכו „אין אומרים שירה אלא על היין")), ווען מ'געפינט זיך בחרן, חרון אף של מקוםכז און בביתו של לבן?
איז דער ביאור אין דעם: די ירידה פון יעקב אבינו לבית לבן איז געווען בשביל העלי', עס זאָל זיין „ויפרוץ האיש מאד מאד"כח. און וויבאַלד אַז יעקב האָט געזען דעם תכלית המכוון פון זיין ירידה (די עלי' וואָס וועט דערפון אַרויסקומען), דעריבער האָט ער זייענדיק בבית לבן געזאָגט „שיר המעלות"כט.
127ו. יעדער ענין קומט צום אויסדרוק בהדגשה אין זיין התחלה וראש. ועד"ז בעניננו, אַז די עלי' וואָס קומט דורך דער ירידה אין גלות, איז מודגש אין דעם ערשטן פון די „ט"ו שיר המעלות":
דער סיום וחותם פון דעם ערשטן שיר המעלות (וואָס „הכל הולך אחר החתום"ל) איז „אני שלום וכי אדבר המה למלחמה" — וואָס מיינט אַז כאָטש אפילו אַז ער וויל שלום פונדעסטוועגן „המה באים להלחם בי"לא, וואָס די מלחמה (רוחנית) איז דאָס דער העלם והסתר פון גלות, ובפרטיות דער ענין הנסיונות וואָס זיינען מונע ומעכב פון עבודת ה' און זיי „קומען למלחמה" קעגן דעם.
און אין דעם וואָס ער זאָגט „שיר המעלות" אויף „המה למלחמה", איז מודגש דער גודל העילוי וואָס קומט אַרויס דורך דער מלחמה.
והביאור בזה: אַ איד טאָר זיך ניט אַריינלאָזן אפילו ניט אַוועקשטעלן זיך במצב פון נסיונות, ואדרבה, ער דאַרף בעטן „אל תביאנו כו' ולא לידי נסיון"לב. דערפאַר זאָגט ער „אני שלום", אַז ער זוכט אַן עבודה בדרך שלום (וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט מלחמה ונסיונות).
אָבער אעפ"כ, מצד דעם עילוי וואָס ווערט דוקא דורך מלחמה ונסיונות, מאַכט לפעמים דער אויבערשטער אַז „המה באים להלחם בי", אַז צווישן די „המה" (לשון רבים — „עוה"ז הגשמי כו' שנקרא רשות הרבים"לג) — זאָלן זיין אַזוינע וואָס קומען לוחם זיין און שטערן פון עבודת ה'.
און אויף דעם זאָגט ער „שיר המעלות": ניט נאָר זיינען די נסיונות אים ניט מונע פון עבודת ה' און פועל'ן ניט קיין חלישות בעבודתו, נאָר אדרבה, זיי רופן ביי אים אַרויס אַ תוספת כח ואומץ ביתר שאת ויתר עז, און דאָס בריינגט אים אַז ער שטייט אין אַ מצב פון „שיר".
ז. יעדער ענין אין תורה איז אַ הוראה נצחית, איז דערפון מובן, אַז כל הנ"ל איז אַ הוראה על כל זמן הגלות און אַ הוראה מיוחדת פאַר אונזער צייט, קושי הגלות, דרא דעקבתא דמשיחא:
בשעת מען טראַכט זיך אַריין אין דעם חושך הכפול והמכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא, ביז אַז ע"פ תורה איז דאָ אַ מקום צו פרעגן „מאין יבוא עזרי"לד, קען מען דאָך אַריינפאַלן אין יאוש, ר"ל —
איז די הוראה מהאמור: וויבאַלד אַז די ירידה פון אידן אין גלות (וואָס איז בדוגמת „ויצא יעקב גו' וילך חרנה"לה) איז בשביל העלי', כדי ס'זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון לחכמה מן הסכלות"לו — דאַרף זיין דער „אשא עיני"לז, מ'דאַרף זיך צוקוקן (ובאופן פון אשא עיני) צום תכלית128המכוון פון גלות, די עלי' וואָס וועט זיין בגאולה העתידהלח — און דעמולט איז ניט נאָר וואָס מ'ווערט ניט נתפעל פון דעם חושך הגלות, נאָר אדרבה, מ'שטייט אין אַ מעמד ומצב פון שמחה גלוי' — „שיר המעלות".
[ח"ו צו זאָגן אַז מען דאַרף זיין צופרידן פון דעם מעמד ומצב פון גלות און טראַכטן אַז דאָס איז אַ מעמד ומצב מתאים פאַר אידן, ח"ו — גלות איז אַן ענין פון „חושך" און „סכלות" וכו'; און אַ איד בגלות — זאָגט תורת אמת קלאָר און דייטלעך אַז ער איז אַ „בן שגלה מעל שולחן אביו המלך"לט. און אויב דער בן פילט אַנדערש און זאָגט אַנדערש — איז פאַרשטאַנדיק די ספּעציעלע פינסטערניש און נידעריקייט פון זיין גלות.
נאָר מען דאַרף זיך אַריינטראַכטן אין דער כוונה שבזה — עס זאָל זיין „יתרון האור מן החושך" און „יתרון לחכמה מן הסכלות"].
און דורך דעם ווערט נתגלה און מען פילט דעם ענטפער (אויף דער שאלה „מאין יבוא עזרי") אין דער שאלה גופא — לויטן פירוש הפנימימ, אַז דער „עזר" ווערט נמשך פון בחינת „אין" — מען קען די בחינה ניט באַגרייפן, זי איז העכער פון שכל והבנה וכו', פון „שמות" —
און דער „עזר" ווערט נמשך אויך אין סדר השתלשלות, און בגילוי און איז פועל דאָרט — „עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ"מא, ביז אין שמים וארץ כפשוטם.