English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות יג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

486שיחה לתלמידי כתות הראשונות ז

— בבית הכנסת, אחרי תפר

יום א', בדר"ח טבת, אור

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי רז"לא].

אין אַלע אידישע ימים טובים איז, אין צוגאָב צום עיקר המצוה פון פייערן דעם יו"ט אין זיין צייט, אויך דאָ דער ענין וואָס מ'לערנט אָפּ פון דעם יו"ט אויף אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָרב — און אַזוי איז אויך בנוגע צו די טעג פון חנוכה.

ובפרט בנוגע צו די ליכטעלעך וואָס מ'צינדט אָן בחנוכה — ווי באַוואוסט דער וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוג, אַז מ'דאַרף זיך צוהערן צו דעם וואָס די ליכטעלעך — נרות חנוכה — דערציילן.

און ווי גערעדט וועגן דערויף פאַראַיאָרן חנוכהד מער בפרטיות [און דערנאָך איז דאָס אויך אָפּגעדרוקט געוואָרן, און די וואָס האָבן דאָס ניט און ווילן דאָס באַקומען — קען מען זיי דאָס צושיקן] — און דערפאַר וועט מען דאָס ניט איבער'חזר'ן איצט, מערניט ווי דערמאָנען די נקודה און דעם עיקר אינהאַלט דערפון,

און — צוגעבן דאָס וואָס מ'קען נאָך לערנען פון די נרות חנוכה, אין צוגאָב דחישיבות ולתלמידי של"ה שיחיו לת מנחה וחדלקת נ"ח —

ר לח' דחנוכח ח'תשל"ט

צו דעם וואָס עס האָט זיך גערעדט

פאַראַיאָרן.

* *

ב. די נקודה און דער עיקר דערפון

וואָס עס האָט זיך גערעדט פאַראַיאָרן

— איז:

די ליכטעלעך פון חנוכה דערמאַָנען

(און זיינען אַ ביישפּיל) אויף דער

אידישער נשמה, „נר ה' נשמת אדם"ה,

וואָס איז דאָ באַ יעדער אידןו,

וואָס די נשמה גיט דער אוי־

בערשטער יעדער אידן (סיי אַ אינגעלע

און סיי אַ מיידעלעז), גלייך ווי ער

ווערט געבאָרןח,

און דערנאָך ווען ער וואַקסט —

וואַקסט צוזאַמען מיטן גוף אויך דער

עיקר שבוט — די נשמה.

דער עיקר „וואַקסן" פון אַ אידן באַ־

שטייט אין דערויף וואָס ער וואַקסט אין

„נר מצוה ותורה אור"י — אין אָנצינדן

דעם אויבערשטן'ס ליכטעלעך, וואָס

דאָס איז יעדער מצוה — „כי נר —

מצוה",

487און אין „תורה אור" — וואָרוםיא כדי צו וויסן ווי אַזוי מ'דאַרף מקיים זיין די מצוות (אָנצינדן די נר מצוה), דאַרף מען לערנען די תורהיב, וואָס זי ווערט אָנגערופן „תורה אור" — זי באַלייכט דעם לעבן פון יעדער אידן (פון קינ־ווייזאָן) ער זאָל וויסן ווי אַזוי ער דאַרף זיך אויפפירן און ווי אַזוי מ'דאַרף מקיים זיין דעם אויבערשטן'ס מצוות,

וואָס יעדערע פון זיי (פון די מצות) איז אַ „ליכט" וואָס מאַכט ליכטיק זיין הויז, און אויך די גאַנצע וועלטיג,

ובעיקר — מאַכט דאָס נאָך ליכטיקער זיין נשמהיד, דעם „נר ה' נשמת אדם", די אידישע נשמה וואָס באַלייכט יעדן אידן.

וואָס דאָס שפּיגלט זיך אָפּ ספּעציעל אין דער מצוה פון נרות חנוכהטו: יעדער טאָג קומט צו נאָך ליכטיקייט, מ'צינדט אָן נאָך אַ ליכטעלעטז.

ג. וויבאַלד אַז נרות חנוכה נעמען זיך פון דעם נס וואָס איז געווען מיט די נרות וואָס מ'האָט אָנגעצונדן אין ביהמ"ק — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דערויף וואָס יעדער איד און אַלע אידן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדעריז, פירן זיך אין דעם אויבנדערמאָנטן וועג,

צו ליכטיק מאַכן זייער נשמה, דורך דערויף וואָס מ'צינדט אָן „נר מצוה ותורה אור" — מצוות און תורה (לויט דער הוראה וואָס מ'לערנט אָפּ פון נרות חנוכה) —

ברענגט דאָס אַז גאָר אינגיכןיח וועט יעדערער פון די קינדער (צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, זייערע לערער'ס און מדריכיםיט וואָס פירן זיי אין דעם ריכטיקן אידישן וועג) און יעדער איד — זוכה זיין זעהן ווי אַזוי אהרן הכהןכ צינדט אָן די מנורה אין דעם ביהמ"ק השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן בקרוב ממש,

מ'וועט זוכה זיין אַז עס וועט זיך ענדיקן דער גלות און די פינסטערניש פון גלות — וואָס דאָס וועט פאַרענדיקן משיח צדקנוכא,

און ער וועט ברענגען די אתחלתא דגאולה, און צוזאַמען דערמיט די גאולה שלימה פון יעדער איד און פון אַלע אידן,

און ער וועט זיי ברענגען לארצנו הקדושה (אונזער הייליקע לאַנד), און אין ירושלים עיר הקודש (די הויפּט־488שטאָט פון אונזער הייליקע לאַנד), ביז צום עיקר פון ירושלים עיר הקודש — דעם ביהמ"ק,

און דאָרטן וועט מען זעהןכב ווי אהרן הכהן צינדט אָן די מנורה הקדושה — וואָס דערפון (פון נרות המקדש) האָט זיך אָנגעהויבן (און נקבע געוואָרן אויף אַלע יאָרן און אויף אַלע דורות) דער נס פון חנוכה, מיט אַלע מצוות וואָס זיינען דערמיט פאַרבונדן, אָנהויבנדיקכג פון הדלקת נרות חנוכה.

וואָס דאָס איז די נקודה און דער אינהאַלט דערפון וואָס עס האָט זיך גערעדט פאַראיאָרן בארוכה.

* *

ד. אין צוגאָב צו דאָס אויבנדערמאָנטע — איז דאָ נאָך אַ גאָר וויכטיקע אָפּלערנונג וואָס די ליכטעלעך לערנען און דערציילן:

ווען מ'דערמאָנט זיך אין וואָס עס איז באַשטאַנען דער נס פון פך השמן — זעט מען אַז דער נס איז געווען (ניט אַז מ'האָט געפונען שמן סתם אויף אָנצינדן די נרות, נאָר) אַז מ'האָט געפונען שמן טהור;

וואָרום עס איז דעמולט געווען אויך אין ביהמ"ק, בהיכל אַ סאָך בוימלכד — אָבער ניט קיין ריינער בוימל, אַזאַ בוימל וואָס תורה זאָגט אַז פאַר אַ אידן איז דאָס ניט ריין, און דערפאַר קען דאָס אַ איד ניט נוצןכה (אפילוכו) אויף (אַזאַ זאַך ווי) אָנצינדן די מנורה פון ביהמ"ק,

און בשעת אידן האָבן באַשלאָסןכז אַז זיי וועלן ניט נוצן קיין ניטריינעם בוימל, און זיי וועלן דערפאַר (פאַר תורה ומצוות) מלחמה האָבן,

[כאָטש זיי זיינען „מעטים" און „חלשים" — אין כמות, גשמיות, זיינען זיי ווייניקער אין צאָל און (במילא) אויך ניט אַזוי שטאַרק אין גשמיות'דיקן כח ווי די פעלקער וואָס זיינען אַרום זייכח (וואָס זיי נוצן יע אַזאַ בוימל) —

וואָרום אידן ווייסן אַז זיי האָבן באַקומען „נר מצוה ותורה אור", וואָס דאָס באַלייכט דעם לעבן פון יעדער אידן, און זאָגט אים וועלכע זאַך איז טהור און ער מעג דאָס נוצן, און וועלכע זאַך איז ניט טהור און ער דאַרף דאָס ניט נוצן] —

איז דורך דעם פעסטן באַשלוס האָבן זיי אויסגעפירט אַז מ'האָט געפונען אַ „פך אחד של שמן שהי' מונח בחותמו של כה"ג"כט (דער הייליקסטער איד פון דעם דור — וואָס דאָס איז דער כה"גל), און דערמיט האָט מען אָנגעצונדן די מנורה.

489און בשעת מ'איז געקומען צוגיין מיט אַ חשבון, אַז דער שמן וועט ניט זיין גענוג אויף אָנצינדן די נרות המקדש במשך פון די גאַנצע צייט ביז מ'וועט באַקומען נייע ריינע בוימל —

האָט דער אויבערשטער באַוויזן אידןלא, אַז וויבאַלד זיי באַשליסן (און פירן זיך אַזוי מיט אַ מסירת נפש) אַז זייער ביהמ"ק זאָל זיין ליכטיק נאָר מיט ריינע בוימל — פירן זיי דאָס אויס,

ווי מ'האָט געזעהן אַז דער „פך אחד של שמן שהי' מונח בחותמו של כה"ג" וואָס „לא הי' בו אלא להדליק יום אחד", איז „נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים"כט, אַז דער שמן איז געווען גענוג אויף אָנצינדן די נרות אַלע שמונה ימים, ביז אידן וועלן אויסאַרבעטן און פאַרטיק מאַכן און האָבן נייע ריינע בוימל, אַזוי אַז די מנורה אין ביהמ"ק זאָל זיין ליכטיק און שיינען מיט ריינע בוימל אָן איבעררייסונג.

ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק די אָנווייזונג פאַר יעדער אידן פון דעם וואָס די ליכטעלעך דערציילן:

אַ קליינער אינגעלע אָדער אַ קליינע מיידעלע, פון קינד־ווייז־אן, דאַרפן וויסן, אַז ס'איז ניט גענוג מ'זאָל מאַכן ליכטיק — ניט רעכענענדיק זיך צי די בוימל איז ריינע אָדער ניט — נאָר מ'דאַרף מאַכן ליכטיק מיט ריינע בוימל דוקא.

און דערפון פאַרשטייט מען אויך בנוגע צו אַלע זאַכן וואָס אַ איד דאַרף האָבן — צום ביישפּיל: ער דאַרף עסן כדילב ער זאָל זיין געזונט און קענען דינען דעם אויבערשטן (דורך לימוד התורה און קיום המצוות) —

קען ער דאָך ח"ו טראַכטן אַז ס'איז גענוג ער זאָל עסן, ניט וויסנדיק פריער צי דאָס איז אַ כשר'ער (ריינער) מאכל אָדער ניט, אַבי אַז דער גוף זאָל זיין געזונט (וויבאַלד אַז ער וועט ניט זיין הונגעריק), וועט ער דערנאָך קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות —

דערציילן אונז די ליכטעלעך פון חנוכה, אַז ווען איז די ליכט אַ פּאַסיקע, און אַ ליכט וואָס באַלייכט די וועג אין לעבן און דעם גאַנצן לעבן, אַז ס'זאָל זיין אַן אמת'ער ליכטיקער לעבן — דוקא ווען מ'איז זיך מוסר נפש און מ'טוט מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און איבערגעגעבנקייט, אויף צו באַוואָרענען אַז דער מאכל זאָל זיין אַ כשר'ער, די קליידער זאָלן זיין כשר'ע, אָן שעטנז וכיו"ב, אַז די הויזלג זאָל האָבן כשר'ע מזוזות, און ס'איז אַ כשר'ע הויז בכלל, און זיין גאַנצע אויפפירונג איז אַ כשר'ע — וואָרום ער פירט זיך לויט „נר מצוה ותורה אור", לויט די אָנווייזונגען פון דעם אויבערשטן אין זיין ליכטיקער תורה.

און דעמולט האָט ער די אמת'ע ליכטיקייט צוזאַמען מיטן אויבערשטן'ס ברכה — אַז זיין פעסטער באַשלוס (ביז אין אַן אופן פון מס"נ) ווערט דורכגעפירט בפועל.

490און אפילו ווען מ'זאָגט אים אַז לויטן חשבון פון זיינע שכנים און פון דער גאַנצער וועלט אַרום אים, וועלן די כשר'ע זאַכן ניט זיין גענוג אַז ער זאָל זיך קענען אויפהאַלטן —

בענטשט אים דער אויבערשטער (און ווען מ'דאַרף האָבן — מאַכט ער אויך אַ נס) ער זאָל אַלעמאָל האָבן כשר'ע עסן, אַ כשר'ן לבוש און הויז, אַ כשר'ע אויפפירונג און אַ כשר'ע ליכטיקייט,

וואָרום יעדע אידישע הויז איז אַ „מקדש מעט"לד — אַ ביישפּיל צום ביהמ"ק פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, וואָס דאָרטן האָט געטראָפן דער נס פון וועלכן עס נעמט זיך די פייערונג פון ימי חנוכה.

ו. און דורך דעם וואָס עס ווערט דער „ושכנתי בתוכם"לה — אין יעדער אידישע האַרץלו (די פנימיות פון אַ אידן, וואָס באַלעבט זיין גאַנצע מציאות), און אין יעדע אידישע הויז,

אַז יעדע אידישע הויז ווערט אַ „מקדש מעט", אַ כשר'ע הויז, וואָס איז באַלויכטן מיט אַ ריינע ליכטיקייט, און אַ הויז וואו עס ווערט דורכגעפירט זיין באַשלוס ער זאָל האָבן אַ ליכטיקן אידישן לעבן ברוחניות —

גיט דאָס אויך צו (בדרך ממילא) אין דעם אויבערשטן'ס ברכותלז, אַז מ'זאָל האָבן אַ ליכטיקן לעבן און אַ געזונטן לעבן אויך בגשמיות, און האָבן נאָר ליכטיקע זאַכן (ניט קיין זאַכן וואָס זיינען ניט ליכטיק אָדער ניט ריין),

און האָבן אריכות ימים ושנים טובות, לאַנגע, געזונטע און ליכטיקע יאָרן, וואָרום זיי זיינען אידישע יאָרן,

ביז וואַנעט אַז משיח צדקנו וועט קומען און וועט אַרויסנעמען אידן פון דער פינסטערניש פון גלות (ווי געזאָגט פריער (ס"ג)), און אויך נאָך ביאת משיח צדקנו.

און יעדער איד און אַלע אידן וואָס האָבן געמאַכט פון זייער הויז אַ „מקדש מעט" — אַ הייליקן אָרט וואו דער אויבערשטער רוהט — וועלן זיי זוכה זיין און זעהן דעם ביהמ"ק הכללי, דעם כללות'דיקן ביהמ"ק פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.

* * *

ז. עס איז דאָ נאָך אַ אָפּלערנונג וואָס איז ספּעציעל פאַרבונדן מיטן אַכטן טאָג פון ימי חנוכהלח —

וואָרום וויבאַלד מ'זאָגט אַז „בכל יום יהיו בעיניך כחדשים"לט, און ס'דאַרף זיין „מעלין בקודש"מ — פון טאָג צו טאָג דאַרף צוקומען באַ יעדער אידן חכמה און אידישקייט — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין צוגאָב צו דער אַלגעמיינער אָפּלערנונג פון ימי חנוכה, האָט יעדער טאָג פון ימי חנוכה אַ ספּעציעלע אָפּלערנונג וואָס מ'לערנט אָפּ פון דעם טאָג,

ובפרט ווען ס'קומט דער אַכטער טאָג491פון חנוכהמא, „זאת חנוכה"מב, וואָס דעמולט צינדט מען אַן אַכט ליכטעלעך (ווי מ'האָט איצטער געטאָן דאָ אין בית הכנסת) — איז דאָ אַ ספּעציעלע אָפּלערנונג וואָס מ'דאַרף מיטנעמען פון דעם טאָג אויפן גאַנצן יאָר.

ח. די אָפּלערנונג און אָנווייזונג וואָס מ'האָט פון דעם אַכטן טאָג פון חנוכה — איז פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס די גמראמג זאָגט אַז דעם אַכטן טאָג פון חנוכה צינדט מען אָן „שמונה נרות" „כנגד ימים היוצאין" (דאָס דערמאָנט אַז ס'זיינען שוין דורכגעגאַנגען זיבן טעג פון חנוכה, און מ'האַלט שוין אין דעם אַכטן טאָג).

די אָפּלערנונג דערפון איז:

ווען אַ איד צינדט אָן און מאַכט ליכטיק דעם אַכטן טאָג, האָט ער בכח צו מאַכן נאָך מער ליכטיקער די אַלע טעג וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען, צו דער ליכטיקייט ווי ער האָט זיי ליכטיק געמאַכט פריער, גיט ער צו נאָך אַ גרעסערע ליכטיקייט.

ד.ה. אע"פ אַז אין דעם ערשטן טאָג פון חנוכה האָט ער מקיים געווען די מצוה פון הדלקת נר חנוכה, און אַזוי אויך אין דעם צווייטן טאָג חנוכה און אין די טעג נאָכדעם — איז ווען עס קומט דער לעצטער טאָג פון חנוכה (וואָס דעמולט גייט מען אַוועק פון ימי חנוכה אין אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר), נעמט מען מיט די ספּעציעלע אָנווייזונג פון דעם לעצטן טאָג חנוכה,

אַז אין צוגאָב דערצו וואָס אַ איד האָט בכח צו ליכטיק מאַכן דעם טאָג אין וועלכן ער געפינט זיך — איז בשעת ער וויל מיט אַן אמת, גיט ער צו נאָכמער ליכטיקייט אין די טעג (צוזאַמען מיט זייער אינהאַלט) וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען,

אַז ס'זאָל צוקומען נאָך איין ליכטל פאַר יעדן טאָג וואָס איז דורכגעגאַנגען — ביז וואַנעט אַז ער צינדט אָן אין דעם *) טאָג (יום השמיני פון חנוכה) ניט נאָר איין ליכטל (פאַר דעם איין טאָג), נאָר אויך אַלע איבעריקע זיבן ליכטעלעךמד — ער צינדט אָן און באַלייכט אַלע זיבן טעג פון דער וואָךמה,

וואָס יעדער טאָג האָט זיך דאָך זיין באַזונדער אויפפירונג — ס'איז ניט גלייך די הנהגה פון אַ אידן בשבת צו זיין הנהגה בערב שבת, ועאכו"כ אַז ס'איז ניט גלייך צו הנהגתו אין אַלע איבעריקע טעג — יעדער טאָג האָט זיך זיין עבודהמו, ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק פון דעם „שיר של יום" וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם ספּעציעלן טאָגמז —

צינדט ער אָן און באַלייכט אַלע זיבן טעג פון דער וואָך.

אע"פ אַז אין יעדן טאָג האָט ער זיך געפירט ווי עס דאַרף צו זיין — האָט ער אָבער בכח צוגעבן צו דער ליכטיקייט וואָס וועט מאַכן ליכטיק אַרום אים, אויך492בנוגע צו דער עבודה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַלע זיבן טעג פון דער וואָך וואָס איז שוין דורכגעגאַנגען.

וואָס דאָס ווערט אָנגעדייטעט און אָפּגעלערנט (כנ"ל) דערפון וואָס אין דעם אַכטן טאָג פון חנוכה צינדט מען אָן „שמונה נרות" — אין צוגאָב צו דער ליכטל וואָס איז פאַרבונדן מיטן אַכטן טאָג, צינדט מען אויך אָן „כנגד ימים היוצאין" אַנטקעגן די אַלע זיבן טעג וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען.

ט. דערפון האָט מען אַ קלאָרע אָנווייזונג וואָס איז נוגע צום גאַנצן יאָר:

אין צוגאָב דערצו וואָס אויב ער האָט פאַרפעלט ח"ו אין דער עבודה פון אַ טאָג, זאָגט מען אַז ס'איז ניט פאַרפאַלן, וואָרום ער קען תשובה טאָן, און אויך צוגעבן אין דעם טאָג אין וועלכן ער געפינט זיך — דאָפּעלט אָדער נאָכמערמח, כדי צו משלים זיין דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט (אין לימוד התורה אָדער אין צדקה וכיו"ב) — קומט צו נאָך אַן ענין:

אפילו בנוגע צו די ענינים אין תומ"צ וואָס ער האָט געטאָן (און ווי עס דאַרף זיין) אין די פריערדיקע טעג — איז ווען ער ווערט עלטער מיט אַ טאָג, און ביי אים קומען צו נאָך ידיעות אין תורה און אין אידישקייט, קען ער, דאַרף ער צוגעבן נאָכמער אין דער תורה וואָס ער האָט געלערנט אין די פריערדיקע טעג — לויט דער ליכטיקייט פון „תורה אור" וואָס איז ביי אים צוגעקומען אין דעם טאָג, וואָס דאָס פּועל'ט אויך אויף אַלע פריערדיקע טעג, אַז זיי זאָלן ווערן ליכטיקער.

און מ'זאָל זיך ניט שרעקן: לכאורה, וויבאַלד ס'איז מערניט ווי איין טאָג, איז ווי קען מען ליכטיק מאַכן אַלע טעג וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען —

וואָרום מ'האָט די אָנווייזונג פון דעם אַכטן טאָג פון חנוכה, אַז אע"פ אַז אַנטקעגן דעם טאָג איז דאָ מערניט ווי איין ליכטל, און דערמיט הויבט מען אָן — איז נאָך דערויף צינדט מען אָן נאַכאַמאָל פן־דאָס־ניי אַלע זיבן טעג מיט אַלע זייערע זיבן ליכטעלעך,

און אין אַן אופן אַז אויך די ליכטיקייט (ווי די ליכטיקייט פון אַלע חנוכה טעג) מאַכט ליכטיק „על פתח ביתו מבחוץ"מט: עס מאַכט ליכטיק די הויז, און עס מאַכט ליכטיק די גאַנצע שכונה, ביז וואַנעט אַז דאָס מאַכט ליכטיק די גאַנצע פינסטערניש פון גלותנ.

י. דאָס איז די אָנווייזונג וואָס מ'נעמט מיט פון דעם אַכטן טאָג פון חנוכה —

אין צוגאָב דערצו וואָס ווען אַ איד טוט אַמאָל ניט קיין גוטע זאַך ח"ו, איז ער זיך ניט מייאש טראַכטנדיק אַז ס'איז פאַרפאַלן און ער קען אין דערויף גאָרניט טאָן — וואָרום ער ווייסט אַז ער קען תשובה טאָן און טוט תשובה

[דורך אַ פעסטן באַשלוס אַז ער וועט דאָס מערניט טאָן, און פון איצטער אָן און ווייטער וועט ער זיך פירן ווי ס'דאַרף צו זייןנא] —

493איז אפילו די זאַכן וואָס ער האָט געטאָן אויפן בעסטן אופן (לויט זיין פריערדיקן מעמד ומצב אין לימוד התורה) — איז ווען עס גייט דורך נאָך אַ טאָג און ביי אים קומט צו אין לימוד התורה, דאַרף ער צוגעבן ליכטיקייט אין אַלע זיינע מעשים וואָס ער האָט געטאָן אין די טעג וואָס זיינען שוין דורכגעגאַנגען,

ניט קוקנדיק אויף דערויף וואָס ס'זיינען דורכגעגאַנגען אַ סאַך טעג, און דער טאָג (אויף וועלכן מ'זאָגט אים אַז דעמולט דאַרף ער צוגעבן אין דער ליכטיקייט פון אַלע פריערדיקע טעג) איז איין באַשטימטער טאָג —

וואָרום אַזוי איז דאָס אויך אין דעם אַכטן טאָג פון חנוכה, אַז אין דעם טאָג, צינדט מען אָן אויך אַלע זיבן ליכטעלעך, אַנטקעגן אַלע זיבן טעג פון דער וואָך פון חנוכה,

ביז וואַנעט אַז דורך דערויף באַלייכט מען אַלע וואָכן פון דעם גאַנצן יאָר52), אַז דער גאַנצער יאָר ווערט מער ליכטיקער ווי ס'איז געווען ביז צום אַכטן טאָג פון חנוכה.

יא. און דורך דערויף וואָס אידן וועלן זיך פירן ווי ס'דאַרף צו זיין, און זיי וועלן אויך זיין אַ ביישפּיל און אינווירקן אויף אַלע וואָס זיינען אַרום זיי, און דאָס וועט געטאָן ווערן אָנהויבנדיק פון די גאָר קליינע קינדער —

וועט דאָס זיין די הכנה צו די אמת'ע ליכטיקייט וואָס וועט באַלייכטן די גאַנצע וועלט — אַז ס'וועט זיין „והי' לך

52) מכיון ששבעת ימי חנוכה כוללים בתוכם כל שבעת ימי ההיקף, ובכל שבוע הם אותם „ימי ההיקף שחוזרין חלילה" (ד"ה ויהי ביום השמיני תש"ד ס"י. וראה גם לקו"ת שה"ש כה, א). ה' לאור עולם"נג, אַז דער אויבערשטער וועט ליכטיק מאַכן די גאַנצע וועלט,

און אין אַן אופן פון „לאור עולם" — אויף אייביק, אַז ס'וועט זיין אַ גאולה שאין אחרי' גלות (אַ גאולה וואָס נאָך איר וועלן ניט זיין קיינע ענינים וואָס זיינען ניט קיין ענין של גאולה)נד.

* * *

יב. מיר'ן פאַרענדיקן מיט אַ פסוק וואָס מ'האָט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומארז"ל — זאָל מען איצטער זאָגן נאָכאַמאָל דעם ערשטן פסוקנה: „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב".

וואָס דאָס איז דאָך דער גרונד און יסוד אויף וועלכן ס'איז געבויט דער לעבן פון יעדער אידן, אָנהויבנדיק גלייך פון ווען ער ווערט געבאָרן —

אַז שוין דעמולט באַקומט ער די תורה פון דעם אויבערשטן אין אַן אופן פון „מורשה"נו, כדי ער זאָל נוצן די תורה און לעבן מיט איר זיין גאַנצן לעבן, אַז ס'זאָל זיין אַן אמת'ער ליכטיקער לעבן.

יג. אַזוי ווי מיר געפינען זיך נאָך אין גלות — וועט מען דערנאָך (לאחרי אמירת הפסוק „תורה צוה גו'") זאָגן און זינגען דעם ניגון אויפן פסוקנז „הושיעה את עמך",

מ'בעט דעם אויבערשטן — און גאָר אינגיכן וועט דאָס דער אויבערשטער494באַווייזן און וועט דאָס טאָן בפועל — העלפן זיין פאָלק, וואָס דאָס איז דער אידישער פאָלק, און העלפן יעדער אידן פון דעם אידישן פאָלק,

„וברך את נחלתך" — ער וועט בענטשן (די גאַנצע וועלט, אָנהויבנדיק דערפוןנח וואָס ער וועט בענטשן) זיין „נחלה" — די הייליקע לאַנד, ארץ ישראל,

וואָס איר נאָמען („ארץ ישראל") באַווייזט אַז זי געהערט צו יעדער אידןנט און צום גאַנצן אידישן פאָלק,

און אין אַן אופן פון שלימותס הארץ — אַז גאַנץ ארץ ישראל לגבולותי' געהערט צו יעדער אידן און צו אַלע אידן אַלס „נחלת עולם"סא,

און דאָס וועט זיין אין אַן אופן פון „ורעם ונשאם עד העולם" — אַז דער אויבערשטער וועט געבן יעדער אידן און אַלע אידן זייער גאַנצע הצטרכות, אַלץ וואָס זיי דאַרפן האָבן, אַזוי ווי אַ „רועה" (אַ פּאַסטוך) וואָס באַזאָרגט זיינע שעפעלאךסב,

און וועט זיי אַוועקשטעלן אין אַן אופן פון „ונשאם" — מ'זאָל זיין און זיך פילן דערהויבן, וויבאַלד אַז מ'האָט זוכה געווען אַז דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן תומ"צ, און האָט אונז געגעבן אַ הייליקע לאַנד, און האָט אונז געגעבן זיינע ברכות, כולל אויך — אַז מ'וועט באַשליסן צו פירן זיך לויט דער הוראה וואָס מ'נעמט פון נרות חנוכה — און דער אויבערשטער וועט באַוואָרענען אַלע ענינים אַזוי אַז מ'זאָל קענען האָבן אן אמת־ליכטיקן לעבן, אפילו אין זמן הגלות,

און דאָס וועט זיין „עד העולם" — אָנהויבנדיק פון דער צייט ווען מ'געפינט זיך נאָך אין גלות,

און דאָס וועט זיין דער אַריינפיר צו דער אייביקער אויפפירונג אין אַן אופן פון „ורעם ונשאם", וואָס דאָס וועט זיך אָנהויבן אין דער פולסטער מאָס — דורך שלימות התורה, שלימות הארץ און שלימות העם — בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו.

יד. מ'וועט פאַרענדיקן מיט אַ „מנהג ישראל" וואָס איז פאַרבונדן ספּעציעל מיט קינדער — געבן „מעות חנוכה", ווי מ'האָט געזעהן אַז אַזוי האָט מען זיך געפירט אין אַלע אידישע הייזער.

און ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז די קינדער וואָס זיינען (אַזוי ווי די נרות חנוכה) דורכגענומען מיט אידישקייט, מיט „נר מצוה ותורה אור" — וועלן פאַרנוצן די געלט און אַלע געלטער וואָס זיי האָבן, און דער עיקר — נוצן יעדן טאָג פון זייער לעבן, און נוצן אַלע ברכות און כחות וואָס דער אויבערשטער גיט זיי,

אין אַן אופן אַז זיי זאָלן מאַכן ליכטיק באַ זיך אַליין, מאַכן ליכטיק באַ זייערע עלטערן, און מאַכן ליכטיק אפילו אין דער גאָס אין וועלכע זיי גייען נאָר דורך, אַז אויך די גאַס זאָל פילן און דערזעהן אַז דאָרטן (לעבט און) גייט דורך אַ אידיש קינד.

און דאָס אַלץ וועט געטאָן ווערן אין אַן אופן פון מוסיף והולך — אַלץ מערער און ליכטיקער, ובשמחה וטוב495לבב, געזונטערהייט און פריילעכער־

הייט, „עד העולם".

שהמדריכי

*

לכאו"א מן

— שתי נ

[אמרו את הפסוק „תורה צוה גו'".

* ( — הניגון הושיעה את עמך. נתן צרור מטבעות ובקש ים והמדריכות שיחיו יתנו ההילדים שיחיו „מעות חנוכה" מטבעות כל אחת של עשר

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-0cgjn44t

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות