נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
79חיי שרה
א.אין היינטיקער סדרה לאָזט וויסן די תורה דעם הכל פון די יארן פון שרה, אברהם און ישמעאל: אין התחלת הסדרהא — „ויהיו חיי שרה מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים"; און ביים סיום הסדרה — „ואלה ימי שני חיי אברהם גו' מאת שנה ושבעים שנה וחמש שנים"ב, „ואלה שני חיי ישמעאל מאת שנה ושלשים שנה ושבע שנים"ג.
געפינט מען אין דעם אַ דבר פלא אין פירוש רש"י על התורה: כאָטש אַז ביי אַלע דריי שטייט דער וואָרט „שנה" „שנים" סיי ביים סכום מאה, סיי ביי די עשרות און סיי ביי יחידות, איז פרש"י אַנדערש ביי יעדערן פוז זיי:
ביי שנות שרהא איז ער מפרש: „לכך נכתב שנה בכל כלל וכלל לומר לך שכל אחד נדרש לעצמו", און דערפון לערנט מען אָפּ „בת ק' כבת כ' לחטא . . ובת כ' כבת ז' ליופי";
ביי אברהם'ןב זאָגט רש"י „בן ק' כבן ע' ובן ע' כבן ה' בלא חטא" — וואָס מיינט (בפשטות) אַז מען לערנט אַרויס (ניט ווי ביי שרה'ן, וואו „כל אחד נדרש לעצמו", לערנט צוויי ענינים — בלא חטא און יופי — נאָר) בלויז איין ענין ומעלהד, אַז אויך זייענדיק בן ק' איז אברהם געווען (כבן ע' און בן ע') כבן ה' „בלא חטא";
און ביי ישמעאל'ןג איז רש"י בכלל ניט מפרש פאַרוואָס „נכתב שנה בכל כלל וכלל"ה!
אין מפרשי רש"יו איז דאָ אַן אריכות גדולה ושקו"ט ווי צו פאַרענטפערן די שינויים הנ"ל אין רש"י — אָבער נוסף אויף די פאַרשידענע שוועריקייטן וואָס זיינען דאָ אין יעדן פון די תירוצים (שאין כאן המקום להאריך בזה), שטעלט זיך דאָ אַ שאלה כללית (ווי גערעדט כמה פעמים):
וויבאַלד אַז דער ענין איז כלל ניט פשוט, ביז אַז יעדער מפרש האָט אויף דעם אַן אַנדער הסברה — האָט דאָך רש"י, וואָס איז מפרש די פסוקים (אויך) פאַר אַ „בן חמש למקרא"ז, געדאַרפט קלאָר מאַכן זיין פירוש אין אַן אופן אַז עס זאָל ניט בלייבן קיין ספק בכוונת פירושו.
מוז מען זאָגן אַז רש"י'ס כוונה איז קלאָר פאַרשטאַנדיק פון די ווערטער וואָס רש"י זאָגט בפירושו און ס'איז ניט נויטיק צו מוסיף זיין ע"ז.
80ב. דער ביאור אין דעם:
פון דעם וואָס רש"י זאָגט (ביי שרה'ן) „לכך נכתב שנה בכל כלל וכלל לומר לך שכל אחד נדרש לעצמו בת ק' כו'" — אַז פון דעםח וואָס „נכתב שנה בכל כלל וכלל" איז מוכח „שכל אחד נדרש לעצמו כו' לחטא כו' ליופי" — איז פאַרשטאַנדיק מעצמו, אַז אויך נאָכדעם ביי אברהם'ן, וואָס אויך ביי אים איז „נכתב שנה בכל כלל וכלל", מוז יעדער כלל זיין „נדרש לעצמו" און מ'לערנט אַרויס צוויי עניניםט.
ובמילא איז מובן, אַז ווען רש"י זאָגט ביי אברהם'ען „בן ק' כבן ע'", מיינט ער דערמיט (ניט נאָר אַ התחלה פון דעם לימוד, איין לימוד (וואָס זיין סיום איז „בן ע' כבן ה') בלא חטא", נאָר אַ הוספה — נאָך) אַ באַזונדער לימודי. און דאָס וואָס רש"י טייטשט ניט אויס, אין וואָס עס באַשטייט דער לימוד פון „בן ק' כבן ע'", איז עס דערפאַר וואָס דער חידוש וענין אין וואָס ביי אברהם'ען איז געווען „בן ק' כבן ע'" שטייט בפירוש אין פסוק:
ווען דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אברהם'ן, אַז ער וועט האָבן אַ זון פון שרה'ן, זאָגט דער פסוקיא — „ויאמר בלבו הלבן מאה שנה יולד גו'" — ס'איז ביי אים געווען אַ תמי' אַז ער זאָל קענען האָבן אַ קינד אין דעם גיל פון מאה שנה; און ווי רש"י איז דאָרט מפרשיב, אַז „בימי אברהם נתמעטו השנים כבר ובא תשות כח בעולם . . שמיהרו תולדותיהן בני ס' ובני ע'"יג.
[ועפ"ז יומתק ויובן פרש"י אויף „הלבן מאה שנה יולד", (ניט אַז דאָס איז אַ תמי' — ווי אַזוי קען ער האָבן אַ קינד צו מאה שנה — נאָר) אַ „תמי' קיימת", „אמר בלבו הנעשה חסד זה לאחר מה שהקב"ה עושה לי"].
משא"כ שרה, היות אַז „חדל להיות לשרה אורח כנשים"טו, איז פאַר איר ע"פ טבע אוממעגלעך געווען דאַן צו געבוירן קינדערטז (און באַ איריז האָט געמוזט זיין דער נסיב — „היפלא מה' דבר"יח — אַז ביי איר זאָל געבוירן ווערן יצחק) [נאָר שרה האָט געטראַכט אַז אויך אברהם קען ניט האָבן קיין קינדעריט — „ותצחק שרה גו' אחרי בלותי גו' ואדוני זקן"כ].
ווייל דאָס איז שוין באַוואָרנט אין די ווערטער „בן ק' כבן ע'", אַז ביי אברהם'ן איז ניט געווען קיין תשות כח וואָס האָט מגביל געווען האָבן קינדער ביז ע'כג, „תשות כח" האָט אויף אים קיין שליטה ניט געהאַט*23 — און במילא82האָט ער געהאַט קינדער צו ק' און אויך פיל שפּעטער, ע"ד ווי די מעלה פון „בלא חטא", וואָס הגם אַז דער לשון איז „בן ע' כבן ה' בלא חטא", מיינט עס דאָך ניט אַז נאָכדעם איז געווען ח"ו אַנדערש, נאָר אַז ער איז געבליבן כל ימי חייו בלא חטאכד.
ג. מיט דעם חילוק צווישן אברהם און שרה — וועט אויך רעכט ווערן דער שינוי בפירושי רש"י:
אויפן פסוקכה „היניקה בנים שרה" איז רש"י מפרש: „ביום המשתה *) הביאו השרות את בניהן עמהן והניקה אותם, שהיו אומרות לא ילדה שרה אלא אסופי הביאה מן השוק".
אויפן פסוק (אין אָנהויב פ' תולדותכו) „אברהם הוליד את יצחק" זאָגט רש"י „לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה . . מה עשה הקב"ה צר כו' והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק".
דאַרף מען פאַרשטיין וואָס ביי שרה'ן זאָגט רש"י אַז די שרותכז (נשים חשובות) האָבן געזאָגט „לא ילדה שרה", און בנוגע צו אברהם'ן איז ער מפרש אַז שהיו „ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה"כח?
די תמי' אין דעם איז נאָך שטאַרקער: אין גמראל ווערן געבראַכט די צוויי ענינים אין איין המשך — „היניקה בנים שרה . . היו כל אומות העולם מרננים . . שהביאו אסופי מן השוק . . אברהם אבינו הלך וזימן כל גדולי הדור ושרה אמנו זימנה את נשותיהם . . והניקה את כולן, ועדיין היו מרננים ואומרים אם שרה הבת תשעים שנה תלד אברהם בן מאה שנה יוליד מיד נהפך קלסתר פנים של יצחק כו'".
ע"פ הנ"ל ווערט עס פאַרענטפערט: דער חידוש ותמי' ביי די שרות איז מלכתחילה געווען נאָר בנוגע צו שרה'ן, היות אַז ביי איר איז „חדל להיות וגו'" איז ניט מעגלעך צו האָבן קינדער; משא"כ אברהם, זעענדיק אַז ער האָט געבוירן ישמעאל'ן צו פ"ו שנה, איז ביי זיי שוין קיין פלא ניט געווען וואָס ער קען האָבן אַ קינד אויך צו בן מאה.
83און דערפאַר איז אויך ביי אנשים חשובים בכלל — קיין פלא ניט געווען וואָס „אברהם הוליד את יצחק"; נאָר די „ליצני הדור" — וועמען עס איז ניט נוגע ווי די זאַך איז באמת און זיי זוכן נאָר אַ מקום צו פּראַווען ליצנות כו' — נאָר זיי האָבן געזאָגט (און מיט אַ ליצנות) „מאבימלך נתעברה שרה".
דער אויבערשטער האָט אָבער געוואָלט באַוואָרענען אפילו די „ליצני הדור", און דערפאַר „צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל (אפילו די „ליצני הדור") אברהם הוליד את יצחק".
ד. דער טעם פאַרוואָס רש"י איז ניט מפרש ביי ישמעאל „בן ק' כבן ל' ובן ל' כבן ז'" (אע"פ וואָס אויך דאָרט שטייט „שנה בכל כלל וכלל") — איז ווייל דאָס איז מובן מעצמו, לויט דעם פירוש רש"י אין דעם זעלבן המשך באַ אברהם: בן ק' כבן ל' — אָן תשות כחלא ובן ל' כבן ז' — לחטא (זיין תשובה טאָןלב — זאָגט דערמיט דער פסוק איז שוין געווען פון ל' שנה אָןלג).
עפ"ז דאַרפ'ן אָבער פאַרשטיין פירוש רש"י על אתר:
אויף „ואלה שני חיי ישמעאל גו'"ג זאָגט רש"י: „למה נמנו שנותיו של ישמעאל כדי לייחס בהם שנותיו של יעקב" ווי רש"י איז דערנאָך גליי מפרש, אַז „משנותיו של ישמעאל למדנו ששימש יעקב בבית עבר י"ד שנה"). דאָכ הייסט, אַז מיט מודיע זיין דעם מספר שנותיו של ישמעאל איז דער פסוק ניט אויסן צו זאָגן (אָדער מרמז זיין עפּעס) בשייכות צו ישמעאל אַליין, נאָר דאָס איז „כדי לייחס בהם שנותיו של יעקב".
אויך איז לויט דעם פרש"י ניט פאַרשטאַנדיק כלל וכלל — „למה נכתב שנה בכל כלל וכלל"?
דאָס איז מכריח צו זאָגן בפרש"י אַז „למה נכתב שנה כו'" איז מלכתחילה קיין קשיא ניט (נאָכ'ן פירוש באַ אברהם'ן, כנ"ל) — די קשיא איז אָבער „למה נמנו שנותיו של ישמעאל" בכלל — ווי דער בן חמש למקרא זעט אַז תורה דערציילט נאָר ענינים וועלכע זיינען נוגע — אפילו ניט וועגן חנוך ומתושלחלד הצדיקיםלה
פאַרענטפערט רש"י אַז דאָס איז צוליב יעקב אבינו.
לויט דעם איז אָבער מובן, אַז אויך מיט צוגעבן „שנה בכל כלל וכלל" איז דער פסוק ניט אויסן (נאָר) צו פאַרגלייכן זה לזה די יאָרן פון ישמעאל'ן („בן ק' כבן ל' וכו'") — וואָס דאָס איז נאָר אַ חידוש און מעלה (נוספת) אין ישמעאל'ן — וויבאַלד אַז דער פסוק בכלל איז ניט אויסן ישמעאל'ן גופא, נאָר בנוגע צו יעקב'ן.
און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט פאָרט (אויך) ביי ישמעאל'ן „שנה בכל כלל וכלל" — וואָס דער אָפּטיילן יעדער „כלל" פון שנים לעצמו, איז כנ"ל מרמז אויף אַ מעלה און אויפטו וואָס איז געווען ביי ישמעאל'ן אין יעדערן פון די זמנים (ק', ל', ז') —
איז דאָס (ניט כדי אַז מ'זאָל פאַרגלייכן די יאָרן פון ישמעאל זל"ז, אַז ביי84אים זיינען געווען אָט די מעלות כו', נאָר) „כדי לייחס בהם . . יעקב"לו: צו לאַזן וויסן יחוס (מעלותלז) יעקב — דאָס וואָס די תורה איז מרמז דאָ בנוגע ישמעאל'ן (זיינע מעלות) איז „לייחס בהם . יעקב" — מ'זאָל וויסן אַז ביי יעקב'ן זיינען מיוחס'דיקע יאָרן — אָט די מעלות גופא זיינען באַ יעקב'ן באופן אחר לגמרי.
ה. דער ביאור אין דעם:
דער שינוי וואָס איז געווען אין ישמעאל'ן צו „בן ק'" איז וואָס ער איז שוין געווען אַ בעל תשובה. ווי רש"י זאָגט בפירושולח, אַז ישמעאל האָט תשובה געטאָן נאָך בחיי אברהם, און ישמעאל איז געווען ניין און אַכציק יאָרלט בשעת מיתת אברהםמ.
און דאָס באַוואָרנט רש"י, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער איז געווען אַ בעל תשובה, ביז אַז ביי אים שטייט „ויגוע"מא (אַ לשון וואָס שטייט נאָר ביי צדיקיםמב), האָט עס אָבער קיין באַטרעף ניט לגבי דער צדקות פון יעקב.
די מעלה פון „בן שלשים" איז — קודם זמן התשות כח פון בן ס' בן ע' — „בן שלשים לכח" (בלשון המשנהמג), און ווי מ'זעט במוחש אויך אַ בן חמש, אַז אין גיל פון שלשים איז די גבורה ביים מענטשן בעוצם תוקפה. און ישמעאל, זייענדיק דערצו אַזאַ וואָס „ידו בכל"מד, איז מובן אַז אין עלטער פון שלשים איז ער געווען אַ גיבור.
און פונדעסטוועגן האָט אויך ישמעאל'ס גבורה קיין באַטרעף ניט קעגן גבורתו של יעקב, און ווי רש"י איז מפרש אויפן פסוקמה „ויגל את האבן מעל פי הבאר" — „כמי שמעביר את הפקק מעל פי צלוחית להודיעך שכחו גדול"מו, אע"פ וואָס דעמאָלט איז יעקב געווען — לויט פרש"ימז — בן ע"ז שנה.
דער ענין מיוחד פון אַ „בן שבע" איז פאַרשטאַנדיק פון פרש"י הנ"ל ביי אברהם — „בן ע' כבן ה' בלא חטא" — אַז זייענדיק אַ קטן איז ער „בלא חטא".
וואָלט מען געקענט מיינען אַז אין דעם פרט איז ניט שייך צו מחלק זיין85צווישן ישמעאל און יעקב — אין דעם ענין פון קטנים „בלא חטא" זיינען זיי לכאורה ביידע גלייך;
זאָגט תורה אַז אויך אין דעםמח האָט ישמעאל קיין באַטרעף ניט לגבי יעקב, ווייל די עצם מציאות פון יעקב איז אַנדערש פון ישמעאל, בן האמהמט, ובמילא איז וועגן וואָס פאַר אַ זאַך עס רעדט זיך — אין יעדן פרט ופרט — איז יעקב אינגאַנצן אַנדערש, העכער פון ישמעאל'ןנ.
און דערפאַר „לא נמנו שנותיו של ישמעאל (כולל די מעלות וואָס זיינען מרומז אין די ג' פעמים „שנה") . . . (נאָר) כדי לייחס בהם שנותיו של יעקב".
(משיחת מוצש"ק פ' חיי שרה תש"מ)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר