לקוטי שיחות
הוספות - שיחות יב
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי רז"לא].
נאָך דעם מאַכן די ברכה און אָנצינדן די חנוכה ליכט, יעדן טאָג פון חנוכה
[אָנהויבנדיק פון דעם ערשטן טאָג, וואָס דעמולט מאַכט מען אויך ברכת „שהחיינו", ד.ה. אַז מען לויבט דעם אויבערשטן וואָס ער האָט אונז געגעבן די מעגליכקייט צו מקיים זיין די טייערע מצוהב,
און די ברכה גייט אויף דעם מקיים זיין די מצוה יעדן טאָג פון די אַכט טעגג, און במיוחד אויף (די אַכט נרות פון) דעם אַכטן טאָגד, וואָס דעמולט איז דער אָפּשלוסה פון ימי חנוכהו,
און פון דעמולט (ימי ונרות חנוכה) נעמט מען מיט ליכטיקייט און כח אויף אַלע טעג פונעם יאָר (ביז צו חנוכה פון נעקסטן יאָר, וואָס דעמולט וועט מען נאָך מוסיף זיין אין ליכטיקייטז) — אויף דהישיבות ולתלמידי של"ה שי' — חרי תפלת מנחה, ח'תשל"ת
צוגעבן אין ליכטיקייט און הייליקייט און אידישקייט]
זאָגט מען „הנרות הללו אנו מדליקין כו'", ד.ה. אַז די ליכטעלעך וואָס מיר צינדן, דערמאָנען אונז אויף די זאַכן וואָס האָבן געטראָפן „בימים ההם" —
און דערפון דאַרף מען אויך אָפּלערנען אויף „בזמן הזה", אויף אונזערע צייטן און אונזערע טעג — דאָס וואָס איז נוגע יעדערן אין זיין אויפפירונג טאג־טעגליך, אין זיין טאָגטעגליכן לעבן,
און ווי באַוואוסט דער וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוח, אַז מען דאַרף זיך צוהערן וואָס די ליכטעלעך — נרות חנוכה — דערציילן.
ב. די מצוה פון נרות חנוכה (אַזוי ווי אַלע מצוות) דערציילט גאָר אַ סך זאַכן — איינע פון די דערציילונגען איז כדאי צו דערמאָנען דאָ בפרט:
די ליכטעלעך פון חנוכה דערציילן און דערמאָנען יעדערן פון אונז, און ספּעציעל קינדער, אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעצונדן אַ „נר ה' נשמת אדם"ט, אַ אידישעי ליכטיקע נשמה, און האָט איר אַריינגעגעבן אין יעדער אידישן קינד גלייך ווען ער איז געבאָרן געוואָרןיא,
481און בשעת דער קינד וואַקסט — ווערט די ליכטיקייט פון דעם „נר ה' נשמת אדם" אַלץ שטאַרקער און ליכטיקער *יא.
וואָס דאָס (די שטאַרקייט און ליכטיקייט) ווערט בפרט דורך דעם וואָס אַ אידיש קינד פירט זיך (אַלס קינד, און דערנאָך (ווען ער וואַקסט אויס) אַלס ערוואַקסענער, וואָס פירט זיך לויט ווי מ'האָט אים איינגעוואוינט אין זיינע ערציאונגס יאָרןיב) לויט „נר מצוה ותורה אור"יג,
ד.ה. לויט דער ליכט פון דעם אויבערשטן וואָס ער האָט אים געגעבן אויף אָנצינדן (אויפהאַלטן) דערמיט דעם „נר ה' נשמת אדם"יד —
וואָס דאָס איז דער ענין פון קיום המצוות — „נר מצוה", און דאָס קומט דורך דערויף וואָס פריער לערנט ער תורה — „ותורה אור", וואָרום תורה מאַכט אים ליכטיק ער זאָל וויסן ווי אַזוי ער דאַרף זיך אויפפירן אין זיין טאָן, אין זיין רעדן, און אפילו אין זיין טראַכטן.
ג. און דאָס אַלץ — די נשמה, די מצוות און די תורה — האָט דער אויבערשטער פאַרטרויט יעדער אידישן קינד, אינגעלע און מיידעלע,
וואָס זיי פירן זיך און ערציען זיך אַליין, דורך דערויף וואָס זיי פאָלגן „כהניך הקדושים" — זייערע לערערסטו וואָס לערנען מיט זיי הייליקע זאַכן — די הייליקע תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, און (ווי צו מקיים זיין) אירע הייליקע מצוות.
און דער אויבערשטער פאַרלאָזט זיך און גיט כח יעדן קינד, אַז פון קינדווייזאָן זאָל ער זיך אַוועקשטעלן אין אַ ליכטיקן לעבן,
און אין אַן אופן ווי די ליכטיקייט פון די חנוכה ליכט, אַז פון טאָג צו טאָג זאָל ער צוגעבן אין דער ליכטיקייט פון אידישקייטטז.
וואָס דאָס ווערט (כאמור) דורך דערויף וואָס ער פאָלגט זיינע לערערס, און פירט זיך לויט ווי מ'דאַרף זיך פירן — לויט דעם אָנזאָג פון „אבינו שבשמים" — פון דעם אויבערשטן וואָס איז יעדערנס פאָטער („אבינו"), כאָטש ער געפינט זיך אין הימל („שבשמים"), וואָרום ער איז אויך „בארץ", און מיט יעדער קינד באַזונדער, ובפרט דורך דער נפש האלקית („נר ה' נשמת אדם") וואָס אדאָ ביי יעדער קינד.
און דורך דערויף מאַכט דער קינד ליכטיק די הויז אין וועלכער ער איז געבאָרן געוואָרן און וואו ער האָדעוועט זיך, און דעם בית־הספר וואו ער לערנט תורה ומצוות, און אויך אַרום זיך, אפילו „בחוץ"יז.
ד. ולהכל: איינע פון די דערצילונגען פון „הנרות הללו" איז, אַז זיי דערמאָנען אויף דער נשמה־ליכט וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן יעדן קינד,
482און צוזאַמען דערמיט אויף „נר מצוה ותורה אור" — אויף די טייערסטע זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט, און האָט דאָס אים אָפּגעגעבן — „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"יח (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומארז"ל), און האָט דאָס אָפּגעגעבן אין אַן אופן פון ירושה, אויף אייביק, ער זאָל איר לערנען און מקיים זיין וואָס אין איר שטייט —
וואָס דורך דערויף וועט זיין ליכטיק אויך בגשמיות (אין אַלע הינזיכטן) ביים קינד; אין דער הויז וואו ער איז געבאָרן געוואָרן און האָדעוועט זיך; ליכטיג ביי זיינע עלטערן און לערערס, און ביים גאַנצן אידישן פאָלק
„בזמן הזה" — אין איצטיקע צייטן, ווי דאָס איז געווען „בימים ההם" — אין יענע צייטן און אין יענע דורות.
ה. אַ צווייטע לערנונג פון דעם ענין פון חנוכה צו אידישע קינדער*18:
אַ אידיש קינד דאַרף וויסן, אַז אע"פ וואָס אויב מ'וועט ציילן די גופים (די גשמיות) וועט מען זעהן אַז אידישע קינדער זיינען „מעטים"יט לגבי קינדער פון די אַנדערע פעלקער וואָס זיי זיינען „רבים"יט [וואָרום דער אידישער פאָלק איז דאָך „המעט מכל העמים"כ, איין פאָלק*) צווישן אַזוי פיל אַנדערע פעלקער],
און וויבאַלדכא אַז זיי זיינען „מעטים", זיינען זיי אויך „חלשים"יט (שוואַכע) לגבי די וואָס זייער צאָל (פון זייערע גופים) איז מערער ובמילא זיינען זיי „גבורים"יט —
פונדעסטוועגן האָט ער אינגאַנצן ניט וואָס צו שרעקן זיך, וואָרום דאָס איז מערניט ווי אין גוף (כנ"ל) — און די אידישע קינדער האָבן אָבער אין זיך דעם „חלק אלקה ממעל"כב (אַ נשמה וואָס איז אַ טייל פון דעם אויבערשטן, וואָס דאָס איז זייער ליכט);
וואָס דערפאַר איז אַזוי ווי דער אויבערשטער פירט אָן מיט דער גאַנצער וועלט און קיינער קען זיך ניט שטעלן קעגן אים, אַזוי איז באַ יעדער אידיש קינד, דורך דעם וואָס ער האַלט ליכטיק און שטאַרק אידישקייט, וואָס דעמולט שיינט ביי אים זיין נשמה (כנ"ל ס"ב) — ווערט „מסרת גבורים ביד חלשים"יט, אַז דער אויבערשטער גיט איבער אין „זיין האַנט" די אַלע וואָס אַרום אים,
אַז ניט נאָר וואָס זיי קענען ניט האָבן אויף אים קיין ווירקונג ח"ו ער זאָל זיך פירן ניט ווי אַ אידיש קינד דאַרף זיך פירן, נאָר אדרבה: ער ווערט פאַר זיי אַ ביישפּיל, און זיי לערנען זיך פון אים ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פירן, מיט ערלעכקייט, מיט גוטסקייט, און מיט אַלע גוטע זאַכן וואָס אויך ניט־אידישע קינדער דאַרפן זיך אויפפירן.
ער באַלייכט אויך דעם „בחוץ" (כנ"ל ס"ג), אַז די אויסערליכע וועלט זאָל ווערן בעסער און ליכטיקער ווי זי איז געווען איידער דער קינד האָט געטאָן די מצוה.
483ו. און דאָס לערנען אונז די ליכטעלעך — וואָס זיי דערציילן אַז „בימי מתתיהו"יט איז געווען אין דער וועלט אַ מלכות וואָס האָט געוואַלט „להשכיחם תורתך"יט, מאַכן אידן פאַרגעסן די תורה ח"ו, „ולהעבירם מחוקי רצונך"יט, זעהן אַז אידן זאָלן ניט מקיים זיין ח"ו דעם אויבערשטנס מצוות, און זיי זיינען געווען „גבורים" און „רבים" קעגן מתתיהו מיט זיינע קינדער —
איז דורך דערויף וואָס מתתיהו און זיינע קינדער האָבן זיך געהאַלטן ביי אידישקייט, און האָבן זיך פאַר קיינעם ניט געשראָקן און געזאָגט „מי לה' אלי"כג, אַז יעדערער וואָס גלויבט אין דעם אויבערשטן זאָל זיך מיט זיי פאַראייניקן —
האָבן זיי מנצח געווען, און איינגענומען גאַנץ ארץ ישראל, און ניט צוגעלאָזט דאָרטן די אַלע וואָס האָבן געוואָלט „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך".
ז. אין אַנדערע ווערטער: אין די צייטן פון מתתיהו ובניו איז געווען אַ גאָר גרויסער נסיון, וואָרום מלכות יון איז געקומען מיט אַ גרויסער אַרמיי (ווי דערציילט אין מדרשי חז"ל), און מתתיהו ובניו זיינען געווען קליין, סיי אין צאָל פון גופים, סיי אין צאָל פון כלי נשק (וואָפן) מיט וועלכע מ'דאַרף פירן מלחמה —
און פונדעסטוועגן זיינען זיי בייגעשטאַנען דעם נסיון — זיי זיינען אַרויס אין מלחמה, און אָנגעשריבן אויף זייער דגל „מכבי" — „מיכד כמוך באלים ה'", אַז מען קען ניט פאַרגלייכן ח"ו די מעכטיקע און שטאַרקע אין דער וועלט מיטן אויבערשטן,
און דורך דעם איז געקומען דער נצחון המלחמה (אויך) אין איינפאַכן זין, און ס'איז געווען אַ „תשועה גדולה" (ווי מ'זאָגט אין „ועל הנסים"), און ווי מ'זאָגט אויף דעם אין „הנרות הללו" — „על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועותיך".
ח. דערפון איז אויך די לערנונג אויף היינטיקע צייטן:
איצטער האָט דער אויבערשטער רחמנות געהאַט, און האָט אַוועקגעשטעלט יעדערן פון אונז, פון אייך, און אַלע אידישע קינדער, אין אַן אופן אַז זיי זאָלן ניט האָבן אַזוינע שווערע נסיונות ח"ו;
זיי קענען אָבער האָבן אַנדערע נסיונות, ווי צום ביישפּיל, ווען דער יצה"ר קומט און זאָגט אַז אַנשטאָט לערנען תורה דאַרף מען אָפּגעבן די צייט אויף שפּילן „גיימס" (שפּילערייען) און ענלעכע זאַכן, אַזוי ווי עס טוען די („רבים") ניט־אידישע קינדער אַרום אים — „להשכיחם תורתך", דער יצה"ר וויל אים מאַכן פאַרגעסן (אַז ער דאַרף לערנען) תורה,
ועד"ז, אין אַן ענלעכן אופן: ער זעט אַ „קענדי" (אָדער אַן אַנדער דבר מאכל) וואָס די ניט־אידישע קינדער אַרום אים עסן, דאַרף אַ אידיש קינד וויסן צי דאָס איז אַ כשר'ע „קענדי" — וויל דער יצה"ר אַראָפּפירן אים פון דעם וועג ח"ו, „להעבירם מחוקי רצונך", און זאָגט אים אַז וויבאַלד די ניט־אידישע קינדער וואָס לעבן אויף דער זעלבער גאַס עסן די „קענדי" ניט קוקנדיק צי דאָס איז כשר צי ניט, זאָל ער זיך אויך פירן אַזוי —
שטעלט זיך אַ אידיש קינד מיט מסירת484דער גאַנצער שטאַרקייט, און ער איז מנצח די אַלע נסיונות — ובפרט פאַרגלייכענדיג זיי בערך די נסיונות וועלכע זיינען געווען דעמולט,
און אין אַן אופן פון „נסיך" און „נפלאותיך" און „ישועותיך" — אַז אפילו ווען אים ווייזט זיך אויס אַז דאָס איז אַ שווערער נסיון, וואָרום ער האָט אַ שטאַרקן יצר, און לעבט אין אַ שכונה וואָס האָט ווייניק קינדער וואָס לערנען תורה און פירן זיך לויטן אידישן וועג — באַווייזט אים דער אויבערשטער „נסיך" און „נפלאותיך" און „ישועותיך", און ער איז מנצח דעם יצר.
און דערנאָך פילט ער זיך גליקלעך*25 דערפון וואָס ער איז בייגעשטאַנען דעם נסיון, און האָט זיך געפירט ווי מתתיהו ובניו,
און האָט זוכה געווען אַז ביי אים לייכט נאָך שטאַרקער די ליכט פון „נר ה' נשמת אדם" און „נר מצוה ותורה אור".
ט. נאָך אַ לערנונג פון די ליכטלעך:
די ליכטלעך פון חנוכה נעמען זיך דאָך פון (דעם נס אין) די ליכט וואָס מ'האָט אָנגעצונדן אין דער מנורה פון ביהמ"ק,
און דערפון איז די לערנונג, אַז כאָטש מיר געפינען זיך איצטער אין גלות, איז שטאַרקער דעם „נר מצוה ותורה אור", זיין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות (כנ"ל ס"ב) —
וועט זיין — אַזוי ווי ס'איז געווען „בימים ההם" — „באו בניך לדביר ביתך ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך", מ'האָט אויפגעשטעלט אַ הייליקן און ריינעם ביהמ"ק, „והדליקו נרות בחצרות קדשך", און מ'האָט אָנגעצונדן ליכט אין די הויפןכו פון דעם הייליקן ביהמ"ק.
י. וואָס דאָס ווערט דורך דערויף וואָס יעדערער וועט צוגעבן אין דער ליכטיקייט פון זיין נשמהכז, דורך צוגעבן אין דער ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור" —
אַזוי ווי מ'האָט געטאָן איצטער אין אַלע דריי זאַכען פון תפלה, תורה און צדקה: מ'האָט געדאַוונט; און נאָכן דאַווענען האָט מען געלערנט פּסוקים פון תושב"כ און מארז"ל פון תושבע"פּ — תורה; און מ'וועט אויך טיילן חנוכה געלט, וואָס דערמיט וועט דאָך זיכער יעדער קינד טאָן צדקהכח.
יא. און דערנאָך וועט מען מיטנעמען די „דערציילונגען" הנ"ל אין אַלע485טעג וואָס קומען נאָך די טעג פון חנוכה —
וואָס דאָס וועט נאָך צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, אַז ס'וועט זיין „קץ שם לחושך"כט, אַז דער אויבערשטער וועט פאַרענדיקן די פינסטערניש פון גלות, און וועט בריינגען משיח צדקנו,
אין דער אמת'ער און פולקאָמענער גאולה, וואָס דעמולט וועט דער אויבערשטער בריינגען יעדערן פון אייך און פון אונז, און דעם גאַנצן אידישן פאָלק — אין ארץ ישראל הקדושה און אין ירושלים עיר הקודש און אין דביר ביתך — ביהמ"ק השלישי, אין „חצרות קדשך".
און דעמולט וועט זיין די אמת'ע שמחה — אַז יעדערער פון אייך, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, וועט זעהןל ווי אַזוי די כהנים צינדן אָן די נרות המנורה פון ביהמ"ק השלישי.
יב. און גרייטן זיך אויף צוקומען דערצו — צוזאַמען מיט די לערערס און די מדריכים וואָס האָבן אייך געלערנט און געפירט אין דער וועג פון אידישקייט — בשמחה ובטוב לבב, מיט פריילעכקייט און מיט אַ גוטער האַרץ, און מיט לעבעדיקייט,
און אין אַן אופן פון הולך ומוסיף ואור, מאַכן ליכטיקער און נאָך ליכטיקער אין די לעצטע טעג פון גלות,
און בקרוב ממש זוכח זיין גיין צוזאַמען מיט משיח צדקנו אין דער גאולה האמיתית והשלימה, און זעהן דעם ביהמ"ק און די כהנים און די מנורה מיט די נרות המנורה, בקרוב ממש.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן „מעות חנוכה" לחלק להילדים והילדות שיחיו].