Likkutei Sichos
Vezos Haberachah 1
225וזאת הברכה
א. בעת דער רמב"םא (און עד"ז — דער רי"ףב און רא"שג) רעכנט אויס די פרשיות וועלכע מען לייענט אין די ימים טובים, איז ריידנדיק וועגן דער קריאה פון די לעצטע טעג סוכות, איז ער מעתיק דעם לשון הגמראד; „ביום טוב אחרון קורין כל הבכור . . ולמחר קורין וזאת הברכה" — ניט ווי ביי די אַלע אַנדערע צווייטע טעג יו"ט וואו ער נוצט דעם לשון „ביו"ט שני" אָדער „בשני" און אפילו ביים לעצטן טאָג פון פסח, וואו ער קען ניט נוצן דעם לשון „ביו"ט שני" (וואָרום דער לשון ווייזט אויפן צווייטן טאָג פסח), זאָגט ער „ובשמיני"ח (און ניט „למחר" כלשון הש"סח).
פון דעם איז משמע, אַז די שייכות פון „וזאת הברכה" צו שמחת תורה, איז (ניט מצד דעם וואָס ער איז דער יו"ט שני פון שמע"צ, נאָר) צוליב דעם וואָס ער איז „למחר" פון שמע"צ, ד.ה. דער טאָג וואָס נאָך שמע"צ.
איז אין דעם ניט מובן; דער טעם אויף דעם וואָס אין אָט־דעם טאָג לייענט מען בתורה (פ' ברכה), איז דאָך — ווייל ער איז דער יו"ט שני פון שמע"צ (וואָס דערפאַר, בארץ־ישראל וואו ס'איז קיין „ספיקא דיומא" ניטאָ און דער יו"ט פון שמע"צ איז בלויז איין טאָג — לייענט מען ניט בתורה (פ' ברכה) אין דעם טאָג וואָס איז „למחר" פון שמע"צ). און אויב אַזוי, ווי קען מען דאָס זאָגן אַז בחו"ל לייענט מען „וזאת הברכה" אין דעם טאָג ווייל ער איז „למחר" פון שמע"צ (ניט דערפאַר וואָס ער איז דער יו"ט שני פון שמע"צ)?
די קשיא איז נאָך גרעסער; אין ר־ישראל, וואו עס איז דאָ בלויז איין טאָג יו"ט, לייענט מען בשמע"צ [ניט „כל הבכור" — ווי ביי אַלע אַנדערע ימים־טובים וואָס מען לייענט דאָרט די קריאה פון יו"ט ראשוןז, נאָר] „וזאת הברכה"ח. דערפון איז לכאורה מוכח, אַז דער עיקר הקריאה פון שמע"צ איז „וזאת הברכה"ט. און וויבאַלד אַזוי, האָט מען דאָך ביי דער קריאה (בחו"ל) געדאַרפט נאָך מער מדגיש זיין אַז מען לייענט איר בשמחת תורה דערפאַר וואָס ער איז דער יו"ט שני פון שמע"צ,
— אָבער לפּועל, איז ביי אַלע אַנדערע קריאות פון יו"ט שני, זאָגט מען דעם לשון „בשני" (וואָס ווייזט, אַז די קריאה פון דעם טאָג איז צוליב דעם וואָס ער איז דער „שני" פון „יו"ט ראשון") והדומה, און דוקא ביי231הקרוב"מ. וואָס דערפאַר שטייטמא „למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי" — ס'איז אַ מקיף וואָס ווערט געפילט (וכידועמב אַז דעת („ידעו") איז הרגשה) — וואָס דאָס איז בדוגמת העומק וועלכן דער תלמיד פילט אויך דאַן ווען ער פאַרשטייט נאָר די חיצוניות פון שכל הרב.
איז לאחרי ווי מען זיצט אין דער סוכה זיבן טעג (וואָס די צאָל זיבן נעמט אַרום אַלע עניני ההשתלשלותמג), קומט דערנאָך דער ענין „עצרת תהי' לכם", אַז אָט דער מקיף ווערט נמשך אין אַ פנימיות. און דורך דעם הויבט אָן צו לייכטן אַ העכערער מקיףמד (וואָס במשך די טעג פון סוכות איז ער געווען „מקיף הרחוק"ח). איז די כוונה אין דעם ענין הישיבה בסוכה פון שמיני עצרת — אַז אויך דער
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-pknagwva