English
ספרייה

לקוטי שיחות

תצא ג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

215תצא ג

א. פון די פסוקים בפרשתנוא „כי יקח איש אשה ובעלה גו' ויצאה גו' והיתה" לערנט מען אָפּב אַז „האשה נקנית בכסף בשטר ובביאה". כסף לערנט מען אָפּ פון „כי יקח איש אשה"ג; פון „ובעלה"ד לערנט מען אָפּ אַז נקנית בביאה; און שטר ווערט אַרויסגעלערנט פון „ויצאה והיתה — מקיש הויתה לזה ליציאתה מזה מה יציאתה מזה בשטר אף הויתה לזה בשטר".

אע"פ אַז אַן אשה קען ווערן מקודשת דורך יעדן פון די „שלש דרכים", פונדעסטוועגן איז „נהגו כל ישראל לקדש בכסף או בשוה כסף"ה. וי"ל אַז דאָס איז מתאים מיט דעם וואָס קידושי כסף איז דער ערשטער קנין וואָס ווערט געזאָגט — אָפּגעלערנט פון פסוק, „כי יקח"ו.

וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק, זעט מען טאַקע אַז אין קידושי כסף דריקט זיך אויס דער תוכן וענין כללי פון קידושין (נאָכמער ווי אין קידושי שטר וביאה), כדלקמן.

ב. אין גמראז איז דאָ נאָך אַ לימוד אַז האשה נקנית בכסף — פון „ויצאה חנם אין כסףח, אין כסף לאדון זה אבל יש כסף לאדון אחר (כשיוצאה ממנוט) ומאן ניהו אב"י.

ויש לומר אַז אין דעם גדר פון קידושי כסף איז פאַראַן אַ חילוק, צי מ'לערנט דאָס אָפּ פון „כי יקח איש אשה" שבפרשתנו, אָדער פון ויצאה חנם אין כסףיא —

ובהקדים, וואָס בנוגע לקידושי כסף קלערט דער ראָגאַטשאָוועריב: „אם העילה הוא הקנין ועי"ז מתקדשת או להי־216פך העילה היא הקידושין ועי"ז היא קונה הדבר"יג — ד. ה.: צי די קידושין זיינען חל דורך דעם וואָס זי איז קונה דעם כסף, אָדער פאַרקערט: דורך דעם וואָס זי ווערט מקודשת איז זי קונה דעם כסף.

און ער ברענגט הוכחות אויף ביידע אופנים:

דער דיןיד איז אַז „היתה עומדת ברה"ר וזרקו לה קרוב לה מגורשת כו' וכן לענין קידושין", און „לשיטת הראשונים"טו איז דער דין אַזוי אויך בנוגע צו כסף קידושין. ולכאורה, וויבאַלד זי האָט נאָך ניט קונה געווען דעם כסף (וואָרום ס'רעדט זיך ניט (דוקא) אַז דער כסף איז געפאַלן אין אירע ד' אמות)טז, איז ווי אַזוי ווערט זי מקודשת? איז דערפון אַ ראי', אַז „העילה היא הקידושין וע"י זה היא קונה הדבר" (זי איז קונה דעם כסף דורך דעם וואָס זי ווערט מקודשת)יז.

לאידך ברענגט ער אויך אַ ראי' צום ערשטן אופן (אַז העילה הוא הקנין)יח:

די גמראיט זאָגט אַז באַ קידושין איז תוך כדי דבור לאו כדבור דמי און מ'קען ניט חרטה האָבן פון די קידושין (אפילו תוך כדי דבור). איז מפרש דער רשב"םכ: „שאם קדש אשה בפני עדים וחזר ואמר בתוך כדי דבור ליהוו מתנה ולא להוו קדושין, אין שומעין לו ומקודשת ואינה מקודשת".

איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס איז דער רשב"ם מתאר אַ פאַל אַז ער זאָגט „ליהוו מתנה (ולא להוו קידושין)" און ניט כפשוטו, אַז ער איז אינגאַנצן חוזר פון נתינת הכסף און מאָנט צוריק די געלט פון דער אשה?

דערפון גופאכא איז אַ הוכחה, אַז אין אַזאַ פאַל קען ער יע חרטה האָבן. וואָרום היות אַז בכלל (אויסער ביי קידושין) איז „הלכתא כל תוך כדי דבור כדבור דמי"יט, קען ער דעריבער חרטה האָבן פון נתינת והקנאת הכסף אויב ער איז חוזר תוך כדי דבור (און במילא איז זי ניט מקודשת); ווייל פון הקנאת הכסף קען מען חוזר זיין תוך כדי דבור;

דווקא ווען זיין חרטה איז ניט פון הקנאת הכסף, נאָר בלויז פון די קידושין (און אין די בעלות פון דעם כסף מאַכט ער ניט קיין שינוי — עס איז של האשה אַלס מתנה), איז דער דין אַז אין שומעין217לו, ווייל פון קידושין קען מען ניט חוזר זיין אפילו תוך כדי דבור.

און פון דעם איז אַ ראי' אַז „העילה הוא הקנין", ווייל אויב מ'וועט זאָגן אַז „העילה היא הקידושין וע"י זה היא קונה הדבר", קען מען מפרש זיין די גמרא כפשוטו, אַז ער וויל חרטה האָבן אויך פון נתינת הכסף, און פונדעסטוועגן „אין שומעין לו" — וואָרום היות אַז די הקנאת הכסף קומט בסיבת הקידושין, און פון קידושין קען מען ניט חוזר זיין תוך כדי דבור, קען ער דאָך במילא אויך ניט חרטה האָבן פון דער הקנאת כסף (וואָס קומט אַלס תוצאה פון די קידושין).

דוקא ווען מ'לערנט אַז „העילה הוא הקנין" — אַז די קידושין הויבן זיך אָן מיט הקנאת הכסף און ער וואָלט דערפאַר געקענט חוזר זיין ווי פון יעדער קנין כסף — דערפאַר דאַרף דער רשב"ם לערנעןכב, אַז דאָ רעדט זיך אַז ער האָט ניט חרטה פון דער הקנאת הכסף (און זיין משנה זיין פון כסף קידושין אויף „כסף מתנה" איז ניט קיין חזרה אין בעלות על הכסף), נאָר בלויז פון די קידושין (און די כסף להוו מתנה)כג.

ג. ויש לומר אַז דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי לימודים פון וואַנעט מ'לערנט אַרויס כסף קידושין — צי פון „כי יקח" אָדער פון „ויצאה חנם אין כסף":

אין פסוק „כי יקח איש אשה" איז די הדגשה אויף דער פעולת האיש. משא"כ אין „אין כסף לאדון זה אבל יש כסף לאדון אחר" איז די הדגשה אויף דעם וואָס דער „אדון" (דער אב, וואָס איז במקום (בתו) האשה) באַקומט דעם כסף.

און דעריבער, אויב מען לערנט אָפּ קידושי כסף פון „כי יקח איש אשה" — איז מסתבר צו זאָגן, אַז די קידושין טוט זיך אויף דורך דער פעולת נתינת הכסף פון דעם בעל — „כי יקח איש" [און דאָס (די קידושין) פועל'ט אַז די אשה זאָל קונה זיין דעם כסף]כד.

משא"כ לויט דעם לימוד פון „יש כסף לאדון אחר"כה — איז מסתבר, אַז (די נתינת הכסף פון דעם בעל איז ניט גענוג אַז זי זאָל ווערן מקודש, און) די קידושין טוט זיך אויף דוקא דורך דעם וואָס יש כסף (בעלות על הכסף) — די אשה איז קונה (באַקומט) דעם כסף.

ד. אַלע ענינים פון נגלה דתורה ווערן נשתלשל פון ענינם בפנימיות התורה. ועד"ז איז מובן בעניננו:

ס'איז ידועכו דער פירוש הפנימי פון218„האשה נקנית לבעלה"כז, אַז דאָס מיינט דעם ענין הקידושין והיחוד פון הקב"ה וכנס"י (און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך די דריי ענינים פון כסף שטר וביאהכח). און כשם ווי אין די קידושין למטה בין איש לאשה זיינען דאָ די צוויי עניניםכט: דאָס וואָס די אשה איז קנוי' לבעלה און דאָס וואָס זי איז נאסרה על אחרים, אַזוי זיינען אויך פאַראַן צוויי ענינים אין די קידושיןל צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן: די דביקות פון אידן מיטן אויבערשטן, און זייער פרישות והבדלה פון אַ סתירה והעלמה צו דעם, פון עניני העולם — קדושים ומובדלים פון תאוות עוה"ז.

און כשם ווי אין די קידושין למטה זיינען ביידע ענינים פאַרבונדן צוזאַמען, מ'קען ניט אָפּטיילן איינעם פון צווייטן — עד"ז איז אין די קידושין צווישן אידן מיטן אויבערשטן, אַז עס מוזן זיין ביידע ענינים, ווי עס ווערט געזאָגט אין חובת הלבבותלא: „מן הנמנע ממנו שתתישב אהבת הבורא בלבנו עם התישב אהבת העולם בנו".

ה. ע"פ הנ"ל וועט זיין מובן דער טעם פנימי וואָס דער מנהג ישראל איז צו מקדש זיין דוקא מיט (קנין) כסף — ווייל דער ענין פנימי פון קידושין, דער יחוד ודביקות פון אידן מיטן אויבערשטן איז פאַרבונדן (בעיקר) מיט דער בחי' פון „כסף" — מלשון „נכסוף נכספתי" — די עבודה פון אהבהלב, וואָס עיקר ענינה איז צו אויפטאָן די התקשרות ודביקות באלקות, ד"לית פולחנא כפולחנא דרחימותא"לג.

ועפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם תוכן פנימי אין די צוויי סברות הנ"ל בענין כסף קידושין — צי „העילה הוא הקנין" אָדער „העילה היא הקידושין" — וואָס „אלו ואלו דברי אלקים חיים"לד, זיי זיינען ביידע דאָ בפנימיות הענינים (עכ"פ):

הקנאת הכסף (אהבה) איז מרמז אויף דעם יחוד ודביקות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן כנ"ל, און קידושין — (מלשון הפרשה והבדלהלה) — אויף דער פרישות פון עניני עולם. און אין דעם זיינען דאָ די צוויי אופנים הנ"ל — וועלכער פון זיי איז די „עילה" און קומט פריער, וואָס דאָס איז תלוי אין דעם אופן וסדר העבודה, צי בדרך מלמטה למעלה, אָדער מלמעלה למטהלו:

אין דער עבודה מלמטה למעלה איז דער ענין הקידושין פריער — צום ערשטן דאַרף ביי אַ אידן זיין די פרישות פון תאוות כו' עוה"ז, און דורך דעם ווערט באַ אים נתעורר די אהבה און תשוקה לאלקות (קנין הכסף)לז — סור מרע (און דערנאָךלח) ועשה טוב.

אין דער עבודה מלמעלה למטה אָבער, איז דאָס באופן הפוך: נאָכדעם219ווי ער שטייט מיט אַ התעוררות האהבה לאלקות, קנין כסף, ווערט דורכדעם ביי אים אויפגעטאָן דער ענין הקידושין — די פרישות פון וועלט.

ו. דער חילוק צווישן די צוויי אופנים (מלמטלמ"ע און מלמעלמ"ט) איז מצד דעם וואָס זיי זיינען צוויי סוגי עבודה: דער אופן הא' איז די עבודה שע"פ סדר והדרגה, וואָס דאָס איז די עבודה שע"פ טעם ודעת (דקדושה), און דערפאַר קען ער ניט צוקומען צו אהבת ה' איידער ער איז זיך פורש פון אהבת ותאוות עניני העולם.

דער צווייטער אופן איז די עבודה וואָס איז ניט ע"פ סדר והדרגה, די עבודה שלמעלה מטעם ודעת: אַז ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצבלט, גיט ער זיך איבער בדביקות צו אלקות וואָס דאָס קומט מצד קבלת עול, שלמעלה מטעם ודעת, און דורך דעם ווערט ער מופרש און פטור פון תאוות ותענוגי עוה"ז.

ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער חילוק צווישן די צוויי לימודים — דער לימוד פון כי יקח איש אשה אין פרשת קידושין און דער לימוד פון „ויצאה חינם אין כסף", וואו עס רעדט זיך וועגן אַן אמה עברי':

אין פ' קידושין — דער ענין הקידושין אין סדר העבודה ע"ד הרגיל — איז דער סדר, אַז פריער דאַרפן זיך אויפטאָן די קידושין, פרישה פון עניני עולם, און דערנאָך כסף — אהבה ויחוד מיט אלקות.

משא"כ אינעם ענין הקידושין אין פ' אמה עברי' — עבודת עבד, וואָס בכללות איז דאָס די עבודה פון קבלת עול (למעלה מטעם ודעת) — אין די קידושין קען מען צוקומען צו דער נתינה ומסירה צו אלקות נאָך איידער מען האַלט ביי פרישות פון עניני העולם; ביז אַז מצד דעם גודל המסירה ונתינה לאלקות שלמעלה מטעם ודעת, ווערט ער דערנאָך במילא פרוש פון עניני העולם.

ז. ועוד י"ל (ובעומק יותר), אַז דער ענין הנ"ל האָט אַ שייכות צו אמה עברי' דוקא —

די צוויי אופני עבודה הנ"ל זיינען (אויך) בהתאם צו די חילוקי דרגות אין דעם מצב פון דעם אידן וואָס טוט די עבודה: אויב זיין מצב איז אַזאַ אַז די פרישות פון תאוות עוה"ז דאַרפן ביי אים באַוואָרענען כפשוטו — דאַן איז דער סדר (ע"ד הרגיל): מ'קען ניט צוקומען צו די העכערע דרגות אין עבודה, צו יחוד ודביקות בה' (דורך אהבה) סיידן מ'איז פריער מבטל דעם רע וואָס מ'האָט אין זיך (די תאוות עוה"ז)מ; ובמילא דאַרף פריער זיין דער ענין הקידושין (פרישות והבדלה) און דערנאָך „כסף" (יחוד ודביקות באלקות).

בשעת אָבער מ'איז שוין פרוש פון תאוות עוה"ז כפשוטן, און עס פאָדערט זיך פון אים אַ העכערע דרגא פון פרישות — צו פורש זיין פון „טבע מדותיו", צו דינען דעם אויבערשטן ניט לויט די מדידות פון זיין טבע — אַזאַ פרישות ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון „מוחין דגדלות", די התבוננות בעמקי הלב אין אלקות, וואָס דאָס פועל'ט אַז זיין טבע המדות זאָל נתהפך ווערן פון זייער טבע, „שיהי' התשוקה לאלקות בשינוי ממהות220תשוקתו לחמדי עוה"ז ובהתהפכות המדות"מא.

און דערפאַר לערנט מען אָפּ דעם אופן אין קידושי כסף פון אמה עברי' דוקא, ווייל די דרגא פון אמה עברי' איזמא — שינוי המדות ממהות למהות, אַזוי ווי עבודת אמה כפשוטה: זי נעמט (פשוט'ע) תבואה און מאַכט דערפון אַ מאכל, מטעמים.

און היות אַז „כל נפש בפרט"מא האָט אין זיך אַלע דרגות, איז דאָ די נתינת כח אויף איבערגעבן זיך אינגאַנצן באהבה ודביקות לאלקות, און מצד דעם ווערט אויפגעטאָן בדרך ממילא די הבדלה פון חשיקת וחמדי עוה"ז ביז אין אַן אופן פון שינוי טבע המדות ממהות למהות.

און דורך דעם ווערט האשה נקנית לבעלה — יחוד ודביקות פון אידן מיטן אויבערשטן, בתכלית היחוד, וואָס דאָס איז דער ענין פון נישואיןמב, וואָס וועט זיין בקרוב ממש (דורך דער עבודה פון אירוסיןמב אין זמן הגלות), בביאת משיח צדקנו.

(משיחת ש"פ תצא, י"ג אלול*, תשי"ד)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-p93dgfrd

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות