עברית
Library

Letter 1293

י"ט כסלו, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, י"ט כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטען אייער בריף, און בין צופרידען צו הערען אז די ווייטאגען בא אייך זיינען כמעט ווי פאראיבער, און איך האף אז איר וועט פילען נאך בעסער.

וועגען דעם וואס איר שרייבט אז אייער טאכטער תחי' איז פארביטערט פון דעם וואס אירע קינדער פירן זיך ניט אויף אידישלעך"

גיט איר איבער, אז מיט פארביטערונג אליין העלפט מען ניט, נאר מען דארף זי בעאיינפלוסען, און נאר דורך גוטע וועגען און גוטע רייד, און בקשות, און מען דארף ניט מיד ווערען צו ריידען אין דעם, איין מאל צוויי מאל דריי מאל ביז אז סוף כ[ל] סוף ווירקט מען, פריער א ביסעל און שפעטער מער און מער.

איר שרייבט אויך אז אייער טאכטערס זון שי' גייט חתונה האבן - מוז און דארף מען ריידען מיט זיין כלה, אז זי זאל זיך אויפפירן ווי א אידישע טאכטער דארף זיך אויפפירן און ספעציעל וועגען טהרת המשפחה, כשרות און היטן שבת, און געבען איר צו פארשטיין אז אין איר פירונג איז אפהיינגיק איר גליק און דער גליק פון איר חתן און פון זייערע קינדער וועלכע [וועלען] זיין בא זיי. און ווען מען גלויבט השם יתברך, זעהט מען דערנאך אויך מיט די פליישיקע אויגען אז דאס האט געבראכט גוטעס מאטעריעל און גייסטיג.

בברכה צום גוטען געזונט און אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-m9m3z6xh

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1293