עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 1304

ב"ה, כ"ד כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

אל כבוד מתפללי בית הכנסת נוסח אר"י

אנשי ליובאוויטש, ובראשם הגבאים

הנכבדים,

בעי"ת דארטשעסטער יע"א, ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דערמיט באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער שטיצע פאר די קינדער יתומים אין אה"ק ת"ו.

עס האט מיך זייער געפרייט, סיי די הילף אליין, און נאך מער אייער אינטערעס אין דער לאגע פון אידישע קינדער אין אה"ק ת"ו, און הילף פון א אידישע פרומע קהלה פאר די קינדער אין אה"ק ת"ו, איז א דאפעלטע הצלחה, די הילף אליין איז א הצלה בגשמיות און דאס וואס עס ווערט געשיקט פון א פרומע אידישע קהלה, איז א הצלה ברוחניות, וויילע דענסטמאל ווערט די הילף געגעבען אין אה"ק ת"ו צו די קינדער שיחיו, אין דעם גייסט, אז עס זאל זיין איינשטימיג מיט דעם וואונש פון תורה ומצות וועלכעס פארשטארקן דעם פארבונד פון די אידישע קינדער מיט אביהם שבשמים.

מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט פילע מאל געזאגט, אז השם יתברך בלייבט ניט קיין בעל חוב, און צאלט מדה כנגד מדה אבער מיט א תוספת מרובה, ווי השם יתברך קען, און אז מען העלפט קינדער יתומים אין ארצנו הקדושה ת"ו, העלפט השם יתברך אלע מנדבים און די מתעסקים אין זאמלען די נדבות, מיט א פולע נחת אידישן נחת פון זייערע פעמיליעס קינדער און אייניקלעך און אויך פון זיך אליין.

און צו די אנקומענדע חנוכה טעג, וואס השם יתברך האט געוויזען דענסטמאל דעם גרויסן נס, אז א ביסעלע בוימאיל וועלכע האט נאר באדארפט זיין גענוג פאר איין נאכט, האט אבער געלויכטן גאנצע אכט טעג ביז מען האט פארטיג מאכען נייע כשר'ה בוימאיל, אזוי אויך היינט בזכות התורה ומצות וואס אלע אידען זיינען מקיים, זאל השם יתברך העלפען אז דער חשך הגלות זאל גלייך אנהויבען ליכטיג ווערען, באלד, מיט איין ליכטעלע צוויי ליכטעלעך א.א.וו. ביז עס וועט אנקומען די גרויסע ליכטיקייט במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו.

בברכת טוב גשמי ורוחני.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-eprezz98

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1304