עברית
Library

Letter 1385

א' שבט, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה א' שבט, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר ניסן שי' פינסאן, האב איך ערהאלטען זיינער צייט די ידיעה וועגען דער מיינונג פון די דאקטוירים וועגען אייער געזונט, און היינט האב איך ערהאלטען זיין גוטע ידיעה פון וועלכער עס האט מיר געפרייט צו הערען אז די אפעראציע איז געווען כשורה און השם יתברך זאל העלפען אז אייער צושטאנד זאל פון צייט צו צייט פארבעסערט ווערען ביז איר וועט קענען אנזאגען אז אייער געזונט איז אינגאנצען פאלקאם.

אבער בכדי אויף קאנען אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך דארפמען האבען גוטע כלים אין וואס עס זאלן אנהאלטען די ברכות השם יתברך און בא אידען זיינען די כלים, תורה ומצות, און איך האף אז אויך איר וועט בלי נדר נעמען אויף זיך, צו אנהאלטען זיך שטארקער אין תורה ומצות, און וואס מער שטארקער און אפטער איר וועט אזוי טאן, אלעס מערער און גיכער וועט השי"ת שיקען זיינע ברכות צו אייך, און בפרט וויל איך אייך פארשלאגען צו זיין אפגעהיט צו לייגען תפילין אלע טאג און נאך דעם דאוונען זאגען א פאר קאפיטלעך תהלים, און פארן לייגען די תפילין, זאלט איר געבען א פאר פראנק אויף צדקה,

אויך זאלט איר זעהען באווירקען אייערע ברידער שי' אז זיי זאל[ן] אויך לייגען תפילין (אויסער שבת און יום טוב) און איר דארפט אים ערקלערען, אז ער אלס דאקטאר ווייס אויף וויפיל עס ווענדעט זיך דער געזונט פון דעם קערפאר אן דער געזונטקייט פון דער נשמה וועלכע ווירקט דורך דעם ניערווען סיסטעם אז זיי זאלען זיין שטארק און מוטיג, אויך ער אלס דאקטאר ווייס זיכער, וויפיל עס זיינען דא רפואות און מעטאדען דורך וועלכע מען היילט מענשן, ניט וויסענדיג ווי אזוי און פארוואס דאס היילט, און פונדעסטוועגען טוט מען דאס, וויילע מען זעהט, אז דאס בריינגט נוצען און הילף, און אזוי איז אויך בנוגע צו תורה ומצות, אז דער עיקר איז ניט דער פארשטיין, נאר דער טאן דאס, און די זיכערקייט אז דאס איז אזוי, און ווי מיר זעהען אין דער היסטאריע פון אידישן פאלק, אז ניט קוקענדיג אויף אלע רדיפות און צרות וועלכע די פעלקער האבען צוגעטראכט און געטאן צו אידען, זיינען דאך אידען געבליבען און לעבען, אט אזוי איז אויך בא דעם פרט (אינדיווידועלן) אידן, איז דער אנהאלט אין תורה ומצות דארף זיין דער עיקר, און ניט שטעלען קיינע תנאים צו דעם אויבערשטען וועלכער איז דער גרעסטער דאקטאר, אז פריער זאל מען פארשטיין ווי וועט ווירקען די רפואות, און דערנאך וועט ער נעמען די רפואה, נאר מען געטרויט דעם ד"ר און פראפעסאר, אט אזוי דארף זיין דער צוגאנג פון א אידען צו תורה ומצות, און דאס מאכט געזונט א אידן אין זיין נשמה און אויך זיין קערפאר.

בברכה שיבשר בשורה שמרגיש הטבה בבריאותו.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-xedfz98x

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1385