עברית
Library

Letter 1321

א' טבת, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, א' טבת, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר ארי' ליב שי' קרעמער, האב איך ערהאלטען אייער בריף מיט דעם פ"נ פאר אייער קוזינע...

מיך אינטערעסירט צו וויסען צי היט אפ אייער קוזינע טהרת המשפחה, און ווען ניט ח"ו, זאל זי נעמען אויף זיך מיט דער פולער שטריינגקייט צו אפהיטען טהרת המשפחה פון היינט אן און ווייטער, און אויך אנזאגען איר צו געבען יעדער טאג אין דער פריה (אויסער שבת קודש) צדקה פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, און אויך זעהען אז די מזוזות אין איר וואהנונג, זאלן זיין כשר'ה. און איך האף אז זי קען זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך, אז אלעס וועט זיין כשורה און אין צייט, און זי וועט קענען אנזאגען א בשורה טובה אין דעם.

זיכער האט זי א דאקטאר וועלכע באזוכט איר פון צייט צו צייט און זי פאלגט אויס זיינע אנווייזונגען בנוגע צו אפהיטען זיך פון טראגען שווערע זאכען א.א.וו.

איך שרייב ניט דירעקט צו איר, וויילע איך וויל אז איר פון אייער זייט זאלט איר שרייבען און ערקלערען די נויטיגקייט צו אויספאלגען דאס וואס איך שרייב און ספעציעל וועגען טהרת המשפחה. איך ערווארט צו הערען פון אייך בשורות טובות אין דעם, און גיט איבער ביטטע מיין ברכה צו אייער קוזינע מרת... תחי', כנ"ל.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-p2b7tbvf

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1321