עברית
Library

Letter 1276

ה' כסלו, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, ה' כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

... איך בין ניט צופרידען. ווי עס ווייזט אייער בריף, אז אט דער בטחון אין השם יתברך, וואס מען דארף ערווארטען פון א אידישער טאכטער בכלל און א חסידישע פרוי בפרט, איז ניט אין דער געהעריגער מאס בא אייך. און במילא ווירקט דאס אויף אייער געזונט און אויך אויף דער הויז אייערער.

יעדער איד- מאן און פרוי דארף געדיינקען שטענדיג, אז השם יתברך וועלכער פירט די גרויסע וועלט, איז קיין ספק אז ער פירט אויך די קליינע וועלט פון יעדערען פון אונז, און אזוי ווי ער האט א דיעה אין דער גרויסער וועלט, אזוי איז זיכער האט ער א דיעה אין דער קליינער וועלט, און מען דארף זיך פארלאזען אויף אים, אז זיכער פירט ער צום גוטען, און מען דארף ניט צושטערען דאס, דורך ניט זיכערען בטחון אין אים ברוך הוא, אדער דורך זאכען וועלכע זיינען ניט על פי תורה, וואס איינע פון זיי איז שלום בית.

ביז נאך משיח'ס קומען, איז ניט[א] קיין מענש אן א חסרון, במילא איז זיכער, אז אזוי ווי יענער האט א חסרון האט דער אנדערער אויך א חסרון, און אזוי ווי מען וויל ניט עפענען און באטאנען דעם אייגענעם חסרון אזוי אויך דארפמען ניט באטאנען און גרויס מאכן דעם אנדערענס חסרון. דאס איז ווי עס דארפען זיין בא אלע אידען בכלל, און בפרט ווען עס האנדלט זיך וועגען אייער מאן און דעם טאטען פון אייער קינד.

איך בין ניט געקומען צו זאגען אייך מוסר נאר צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז דער מצב אייערער איז ניט אזוי הארב ווי איר שטעלט זיך פאר, און עס איז ניט קיין אויסנאמווייז ווי אייך דאכט זיך, און יעדערער פון אייך דארף פארקוקען אויף זאכען, און געפינען בעסער די וועגען אז בא אייך זאל זיין שלום בית און ווען עס הערשט שלום בית, איז דאס די כלי אין וועלכער השם יתברך גיסט אריין ברכה און הצלחה מיט גוטען געזונט, פרנסה און נחת פון קינדער.

מיין מיינונג איז, אז איר האט געדארפט פרעגען בא אייער דאקטאר צו געבען אייך אנווייזונגען וועגען אייער עסען און טרינקען און הויז פירונג און טאן ווי ער וועט זאגען און השם יתברך וועט אייך געוויס העלפען אז אלעס וועט זיין אין צייט אין א גוטען אופן ובהצלחה.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-sh3kwjb0

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1276