עברית
Library

Letter 1301

כ"ב כסלו, תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, כ"ב כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען דיין בריף פון י"ג כסלו, אין וועלכען דו באשטעטיגט די ערהאלטונג פון מיין בריף און אז דו פילסט זיך ב"ה געזונט, און ביזט מער ווייניגער צופרידען פון דער לאגע ווי זי איז.

אין דיין בריף שרייבסט דו אז מיט דיר געפינען זיך נאך 26 אידישע בחורים, וואס דערוויילע זיינען זיי נאך פרייע (אין זין פון תורה ומצות). זיכער טוסט דו אויף וויפל דו קענסט צו נעהענטער מאכען זיי צו תורה ומצות און אז זיי זאלן טאקע מקיים זיין בפועל ממש, און דארפסט ניט נתפעל ווערען פון די תירוצים וואס זיי גיבען דיר, אין געגען טייל דאס ווייזט מער ווי גרויס דער רחמנות אויף זיי איז, און אז מען רעט מיט זיי איז סוף סוף ווירקט מען אויף זיי, אין אנהויב אביסעל און שפעטער מער און מער, און ספעציעל בנוגע צו לייגען תפילין, דארפסט זיי ערקלערען, אז א חוץ דעם וואס דאס איז איינע פון די מצוות השם יתברך, איז דאס אויך א סגולה צו אריכות ימים, און אט אזוי ווי אין מיליטער לערנט מען ווי אזוי מען זאל זיך אויפפירן צו אויסהיטען זיך פון א היזק ח"ו, און דער וועלכער לערנט זיך ניט דאס בריינגט ער זיך אליין א שאדען און טוט אויך קעגען דער רעגירונג, אזוי אויך יעדער אידישער זעלנער, האט זיינע באשיצונגס מיטלען, אז איינע פון זיי איז דאס לייגען תפילין, און ווען עס איז ניט מעגליך צו לייגען תפילין אין דער פריה, אין דער צייט פון דאוונען, איז לפחות קענען זיי דאס טאן אין פארלויף פון גאנצען טאג, ביז זון אונטערגאנג. און איך האף אז דו וועסט געפינען די פאסענדע ווערטער צו ווירקען אויף דיינע אידישע חברים.

די חשבונות פון השם יתברך, קען מען ניט וויסען, און עס איז מעגליך, אז דאס איז איינע פון די זאכען פאר וועלכע מען האלט איינעם אויף דעם ארט, און ווען ער וועט דאס אויספילען, איז מעגליך אז דענסטמאל וועט ער צוריק קומען אהיים, מיט דער צושטימונג פון דער רעגירונג.

צו דער געלעגענהייט פון דעם יו"ט חנוכה, איז בייגעלייגט דא די אויסגאבע פון דעם מרכז לעניני חינוך, וועלכעס איז ארויסגעגעבען געווארען אין צוזאמענהאנג מיט חנוכה, און איך רעכען אז דו וועסט קענען ערקלערען דיינע חברים אויך מיט צוגאב ערקלערונגען וועגען חנוכה, און - מוסר השכל פאר אונז אלעמען איז, אז מיר אלע אן אויסנאם דארפען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, ניט רעכענענדיק זיך מיט אלע שטערונגען.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-j1bmftnk

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1301