עברית
Library

Letter 1309

כ"ו כסלו, תשי"ב · הכהן.

ב"ה, כ"ו כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר זלמן זרח שי'

הכהן.

שלום וברכה!

מיט פרייד האב איך זיינער צייט ערהאלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אז איר פילט בעסער, און איך האף אז פון דענסטמאל ביז היינט איז אייער געזונט נאך פיל בעסער געווארען און וועט מיר אנזאגען בשורות טובות אין דעם.

זיכער האט איר ערהאלטען מיין גרוס צו אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר יוסף שי' הלוי וויינבערג שד"ר, און איך רעכען אז איר האט זיך באטייליגט אין דעם י"ט כסלו פארבריינגען, וכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע שרייבט אין איינעם פון זיינע בריף, אז יעדער התועדות חסידים דארף מיטבריינגען גוטע החלטות סיי אין תורה סיי א[י]ן מצות ובפרט אין אהבת ריעים, אבער דער עיקר אז דאס זאל אראפקומען אויך בפועל.

איך האב הנאה געהאט לייענען אין אייער בריף, אז בא אייך איז איינגעקריצט אין זכרון יענע גוטע יארן ווען איר זייט געווען אין ליובאוויטש און אזוי ווי יעדער זכרון בריינגט א המשכה און א צי פון דער נשמה, איז געוויס אז אט דער נשמה צי פון יענע גוטע זכרונות וועט ניט בלייבען אן א פועל טוב און דאס וועט געוויס בריינגען א פארשטארקונג אין דרכי החסידות ולימוד תורת החסידות, און דענסטמאל איז דאס וואס דער אדמו"ר הזקן שרייבט, אז יעדער איינער וואס וועט זיך אנהאלטען אין זיין קליאמקע וועט ער אים ארויסנעמען מן המיצר אל המרחב, מן הגשמי אל הרוחני, ומן הגיהנום, און כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) האט דאס מבאר געווען, מן הגיהנום, גשמיות'דיקע חומריות'דיקע ענינים פון עולם הזה, און בפרט אט די וועלכע האבען זוכה געווען צו זיין א ליינגערע צייט מיט א רבי'ן, איז געוויס אז סוף כל סוף וועט דאס האבען די געוואונשענע ווירקונג, און וועט אים אוועקשטעלען בקרן אורה לטוב לו בגשמיות וברוחניות.

אקווה לשמוע ממנו בשו"ט ואסיים בברכה לבריאות הנכונה בגו"ר.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-ghk9ytfw

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1309