עברית
Library

Letter 1255

כ"ג מ"ח, ה'תשי"ב · ברוקלין.

ב"ה, כ"ג מ"ח, ה'תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטן אייער בריף פון י"ג חשון, מיט דאס בייגעלייגטע פון אייך און פון די אנדערע, און זיכער האט איר שוין ערהאלטען די רעסיטס אויף דעם.

איר שרייבט אין אייער בריף אז מרת... שיקט איר נדבה לז"נ פון איר מוטער...: ווייזט מיר אויס אז זי איז באפריינדעט מיט אייך, האט איר אפשר געדארפט איר אויפמערקזאם מאכען אויף דעם, אז חאטש צדקה געבען איז א גרויסע מצוה, אבער דאס אליין איז ניט גענוג, אט אזוי ווי עס איז ניט גענוג דאס וואס איין גליד 90אבר בא א מענטשן איז געזונט, נאר אלע גלידער דארפען זיין געזונטע, אזוי אויך אין דער נשמה פון א אידען, איז ניט גענוג וואס זי איז געזונט אין איין מצוה, ווי גרויס די מצוה זאל ניט זיין, נאר מען דארף זעהען אז די גאנצע נשמה זאל זיין א געזונטע, דאס הייסט מען דארף מקיים זיין אלע מצות, וואס מיט דעם מאכט מען געזונט די גאנצע נשמה.

איך האף אז איר וועט געפינען די פאסענדע ווערטער און שפראך דאס אויב זי איז נאך ביז יעצט פעלערהאפט אין אייניגע מצות, אז פון היינט אן און ווייטער, זאל זי מקיים זיין אויך אלע מצות וואס א אידישע טאכטער דארף טאן, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין, אז אייערע רייד צו איר זאל ווירקען.

ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר וועל איך אייך אלעמען מזכיר זיין, יעדערען צו וואס ער באדארף, און השי"ת זאל אייך העלפען צו אנזאגען בשורות טובות, ובפרט וועגן זונ'ס שי' שידוך.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-s4bvf2gv

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1255