Letter 1371
כ"ו טבת, ה'תשי"ב · ברוקלין, נ.י.
איך האב באקומען די טשעקס פאר "מחנה ישראל" וואס איר האט איבערגעלאזן פאר אייער צוריקפארן, ממלא זיין און אנצוהאלטן אייער גוטן מנהג.
אויסער די מעשה הצדקה פון דער השתתפות אין דער ברייטער און אלזייטיקער ארבעט פון "מחנה ישראל", וואס כל המרבה הרי זה משובח, און אויסער דער מעלה פון ניט פארקלענערן די מאס צדקה וואס מ'איז געווען געוואוינט צו געבן פריער, וואס די גרויסקייט דערפון איז איבעריק צו אונטערשטרייכן,
שאץ איך ספעציעל אפ אייער איצטיקע פעולה טובה וויסנדיק דעם נסיון וועלכן איר האט דערביי זיכער געהאט - לויט דעם ווי איר זעט אן אייער מצב אין איצטיקן מאמענט.
וואס שווערער דער נסיון, אלץ שטארקער דארף זיין די מדה פון אתכפיא (באצווינגען זיך בייצוקומען נסיונות). אויסער דער גרויסער מצוה וואס איז דערביי -פארבונדן, ווירקט די פעולה פון אתכפיא אויף דער אויסבעסערונג און אויסאיידלונג פון דעם "זיך". די מדה פון אתכפיא איז זייער טייער ביים אויבערשטן און עפנט אויסערגעוויינליכע צנורות ממשיך צו זיין ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 5
- Id
- rh-9c9b9yjq
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit