Letter 1438
אדר"ח אדר, תשי"ב · ברוקלין.
... דאס וואס איר שרייבט אין אייער צעטל, אז אויך אויף ווייטער זאלט איר קענען שטיצען די אלטע און אומגעליקליכע וועלכע איר העלפט שטענדיג, געוויס איז דאס פון די גרויסע טייערע מצות, אבער פונדעסטווגען אזוי ווי [א] מענשליכער קערפער - גוף - האט מערערע אברים און מען דארף זעהען אז אלע אברים זאלן זיין געזונט, אזוי דארפמען אויך זעהען אז אויך די נשמה זאלן אלע אירע אברים זיין גאנץ, און דערפאר קען מען זיך ניט באנוגענען מיט געבען צדקה אליין, און איר דארפט זעהען אז איר זאלט האבען שיעורים אין תורה נאך אייער מעמד ומצב, און אויך זאגען יעדען טאג נאכן דאוונען אין דער פרי א שיעור תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש) און אויך לערנען אלע טאג לפחות עטליכע פסוקים חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך, און איך האף אז אויך אין דעם וועט איר קענען אנזאגען מיר בשורות טובות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 5
- Id
- rh-rf010wgs
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit