Letter 1323
א' טבת, תשי"ב · ברוקלין.
... איר זאלט שרייבען אייער זון מר... שי', ווי מעגליך פריער, אז ער זאל זיין אפגעהיט צו לייגען תפילין אלע טאג (זעלבסט פארשטענדליך אויסער שבת און יום טוב) און אויב עס איז פאר אים אונמעגליך צו לייגען די תפילין אין דער פרי, זאל ער דאס טאן אין פארלויף פון טאג, פון זון אויפגאנג ביז זון אונטערגאנג, און איר זאלט אים ערקלערין אין אייער שרייבען, אז לייגען תפילין איז א מצוה פאר זיך, במילא איז דאס ניט נוגע אין דעם פאל, ווי ער שטייט אין די אנדערע אויספילען פון מצות, און די סגולה פון דער מצוה בפרט - פון לייגען תפילין - איז אריכות ימים, צו קומען צוריק אהיים, און בייגעלייגט איז דא אויך א בריף - אין ענגליש - צו אייער זון וועגען דעם, מיט א מעסעדזש פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, וועלכען ער האט געשיקט זיינער צייט צו די זעלנער אין דער ארמיי.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 5
- Id
- rh-5vn4rcn7
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit