עברית
Library

Likkutei Sichos

Re'eh 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

94ראה

א. אין פּסוק „ונתצתם את מזבחתם ושברתם את מצבתם ואשריהם תשרפון באש וגו'"א, זאָגט רש"י; „מזבח — של אבנים הרבה. מצבה — של אבן אחת, והוא בימוס ששנוי' במשנהב אבן שחצבה מתחילתה לבימוס. אשרה — אילן הנעבד".

איז אין דעם ניט מובן;

א) דער לשון הפּסוק איז; „מזבחתם", „מצבתם", „ואשריהם". פאַרוואָס שטעלט זיך רש"י אויף „מזבח", „מצבה" און „אשרה", און ער איז ניט מעתיק די ווערטער כלשונם אין פסוקג?

ב) פריער, אין פּ' ואתחנןד, האָט שוין רש"י מפרש געווען „מזבחותיהם — של בנין. מצבתם — אבן אחת. ואשריהם — אילנות שעובדין אותן". וואָס דאַרף עס רש"י דאָ נאָכאַמאָל איבער'חזר'ן?

ג) נאָך מער; רש"י אין אונזער פּסוק איז משנה פון זיין פּירוש אין פּ' ואתחנן; (א) דאָרטן זאָגט ער אַז מזבח איז „של בנין" און דאָ — „של אבנים הרבה". (ב) אין אונזער פּסוק באַגנוגנט זיך ניט רש"י מיטן זאָגן „מצבה של אבן אחת"ה, נאָר ער איז מוסיף — „והוא בימוס כו'", אַן ענין וואָס איז פריער גאָרניט דערמאָנטח.

ד) אין פ' וישלחה שטייט „ויצב יעקב מצבה גו' ויסך עלי' נסך ויצק עלי' שמן". איז דערפון לכאורה געדרונגען, אַז אויך אַ מצבה פון ע"ז, להבדיל בין טומאה כו', איז ענינה לנסך נסכים לע"זה. פאַרוואָס לערנט95רש"י „והוא בימוס ששנוי' במשנה כו'" וואָס בימוס איז (ווי רש"י איז מפרש אין משנה) „מקום מושב ע"ז שמושיב הצלם עלי'"ט?

ה) ווען איינער ווייס ניט וואָס עס מיינט „בימוס", וועט ער דאָס ניט וויסן אויך פון דעם לשון המשנה „אבן שחצבה מתחילה לבימוס" וואָס רש"י בריינגט, ווייל אין דעם לשון ווערט ניט אָפּגעטייטשט וואָס בימוס מיינטי. איז בכן ניט מובן; אויב רש"י נעמט אָן אַז דער תלמיד ווייס וואָס עס מיינט בימוס, איז דאָך גענוג צו שרייבן „והוא בימוס"; און אויב ער איז חושש אַז דער תלמיד ווייס ניט דעם טייטש פון וואָרט — איז וואָס „פאַרדינט" מען פון מוסיף זיין „ששנוי' במשנה אבן שחצבה מתחילתה לבימוס"כא?

ו) אפילו את"ל אַז דורך דעם לשון באַקומט מען יע אַ ידיעה וואָס עס מיינט בימוס — איז אָבער ניט מובן; צוליב וואָס דאַרף רש"י זאָגן אַז דער לשון שטייט אין משנה?

ב. דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף „ואבדתם את שמם" און איז מפרש; „לכנות להם שם לגנאי. בית גליא קורין לה בית כריא, עין כל עין קוץ".

איז אויך אין דעם ניט מובן;

א) דער פּירוש הפשוט פון „ואבדתם את שמם", לכאורה, איז; איר זאָלט טאָן אַ פּעולהכב וואָס זאָל מאַכן פאַרלאָרן און פאַרגעסן די נעמען פון ע"ז. האָט דאָך רש"י געדאַרפט לערנען „לשנות את שמם"יג, אַז מען זאָל זיי96אָנרופן מיט אַן אַנדער נאָמען, וואָס דורך דעם ווערן פאַרגעסן זייערע פריערדיקע נעמעןיד. פון וואַנעט נעמט רש"י „לכנות להם שם לגנאי"טו?

ב) אפילו ווען רש"י האָט שוין אַ הכרח צו לערנען אַז „ואבדתם גו'" מיינט אַ גנאי־נאָמען — פון וואַנעט נעמט ער אַז דער שם לגנאי דאַרף זיין ענלעך צו דעם פריערדיקן נאָמען פון ע"ז (כמובן פון רש"י'ס זאָגן „בית גליא קורין לה בית כריא עין כל עין קוץ")?

ולכאורה, אדרבה; בשעת מען איז מכנה די ע"ז מיט אַ גנאי־נאָמען וואָס איז ענלעך צו איר פריערדיקן נאָמען, מאַכט מען דאָך דערמיט גופא אַ זכרון צו איר שם הקודםי — היפך פון ואבדתם את שמם?

ג) פאַרוואָס דאַרף רש"י געבן צוויי דוגמאות — „בית גליא קורין לה בית כריא", „עין כל עין קוץ" — און באַגנוגנט זיך ניט מיט איינעם פון זיי?

ובפרט, אַז אין גמראטו איז פאַראַן נאָך אַ דוגמא אויף „לכנות לה שם לגנאי"; „פני מלך — פני כלב". אָבער יענע דוגמא ברענגט ניט רש"יטז. איז מובן דערפון, אַז דאָ איז נוגע צו ברענגען דוקא די צוויי דוגמאות.

ג. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

מיט אַ פּסוק פריעריח שטייט „אבד תאבדון גו' את אלקיהם". וויבאַלד אַז גלייך נאָכדעם שטייט „ונתצתם גו'", ונתצתם מיט אַ וא"ו המוסיף, האָט מען לכאורה געדאַרפט לערנען, אַז דאָ איז ער מוסיף; ניט בלויז דאַרף מען מאבד זיין די ע"ז („אלקיהם") גופא, נאָר מ'דאַרף מוסיף זיין און אויך צעשטערן זייערע מזבחות, צעברעכן זייערע מצבות, פארברענען זייערע אשרות, וכו', וועלכע זיינען אַ הוספה צו אלקיהם; זיי זיינען ניט97אלקיהם — ע"ז גופא, נאָר בלויז משמשים צו ע"ז.

און כאָטש אַז אשריהם האָט שוין רש"י פריערכ געטייטשט „אילנות שעובדין אותן" — האָט מען אָבער געקענט זאָגן, אַז אין אונזער פּסוק מיינט „ואשריהם" — משמשי ע"ז; אין פריערדיקן פּסוקי שטייט וועגן די מקומות פון זייערע ע"ז'ס „על ההרים הרמים גו' ותחת כל עץ רענן", קען מען זאָגן, דאָ קומט דער המשך וביאור; „ואשריהם" פון אונזער פּסוק איז עס דער „עץ רענן"91). (ועד"ז קען מען לערנען בנוגע צו „פסילי אלקיהם", אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „ההרים הרמים גו'" — „פסילי" פון לשון „פסל לך"כב — אַז זיי פלעגן אויסהאַקן אין באַרג אַן אָרט, אַ בימה, עמוד וכיו"ב וואו אַוועקצושטעלן די ע"ז, און די אויסגעהאַקטע זאַכן הייסן „פסילי אלקיהם"כג).

[ און דאָס וואָס דער פּסוק זאָגט „ואשריהם תשרפון באש ופסילי אלקיהם תגדעון" — הגם זיי זיינען בלויז — כל' הכתוב — מקומות פאַר ע"ז'ס — קען מען מסביר זיין; וויבאַלד אַז דאָס וואָס די גויים האָבן אויסגעקליבן דוקא די מקומות פאַר זייערע ע"ז'ס, איז עס, כמובן, מצד דעם וואָס די „הרים הרמים גו'"230) און „עץ רענן" גיבן צו „חשיבות"כד צו „אלקיהם"כג — דעריבער דאַרף מען מאבד זיין אויך „אשריהם"כ און „פסילי אלקיהם"כז ].

לויט דעם וואָלט אויסגעקומען, אַז כשם ווי ונתצתם גו' איז מוסיף אויף „אבד תאבדון גו' את אלקיהם" וואָס שטייט אין פריערדיקן פּסוק, זיינען אויך די ציוויים פון דעם פּסוק גופא אין אַ סדר פון „לא זו אף זו"; נסכים זיינען ניט אַזוי חשוב ווי קרבנות. דעריבער זאָגט דער פּסוק „ושברתם את מצבתם" נאָך „ונתצתם את מזבחתם" — פריער מזבחות וואָס נוצן פאַר קרבנות און דערנאָך מצבות103און ניט דער סאַמע היפך פון כל ווי דער כינוי „עין קוץ": אַ קוץ איז אַ דבר המזיק (ומחסר) אדם ובהמה; און אַזוי אויך ווערט די ע"ז אַ סיבה און אַ תקלה דורך וועלכע עס קומט „קוץ" און אַ חסרון אין דעם עובד ע"ז.

ובמילא בלייבט צוריק די שאלה; וואָס דאַרף רש"י ברענגען צוויי דוגמאות?

יא. איז דער ביאור אין דעם — גאָר בפּשטות;

שוין גערעדט פריער (סעיף ג'), אַז די „הגוים" פלעגן אויסקלייבן פאַר זייערע ע"ז'ס אַזעלכע ערטער וואָס זאָלן אויסדריקן די חשיבות און מעלה פון יענע ע"ז'ס. און זעלבסט־פארשטענדלעך, אַז אויך די נעמען פון די ע"ז'ס האָבן געזאָגט די זעלבע מעלות וועלכע עס האָבן אויסגעדריקט די מקומות.

און דערפאַר כאַפּט רש"י אָן די צוויי דוגמאות — „בית גליא" און „עין כל" — ווייל די צוויי נעמען זיינען מתאים צו די צוויי סוגי מקומות וואָס שטייען אין פריערדיקן פּסוק: „על ההרים הרמים ועל הגבעות" און „תחת כל עץ רענן";

מיטן שטעלן אַן ע"ז „על ההרים הרמים גו'", האָבן זיי געוואָלט „באַווייזן" דעם „גובה", די „הויכקייט" פון דער ע"ז — דעריבער איז דער צוגעפּאַסטער נאָמען צו דער ע"ז „בית גליא", לשון גובהנב; אַ צווייטע סוג ע"ז האָט מען געשטעלט „תחת כל עץ רענן", מ'האָט געוואָלט דערמיט אויסדריקן אַז דורך דינען די ע"ז באַקומט מען אַ ריבוי השפּעה, ווי אַן „עץ רענן" וואָס גיט אַרויס גוטע פרוכט — איז דער צוגעפּאַסטער נאָמען צו דעם סוג ע"ז „עין כל", וואָס „ווייזט" אַז זי זעט58) און איז משפּיע אַלץ.

און דערפאַר ברענגט רש"י נאָר די דוגמאות „בית גליא כו'" און „עין כל כו'" — און איז משמיט די דוגמא „פני מלך פני כלב" וואָס אין גמרא — ווייל בלויז די דוגמאות זיינען נוגע צו פשטות הכתובים דאָ, כנ"ל.

יב. דער ביאור — ע"פּ הנ"ל — אין דעם מאמר הש"ס אַז „פני כלב" איז דער היפך פון „פני מלך"84):

ענינו פון אַ מלך איז, וואָס ער איז משפּיע און פאַרזאָרגט דעם פאָלק מיט כל הצטרכותם. (ובפרט „פני מלך", וואָס „באור פני מלך (איז) חיים"85)). דאַקעגן „פני כלב" איז דער סאַמע היפך פון השפּעה. וואָרום [אויסער דעם וואָס כלבים זיינען פון די „שלשה" וואָס „שונאים זה את זה"60), איז נאָך מער] אויף כלבים שטייט37) „והכלבים עזי נפש לא ידעו שבעה", אַז זייער תאוה איז מיט עזות, ביז „לא ידעו שבעה": וויפל זיי זאָלן ניט האָבן, איז פאַר זיי ניט גענוג — זיי

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-m4saener

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources