Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 18
434דאָס אַלעס נעמט אַראָפּ את רוע הגזירה
און בריינגט פאַר'ן יחיד, פאַר'ן כלל און פאַר כל העולם כולו
אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
בטוב הנראה והנגלה
— שנת המאה וחמישים להסתלקות —
הילולא של רבנו הזקן —
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
די טעג פון ראש השנה — ימים נוראים מיט וועלכע דער נייער יאָהר — הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה — הויבט זיך אָן, פילן אָן יעדע אידישע האַרץ מיט אַ הייליקן געפיל.
דער דאָזיגער געפיל פון די „פאָרכטיגע טעג" איז אַ פיל טיפערער ווי יתאת העונש (מורא פאַר אַ שטראָף ח"ו), אד"ג. די יראה וואָס דערוועקט זיך אין די „ימים נוראים" — איז יראת הרוממות, דער געפיל פון מורא וואָס קומט פון דעם באַוואוסטזיין אַז עס קומט פאַר און אַז מען באַטייליגט זיך פּערזענליך אין דער הכתרה („קרוינונג") פון דעם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא; וואָס דאָס איז דער אינהאַלט פון ראש השנה.
די הכתרה פון דעם באַשעפער פון דער וועלט אַלס מלך על כל הארץ (קעניג פון דער וועלט) וואָס אידן בעטן און פירן אויס אין ראש השנה — באַנייט דעם פּערזענלעכן פאַרבונד פון יעדן אידן מיט דעם אויבערשטן;435דעם דירעקטן און פנימיות'דיקן פאַרבונד פון יעדן יחיד אַלס יחיד, און ניט נאָר אַלס אַ טייל פון דעם ציבור און כלל. די הכתרה ווערט אויסגעפירט דורך דער פּערזענלעכער בקשה פון יעדן איינעם און איינער פון אונז, אַז דער אויבערשטער זאָל אָננעמען די הכתרה, און דורכדעם ווערט געשאַפן דער צוזאַמענבונד פון „אנו עמך ואתה מלכנו" (מיר זיינען דיין פאָלק און דו ביסט אונזער קעניג).
דער באַגריף און געפיל פון דער הכתרה קומט ספּעציעל צום אויסדרוק אין דער תפילה; אלקינו ואלקי אבותינו, מלוך על העולם כולו בכבודך והנשא . . וידע כל פעול כי אתה פעלתו . . ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה — דער גאַנצער באַשאַף, און בפרט דער מענטש מיט אַ נשמה, אַנערקענט און אונטערוואַרפט זיך צו דער קעניגלעכער הערשאַפט פון דעם אויבערשטן. די תפילה אונטערשטרייכט דעם געפיל פון יראת הרוממות, און גלייכצייטיג די אומפאַרמיידבאַרע קאָנסעקווענץ דערפון — די גרייטקייט און באַגער צו מקיים זיין די געבאָטן פון דעם קעניג.
און דעריבער, ניט קוקנדיג וואָס ראש השנה איז דער אַריינפיר אין די עשרת ימי תשובה און איז דער אָנהויב פון די דאָזיגע טעג, ווערט אין די טעג פון ראש השנה ניט געזאָגט קיין תחנון און קיין וידוי אויף הטאים. וואָרום דער געפיל פון פאַראייניקונג מיט דעם אויבערשטן דורך דער הכתרה נעמט אַזוי דורך דעם מענטשן, אַז ווי גרויס עס זאָל ניט זיין דער צער פון די מעשים פון דעם עבר, ווערט עס בטל אין דעם באַהערשנדן געפיל פון יראת הרוממות.
אייגנטלעך איז אויך תשובה — אין דעם טיפערן באַגריף פון דעם, דאָס „אומקערן זיך (צום מקור)" — אין פולן איינקלאַנג מיט דעם אינער־436לעכן אינהאַלט פון ראש השנה, וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם געדאַנק פון הכתרה.
ערשט נאָך ראש השנה הויבן זיך אָן די ווייטערדיקע ענינים פון תשובה, חרטה על העבר און קבלה על להבא, מיט וידויים און סליחות וכו' — אַלס מוכרח'דיגער אויספיר פון דער הכתרה פון ראש השנה; די באַוואוסטזיניקייט פון דעם באַנייטן און פאַרשטאַרקטן פאַרבונד און פאַראיינציקונג מיט דעם מלך — מוז דערוועקן דעם רצון און באַשלוס צו זיין ראוי דערצו, און דאָס פאַרפליכטעט דעם מענטשן צו באַזייטיגן אַלעס וואָס שטערט דעם פאַרבונד; די פּשעים, עוונות און אַפילו חטאים (בשוגג).
ליידער מוז געזאָגט ווערן, אַז צוליב פאַרשידענע סיבות זיינען געווען יאָרן און ערטער וואָס די גייסטיגע דערהויבונג פון ראש השנה און עשרת ימי תשובה איז ניט אויסגענוצט געוואָרען אין דער געהעריגער מאָס. די ימים נוראים זיינען אַוועק, און אין מאַנכע קהילות און באַ כמה יחידים איז די באַגייסטערונג אויסגעוועפּט געוואָרן און עס האָט זיך ניט געמערקט די ענדערונג און אויסבעסערונג אין דעם פּערזענלעכן טאָג־טעגליכן לעבן וואָס מ'האָט געדאַרפט דערוואַרטן באַ יעדן אידן מאַן אָדער פרוי, ובמילא האָט געפעלט אויך די פאַרבעסערונג אין דעם געזעלשאַפטלעכן לעבן.
איינע פון די הויפּט סיבות דערפון איז, וואָס מ'נוצט ניט אויס די דערהויבנקייט און די באַגייסטערונג פון די ימים נוראים אין אַן אופן וואָס זאָל אָנרירן דעם זיך אַליין, נאָר אויף ענינים וועלכע זיינען נוגע אַנדערע. ניט זעלטן ווערן די דאָזיקע טעג אויסגענוצט אויף אַלגעמיינע לאָזונגען און וועלטּראבלעמען; „מעסעדזשעס" וועלכע פאַרפליכטן קיינעם ניט בכלל, און זיכער קיינעם ניט אין די אייגענע ד' אמות. דאָס „באַפרידיגט" אַלעמען און מען האָט אויך די „באַרעכטיגונג" אויף דעם, וואָרם ראש השנה נעמט דאָך אַרום די גאַנצע בריאה, און עס פעלן ניט אויס אין דער וועלט, אַלגעמיינע „גרויסע" ענינים וועלכע פאָדערן אַ פאַרבעסערונג אָדער ענדערונג.
און דער רעדן, קאָכן זיך און אָננעמען פעסטע באַשלוסן אין אַזעלכע הויכע וועלטפּראָבלעמען (וואָס אין די מיינסטע פאַלען — קענען די באַשליסער סיי ווי גאָר ניט אויפטאָן אין זיי) — איז דאָך אַ באַקוועמער און „שיינער" אויסרייד פאַר ניט אָפּגעבן די נויטיקע און לעבענסוויכטיקע פולע אויפמערקזאַמקייט צו זיין פּערזענליכן חשבון הנפש און צו זיין טאָג טעגליכן לעבן (וואָס דוקא אין דעם האָט זיין באַשלוס די פולע ווירקונג).
437די באַוואָרענונג קעגן דעם ווערט אונטערשטראָכן אויך אין דער מצוה פון תקיעת שופר — די איינציקע און ספּעציעלע מצוה וואָס איז חובת היום פון ראש השנה. די מצוה פון תקיעת שופר איז ניט אַ צוזאַמענשטעל פון אַ סך כלי זמר, נאָר דוקא איין כלי, און דאָס אויך — ניט אַ קאָמפּליצירטן מוזיקאַלישן אינסטרומענט וואָס זאָל אַרויסברענגען אויסערגעוויינלעכע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. דער שופר איז דוקא אַ פּשוט'ער האָרן פון אַ בהמה, און „כל הקולות כשרים בשופר". דער שופר אונטערשטרייכט אַז די אָריענטירונג דאַרף זיין, קודם כל, אויף דעם יחיד אויף דעם זיך אַליין, און אַז דער טראָפּ מוז געשטעלט ווערן אויף אַריינברענגען קדושה אַפילו אין די פּשוט'ע און געוויינלעכע ענינים פון דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פון דעם יחיד, און דערנאָך אין דעם געזעלשאַפטלעכן לעבן פון דעם יחיד אַלס אַ טייל פון דעם ציבור אאַ"וו.
ויהי רצון — דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז יעדער איד, מאַן אָדער פרוי, און בפרט די גייסטיגע פירער, זאָלן אויסנוצן די הייליגע מאָמענטן און די אינערע נשמה התעוררות פון די ימים נוראים ניט אויף אַלגעמיינע וועלט אָדער מדינה פּראָבלעמען, (וואָס ווי וויכטיג די דאָזיגע פּראָבלעמען זאָלן ניט זיין, זיינען ניט זיי דער ענין פון ראש השנה און עשרת ימי תשובה, ניט פאַר דעם יחיד און ניט פאַר דער קהילה), נאָר אויף דעם דרינגגענדעם רוף פון די טעג — דעם רוף צום תמליכוני עליכם אָננעמען דעם אויבערשטן אַלס מלך, זיין פּערזענלעכן מלך — און די קאָנסעקווענץ דערפון — דעם רוף צו תשובה, תפילה, צדקה, וואָס דאָס אַלעס מוז זיך אָנהויבן באַ זיך און פון זיך, און דערנאָך אַרום זיך, אין דער קהילה און ווייטער,
און די גייסטיגע דערוואַכונג און אויפלעבונג פון די דאָזיגע טעג זאָלן באַלייכטן און דורכדרינגען אַלע טעג פון יאָר. און זאָלן ברענגן צו אַ טיפערען פאַרבונד פון יעדן אידן מיט דעם אויבערשטן, אַ פאַרבונד וואָס וועט זיך אויסדריקן אין דעם טאָג טעגליכן לעבן לויט און אין איינקלאַנג מיט דער ג־טלעכער תורה און ג־טלעכע מצוות. און די ענדערונג438צום גוטן אין גייסטיקן לעבן וועט זיכער ברענגן אַן ענדערונג צום גוטן אין מאַטעריעלן לעבן, אַז עס זאָל זיין אַ געבענטשט יאָר אין אַלע הינזיכטן.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה בטוב
הנראה והנגלה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-kdn6pwf7