Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 19
401י"ג תשרי
א. ס'איז דאָך דער יום הילולא פון דעם רבי'ן מהר"ש, וואָרום בכמה ענינים איז הלילה הולך אחר היום, במילא געהערט די נאַכט צו י"ג תשרי,
ובפרט אַז דאָס וואָס הלילה הולך אחר היום איז במיוחד אין ענינים פון קדשים (חולין פג, א), און צדיקים בכלל זיינען דאָך אַן ענין פון קדשים,
ועאכו"כ בעליתם למעלה, וואָס דעמאָלט איז ווי ער איז מבאר אין אגה"ק (סי' כח) בנוגע צו מיתת מרים, אַז דאָס איז ניט נאָר אַן ענין של קרבנות סתם, נאָר אַזאַ קרבן וואָס איז מעלה פון עמקי. מטה שאין למטה מזה.
ובכל שנה ושנה אין תקופת היום פון יום הפטירה פון אַ צדיק בכלל, און פון אַ נשיא, נשיא הדור במיוחד, ווערט נתחדש דער ענין וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך פרת חטאת — קדשים, ווי ער איז מבאר דעם אויפטו בארוכה באגה"ק הנ"ל — איז דאָך נאָך מער דער ענין פון הלילה הולך אחר היום אין דעם ענין.
ב. ולכאורה דאַרף מען האָבן אַ הסברה: בשעת ס'איז דאָ אַן אָרט וואו אידן שלאָגן זיך, איז וואָס איז דאָ אַן ענין פון התועדות?
איז דאָך אָבער ידוע בנוגע צום בעל ההילולא, אַז ער האָט געזאָגט: ניט ווי די וועלט זאָגט דעם סדר, אַז מ'פּרובט זיך אַרונטער און אויב מ'קען ניט אַרונטער גייט מען אַריבער, נאָר — לכתחילה גיין אַריבער.
וכידוע אויך וואָס דער רבי דער נשיא האָט געזאָגט וועגן דעם בעל ההילולא, אַז בכלל איז זיין הנהגה געווען אין בעל־שם'סקע אופנים.
ג. כמדובר כמה פעמים, דאַרף יעדער ענין האָבן אַן אחיזה אין נגלה, ביז אין אַ דין
— זעט מען דאָך אַז דער יום ההילולא פון רבי'ן מהר"ש איז אין די טעג אין וועלכע ס'איז ניטאָ דער ענין פון אמירת תחנון, ווי דער אַלטער רבי שרייבט אין סדור, אַז פון ערב יו"כ ביז סוף חודש תשרי איז ניטאָ דער ענין פון אמירת תחנון ונפילת אפים וכו'.
ולכאורה, צריך ביאור בזה: די ענינים וואָס טוען זיך אויף ע"י אמירת תחנון, דאַרף מען דאָך אויפטאָן אויך אין די טעג? — איז דאָך דערפון גופא פאַרשטאַנדיק אַז די ענינים וואָס אין אַן אַנדער זמן דאַרף מען אויפטאָן402דורך אמירת תחנון ונפילת אפים וכו', איז די סגולה פון די טעג, אַז דאָס טוט זיך אויף דוקא ע"י השלילה פון אמירת תחנון און פון נפילת אפים וכו' — די פרטים וואָס דער אַלטער רבי רעכענט אויס בסדורו.
דער סדור האָט דער אַלטער רבי געמאַכט אַלס אַ דבר השוה לכל, אפילו מער ווי דעם שו"ע. וואָרום דער שו"ע איז דאָך אַן ענין וואָס מ'דאַרף זיך צוטראָגן און לערנען און מדייק זיין וכו', משא"כ דער סדור — איז דאָך ג' פעמים בכל יום, מוז מען אָנקומען צום סדור, נוסף וואָס אויך בינתיים זיינען דאָ ענינים של ברכות וכו' וכיו"ב וואָס ווערן אַראָפּגעבראַכט בסדור,
און דאָס איז דאָך אַן ענין וואָס איז שייך צו אנשים, צו נשים, און אפילו צו טף. ווי מ'זעט במיוחד בנוגע סדר החינוך, אַז נאָך איידער אַ קינד ווערט „בן חמש למקרא", לערנט מען מיט עם סדור, ווי דער אַלטער רבי בריינגט אין אָנהייבס פון הל' ת"ת, אַז התינוק משיתחיל לדבר אביו מלמדו תורה, און די ענינים וועלכע מ'לערנט מיט עם דאַן (אל"ף בי"ת, און אויך פסוקים) זיינען דאָך פאַרבונדן מיט סדור.
איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק אַז אויך די הוראה הנ"ל — אַז פון ערב יו"כ ביז סוף חודש זאָגט מען ניט קיין תחנון, איז אַזאַ הוראה וועלכע קען זיין פאַרשטאַנדיק פאַר אַלעמען, אנשים נשים וטף. און וויבאַלד אַז אויך זיי ווייסן אַז תחנון איז אַן ענין וואָס — כשמו — מ'דאַרף אויסבעטן אַ זאַך, פאַרשטייען זיי אַז אין די טעג טועהן זיך אויף די ענינים דוקא דורך שלילת אמירת תחנון, וואָס איז אַ סימן אויף אַן ענין של שמחה — מלכתחילה אַריבער.
ד. דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת מיטן מזמור „לדוד ה' אורי" (שאומרים בימים אלה), וואָס די נקודה פנימית פון דעם מזמור איז — „בקשו פני את פניך הוי' אבקש", די פנימיות פון דעם אויבערשטן,
וואָס דער ענין פון דעם כפשוטו איז — „באור פני מלך חיים". וכידוע הפירוש (והמשל) בזה, אַז אין וואָס פאַר אַ מעמד ומצב מ'זאָל זיך ניט געפינען, איז בשעת מען טרעפט אָן דעם „פני מלך", באַקומט מען „חיים", און — „חיים" מיט אַלע פירושים, וואָס „מאן דיהיב חיי יהיב מזונא" וכו' ורו'
וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט תורת הבעש"ט — וואָס ר' לוי יצחק באַרדיטשעווער שרייבט (קדושת לוי פ' נשא), אַז דער בעש"ט האָט עס אָפט געזאָגט און גע'חזר'ט און גערעדט צום עולם — אויפן פסוק הוי' צלך, אַז דער אויבערשטער איז ווי אַ צל (שאָטן) פון אַ אידן: פּונקט ווי אַ צל מאַכט די זעלבע באַוועגונג וועלכע עס מאַכט דער מענטש (פון וועמען עס ווערט דער צל), אַזוי אויך דער אויבערשטער איז „הוי' צלך", אַז ווי אַ איד פירט זיך למטה, טוט די זעלבע זאַך אויך, כביכול, דער אויבערשטער.
וואָס דאָס איז אויך וואָס עס שטייט אין זהר (ח"ב קפד, ב), און דער זהר זאָגט אויף דעם „תא חזי"
403[וכמדובר כמה פעמים, אַז דער לשון הרגיל אין לימודא בנגלה דתורה איז „תא שמע", ד. ה. אַז מען דאַרף הערן און דערנאָך דאַרף מען זיך מתבונן זיין וכו' — די אַלע פרטים וואָס זיינען דאָ אין שמיעה. משא"כ דער לשון אין זהר איז „תא חזי". ד. ה. אַז דורך פנימיות התורה (וואָס בדורותינו אלה איז זי נתגלה געוואָרן און מיט אַ פירוש דורך תורת החסידות, מעינות תורת הבעש"ט, און דערנאָך אַראָפּגעבראַכט און מיט אַ ביאור בתורת חב"ד), איז ניט קוקנדיק אויף דעם ענין פון גלות וכו', קען מען צוקומען אויך צו „חזי" — אַן ענין פון ראי']
אַז כגוונא ווי אַ איד ווייזט זיין פנים מלמטה, אַזוי ווייזט מען אים אויך מלמעלה, און בשעת אַ איד באַווייזט אַ פנים של חדוה, באַווייזט מען אים חדוה מלמעלה. און ווי דער זהר איז מאריך בזה בפרטיות.
ה. ומצד כל הענינים הנ"ל, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז די וועג צו אַרויסהעלפן בימים אלו איז דורך אַן אופן פון שמחה, וואָס שמחה פורץ גדר (אויך דער גדר — הפסק פון מקום גשמי),
אַז עס זאָל זיין באור פני מלך חיים, חיים כפשוטם, מיט אַלע ענינים וועלכע קומען צוזאַמען מיט חיים, וואָס בכללות ווערן זיי אָנגערופן „מזוני",
און דאָס זאָל אַראָפּקומען למטה מעשרה טפחים, לכל אחד ואחת מבני ישראל וואו נאָר זיי געפינען זיך,
דורך דעם וואָס אידן קלייבן זיך צוזאַמען במקום אחד בכדור העולם, וואָס אכל בי עשרה שכינתא שריא, ובפרט כמה עשיריות,
ועאכו"כ אַז מען פאַרבינדט דאָס מיט אַן ענין פון תורה און אַ התעוררות של יראת שמים. ועאכו"כ אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ הילולא פון אַ נשיא של כל בני ישראל,
ועאכו"כ, אַז דאָס איז בלילה זה וואָס פאַרבינדט ערב סוכות מיט דעם יום ההילולא, וואָס בנוגע צו ערב סוכות בריינגט דער מיטעלער רבי אין סידור (רנז, ג) „צריך לפזר מעות לעניים בערב סוכות"ב, וואָס אויף צדקה שטייט אַז זי איז שקולה כנגד כל המצות און מקרבת את הגאולה (ב"ב ט, א. יו"ד, א. תניא פל"ז), ואין ענין יוצא מידי פשוטו — בריינגען די גאולה האמיתית והשלימה פון דעם גלות בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו.
ו. וויבאַלד עס איז פאַרבונדן מיט דעם יום ההילולא, וידוע אַז צדיקים דומים לבוראם: פּונקט ווי דער אויבערשטער זאָגט: „ויקחו לי", אַז דורך תורה נעמט מען עם (ווי ער בריינגט אין תניא (פמ"ז) פון זהר), וכמאמר רז"ל (שבת קה, א) „אנא נפשי כתבית יהבית", אַז ער האָט זיך אַריין געגעבן404און זיך אָפּגעגעבן אין תורה, אַזוי איז אויך בנוגע צו צדיקים אַז זיי האָבן זיך אַריין געגעבן אין זייער תורה, ובשעת מ'לערנט און מ'חזר'ט אַ וואָרט פון זייער תורה נעמט מען זיי;
דערפאַר איז אַן ענין המתאים אָנצוהייבן מיט איבערחזר'ן אַ וואָרט פון תורת בעל ההילולא, ובפרט אַז לאחרונה האָט מען אָפּגעדרוקט דעם ספר המאמרים תר"ל, ובכלל איז דאָך מפורסם דער המשך וככה (תרל"ז), און דער המשך מים רבים (תרל"ו), וואָס דאָרט זיינען דאָ כמה וכמה ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט סוכות און מיט ד' מינים שבסוכות,
און מיט כללות עבודת האדם, וואָס כללותה איז מיוסד אויף די מצוה „ואהבת את הוי' אלקיך". ווי ער זאָגט אין תניא פ"ד און אין חינוך קטן, אַז בכלל — זיינען מצות געטיילט אין מצות עשה און מצות ל"ת, וואָס דער שרש פון מ"ע איז אהבה און דער שרש פון מל"ת איז יראה; אָבער וויבאַלד אַז אויך יראה (שרש שס"ה ל"ת) איז אַ מ"ע, קומט דאָך אויס אַז בכללות איז אויך דער שרש פון מל"ת — אהבת השםג, קומט אויס אַז דורך איר איז מען מקיים אַלע מצות בחיות ובקיום, ווי ער זאָגט אין תניא (פרק ד' ובהערות לשם בקונט' העבודה פ"ב — ע' 15) אַז דער חיות וקיום פון אַלע מצות קומט דוקא דורך מצות אהבה.
ח. רש"י בריינגט בפירושו עה"ת — וואָס פירוש רש"י עה"ת איז פאַר יעדער אידן, אפילו פאַר אַ בן חמש (למקרא) — דער ענין „ניבא ואינו יודע מה ניבא"ד, ד. ה. אַז עס זיינען דאָ ענינים וועלכע מ'טוט און בשעת מעשה איז „אינו יודע" וואָס די מטרת הענין איז, און דערנאָך, לאחר זמן, כאַפּט מען זיך ווי דאָס איז געווען אַ דבר בעתו.
דער גאַנצער זומער האָט זיך גערעדט* וועגן „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם", און מ'האָט דאָס פאַרבונדן מיט דעם מאמר (ד"ה וקבל היהודים) פון דעם רבי'ן דעם נשיא — פון שנת תרפ"ז.
וואָס האָט מיר געשטופּט אַן ענין וואָס האָט זיך גערעדט בשנת תרפ"ז? די אַלע יאָרן פלעגט מען מזמן לזמן חזר'ן דעם מאמר אָבער אָן אַ שטורם, איז וואָס מיט אַמאָל — האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן אַז מ'דאַרף איצטער האָבן דעם „להשבית אויב ומתנקם".
405און אין אַן אופן, ווי גערעדט אין מאמר (ד"ה ולקחתם לכם) וואָס איז מיוסד אויף מאמרי רבותינו נשיאינו, אַז די ע' שרים שלמעלה שטייען אין אַ מעמד ומצב פון „הללו את ה'" און „שבחוהו", ובדרך ממילא שטייען אין אַזאַ מעמד ומצב אויך די אומות דאָ למטה (וואָרום יעדער אומה האָט איר שר) ובנוגע אויך צו די „בנים אתם לה' אלקיכם".
וואָס דאָס איז אויך דער „להשבית אויב ומתנקם", וואָס דער פירוש פון „להשבית" איז (כידוע (תו"כ ר"פ בחקותי) הדעות דר"ש ור"י), אַז ער ווערט אויס מזיק, ואדרבא, ער איז נאָך מסייע אין די אַלע ענינים וואָס אַ איד דאַרף האָבן.
עד"ז איז אויך בנוגע כמה וכמה ענינים וואָס מ'האָט גערעדט זומער, ביז אויך אין דעם ענין הצדקה, ביז מ'זאָגט אויף דעם „ציון במשפט תפדה ושביה בצדקה", ביז ווי גערעדט בנוגע צו ערב סוכות — וואָס הייבט זיך אָן פון היינט ביינאַכט — אַז בערב סוכות מפזרין צדקה לעניים, אין אַן אופן פון פיזור.
און ווי עס שטייט אין קבלה (ס' הליקוטים עה"פ פזר נתן לאביונים. ובכ"מ) אַז „פזר" עם הכולל איז בגי' רפ"ח, וואָס אין דעם ווערן נכלל אַלע עניני בירורים וואָס נעמען זיך פון רפ"ח ניצוצין וואָס לאחרי השבירה — נפלו למטה,
און וויבאַלד אַז צדקה איז שקולה כנגד כל המצות, ובפרט ווען ס'איז אין אַן אופן פון „פזר נתן לאביונים", איז זי מעלה הניצוצות וכו'.
ט. וואָס מ'דאַרף באַוואָרענען איז אַ ביאור למה עשה הוי' כזאת, אַז דער גאַנצער ענין איז נתחדש געוואָרן נאָך אַמאָל ? והביאור בזה בפשטות: אַזוי ווי עס זיינען געווען אַזוינע וואָס יצרם אנסם, ובשעת דער אויבערשטער האָט געגעבן במתנה די שטחים וכו', האָט מען (מצד דערויף וואָס יצרם אנסם) זיך גלייך אָנגעהויבן דינגען אַז מ'וויל דאָס אַוועקגעבן: דאָס וויל מען אַוועקגעבן אינגאַנצן, און דאָס וויל מען אַוועקגעבן דרייפערטל וכו', און מ'האָט געפונען אין דעם כמה וכמה הסברות,
ואע"פ אַז לכאורה ווי קען זיך שטעלן אַ יחיד אַנטקעגן אָט די וואָס מצד טעמים האָבן זיי גע'טענה'ט אַז זיי ריידן בשם כמה וכמה אַז ניט קוקנדיק וואָס דער אויבערשטער האָט דאָס געגעבן ובאופן נסי, וויל מען דאָס אָפּגעבן צוריק, און מ'בעט זיך און מ'שיקט שלוחים וכו'.
ווייס מען אָבער — ע"י פסק הרמב"ם (הל' גירושין ספ"ב) — אַז זיי האָבן דאָס גערעדט ניט בשם כלל ישראל, אפילו ניט בשם יחידים פון אידן, און אפילו ניט בשם עצמם, וואָרום דאָס איז דאָך יצרם אנסם.
איז בשעת עס קלייבן זיך צוזאַמען עשרה מישראל — עדה ופרהסיא — און זאָגן אַז מעיקרא דדינא האָט ניט געהאַט קיין אָרט צו אָפּגעבן כו' אָט406דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן, אפילו ווען ער וואָלט דאָס געגעבן בדרך הטבע ומכ"ש אַז ער האָט עס געגעבן באופן נסי,
און ווי רש"י הויבט אָן בפירושו על התורה, אַז ברצונו נתנה להם און דערנאָך ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו — איז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער ברצונו נתנה לנו, איז כן יקום, און קיינער איז ניט קיין בעה"ב צו ריידן באופן כך ובאופן כך.
במילא דאַרף מען מכריז זיין בעשרה מישראל, ובפרט אַז דאָ געפינען זיך כמה עשיריות מישראל, אָפּ'פּסק'נען און זאָגן בקול רםה, אַז זיי האָבן גערעדט ניט בשם כלל ישראל, ניט בשם קבוצה מישראל, און אפילו ניט בשם עצמם, ס'איז געווען מער ניט מתוך אונס וואָס יצרם אנסם.
ובפרט אַז איצטער האָבן דאָך זיכער אויך זיי געכאַפּט זיך, ווי וואָלט ר"ל אויסגעזען דער מצב בימים אלו, ווען מען וואָלט ח"ו אָפּגעגעבן אפילו אַ האַלבן קילאָמעטער אָדער דריי פערטל קילאָמעטער — איז דאָך זיכער, אַז איצטער זעען אויך זיי דעם גוואַלדיגן דורכפאַל, און אַז דאָס איז געווען ניט זייערע רייד נאָר יצרם אנסם.
און בשעת אַז אידן זיינען מכריז את הנ"ל, ובפרט ווען מען איז דאָס מכריז אין אַ מקום קדוש, אין אַ ביהכ"נ וביהמ"ד, ועאכו"כ אַז מען איז דאָס מכריז אין די ד' אמות פון דעם רבי'ן דעם נשיא כ"ק מו"ח אדמו"ר — איז אַ זיכערע זאַך אַז כן יקום,
און עס ווערן בטל די שיריים פון דער טענה אַז אפשר איז דאָ אַ קס"ד אויף עפּעס צוריקנעמען, מצד דערויף וואָס עס האָט זיך געפונען אַ איד וואָס האָט געזאָגט אַז ער וויל צוריקגעבן — איז אָבער ע"י הכרזה הנ"ל וועט עס בטל ווערן, וואָרום דאָס האָט ניט געזאָגט דער איד, ניט זיין נפש האלקית און אפילו ניט זיין נפש הבהמית, ס'איז נאָר וואָס יצרו אנסו, ווי דער רמב"ם זאָגט עס בתור פסק דין.
און די אַלע נאספים זאָלן זאָגן אויף דעם אמן, וואָס דער פירוש פון אמן איז — אמת ואמנה (שבועות לו, א), אַז אָט אַזוי איז דאָס,
און דאָס וועט פועל זיין באַ זיי און אין דער וועלט, אַז עס וועלן בטל ווערן אַלע קס"ד און אמתלאות וכו' אַז מען קען זיך דינגען צו וועמען עס געהערט דער שעל אָדער יענער שעל — דאָס געהערט צו אידן, און אין אַ ברית עולם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט בברית בין הבתרים, און מיט עטליכע יאָר צוריק האָט ער עס צוריק אָפּגעגעבן ליד ישראל באופן נסי,
און כן יקום, און לעד ולעולמי עולמים, ביז ביאת משיח צדקנו וואָס407דעמאָלט וועט מען באַקומען אויך קני קניזי וקדמוני, וואָרום עס וועט מקויים ווערן דער כי ירחיב ה' את גבולך.
יו"ד. ע"ד האמור לעיל (ס"ח) בנוגע צו דעם וואָס עס האָט זיך גערעדט בענין מפי עוללים ויונקים יסדת עוז, עד"ז איז אויך בנוגע צו דעם סיום פון מס' חלה (בההתועדות דו' תשרי). וואָס אע"פ אַז מען האָט דאַן (בהתועדות הנ"ל) מבאר געווען כמה טעמים ווי ס'איז צוגעפּאַסט צו מאַכן אַ סיום אויף די מסכת — איז אָבער פאַראַן דערביי אַ דבר פלא, אַז דער סיום פון די מסכת האָט אַ שייכות צו די ענינים שבזמנים אלו, כדלקמן.
בסיום מס' חלה שטייט: „ארסטון הביא בכוריו מאפמיא וקבלו ממנו, מפני שאמרו הקונה בסוריא כקונה בפרוור שבירושלים", און אין אַ משנה פריער שטייט: „ניתנאי איש תקוע הביא חלות מביתר ולא קבלו ממנו, אנשי אלכסנדריא הביאו חלותיהן מאלכסנדריא ולא קבלו מהם".
האָט מען מבאר געווען אין דעם (בהתועדות הנ"ל), דעם טעם פון דעם וואָס ער בריינגט ביידע דוגמאות — מביתר און מאלכסנדריא — בהקדים הדיוק, וואָס באַ ביתר זאָגט ער דעם לשון „הביא חלות מביתר", חלות סתם, און באַ אלכסנדריא זאָגט ער „הביאו חלותיהן מאלכסנדריא", זייערע חלות.
וואָס דער חילוק אין דעם איז:
דער לשון „הביא חלות" סתם קען מיינען (ובפרט אַז דערנאָך זאָגט ער חלותיהן) אַז ער האָט געבראַכט ניט זיינע חלות נאָר אַ צווייטנס, וואָס יענער האָט אים געמאַכט פאַר אַ שליח — וואָס דאַן איז ניטאָ קיין זיכערער באַווייז, אַז אר־ישראל איז באַ יענעם חביב; משא"כ ווען „הביאו חלותיהן" (זייערע אייגענע חלות), ווייזט דאָך דאָס אַז באַ זיי איז ארץ־ישראל חביב (און זיי ווייסן אַז א"י געהערט צו אַלע אידן), איז דאָך שוין במילא דאָ אַ קלענערער חשש אַז זיי וועלן בלייבן אין אלכסנדריא וואָרום זיי ווייסן דאָך די חביבות פון א"י אַז זי איז „ארץ אשר . . . תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" (עקב יא, יב) — אעפ"כ לאָזט אונז די משנה הערן, אַז אויך אין דעם פאַל איז לא קבלו מהם.
ס'איז נאָך אָבער ניט מובן: צוליב וואָס דאַרף דערציילן די משנה (אין די צווייטע בבא) אַז די חלות האָט מען געבראַכט פון אלכסנדריא, דלכאורה: ער האָט געדאַרפט זאָגן מחו"ל, למאי נפ"מ אַז ס'איז געווען פון אלכסנדריא?
זאָגן דערויף מפרשי המשנה, אַז אלכסנדריא איז על נחל מצרים, וואָס דאָרט פאַנגט זיך אַן ארץ־ישראל, במילא האָט געקענט זיין אַ קס"ד אַז מען זאָל פון דאָרטן יע אָננעמען די חלות, דעריבער לאָזט הערן די משנה אַז אפילו פון אלכסנדריא, וויבאַלד אַז עולי בבל לא כבשוה, איז לא קבלו.
דערוויילע לאָזט הערן די משנה בדרך אגב
408[און ס'איז אפשר גאָר ניט בדרך אגב, וואָרום אין תורה איז ניטאָ קיין „דרך אגב". וע"ד הסיפור הידוע (סה"ש ש'ת ע' 57) אַז באַ חסידים איז ניטאָ קיין בדרך ממילא, יעדער ענין טוט זיך דורך עבודה און ניט בדרך ממילא. וואָס עד"ז איז אין תורה, אַז ס'איז ניטאָ קיין דרך אגב, נאָר יעדער ענין שבתורה איז אַן ענין עיקרי.
וואָס דערפאַר איז די כשרות פון אַ ס"ת תלוי אין אַלע אותיות התורה, אין דעם איז ניטאָ קיין חילוק צווישן דעם אל"ף פון אנכי הוי' אלקיך ביז צום אל"ף פון „ואחות לוטן תמנע" (וישלח לו, כב). וכמבואר בפיהמ"ש להרמב"ם סנהדרין פרק חלק]
אַז אלכסנדריא איז פאַרבונדן מיט נחל מצרים און אַז פון נחל מצרים הויבט זיך אַן ארץ־ישראל.
עס איז נאָר וואָס לא כבשוה עולי בבל. און איצט בדרא דעקבתא דמשיחא דאַרף מען נאָר פאַרענדיקן די פכים קטנים, דער סוף פון די בירורים, און דעמאָלט וועט זיין דער כיבוש אויך דאָרטן ע"י משיח צדקנו, וואָס דאַן איז „מן הנהר נהר פרת ועד הים האחרון יהי' גבולכם" (עקב יא, ז ,
און דאָס וועט משיח מסיים זיין. ס'איז דאָך אָבער דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז ניטאָ וואָס צו שרעקן זיך, וואָרום ס'איז ניט מער וואָס מען דאַרף מסיים זיין די פכים קטנים, און דאַן וועט קומען משיח און וועט מסיים זיין דאָס וואָס ער דאַרף אויפטאָן.
איז אמת טאַקע אַז אל תתגרה בגוי קטן, אָבער אַן ענין של פחד — איז תפול עליהם אימתה ופחד.
ועד"ז איז אויך בנוגע צו די לעצטע משנה, דער סיום הפרק והמסכת, וואָס ער זאָגט, אַז כאָטש סוריא איז לכאורה (ניט אין א"י און איז) ווייט פון א"י, פונדעסטוועגן איז דער פסק־דין בסיום וחותם המסכת, אַז „הקונה בסוריא כקונה בפרוור שבירושלים", וואָס אין דעם דאַרף מען ניט אויסטייטשן פירושים, יעדערער פאַרשטייט די ענינים וואָס די משנה מיינט דערמיט.
ויהי רצון, אַז בקרוב ממש זאָל יעדער איד מסיים זיין די לעצטע נקודה פון זיין עבודה אין די פכים קטנים, און בשעת עס וועט זיין דער בחקותי תלכו שתהיו עמלים בתורה ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם, וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, און עס וועט זיין כי ירחיב ה' את גבולך ובדרכי נועם ובדרכי שלום,
און אין אַן אופן פון הללו את ה' כל גוים שבחוהו כל האומים — די שרים למעלה, וואָס דאַן וועט במילא זיין אַזאַ יחס באַ אַלע שבעים אומות (למטה) צו יעדער אידן וואו נאָר ער געפינט זיך,
409ווי געשריבן בארוכה (בהמכתב כללי* אַז יעדער איד איז אַ טייל פון כל עם ישראל, און מצד זיין „עצם" — איז כתורת הבעש"ט, אַז העצם — כשאתה תופס במקצת מן העצם אתה תופס בכולוו.
יא. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק די צווייטע נקודה:
ס'זיינען געווען אַזוינע וואָס מצד דערויף וואָס יצרם אנסם, האָבן זיי זיך געטשעפּעט ניט נאָר מיט שלימות הארץ נאָר אויך מיט שלימות העם, און האָבן אָנגעהויבן טומלען וועגן דעם ענין פון „מיהו יהודי" מיט אַלערליי משונה'דיקע דערקלערונגען און משונה'דיקע הסברות, וועלכע האָבן ניט קיין אָרט אין שכל הפשוט, און האָבן ניט קיין אָרט אין צדק ויושר,
מען נאַרט זיך, מען נאַרט די וועלט, מען נאַרט דעם גוי, מען נאַרט, להבדיל, אויך אידן
— איז אָבער דער אמת, ווי גערעדט פריער (בנוגע להחזרת השטחים), אַז זיי האָבן דאָס גערעדט ניט בשם כלל ישראל, ניט בשם קבוצה מישראל, און אפילו ניט בשם עצמם, וואָרום יצרם אנסם, כפסק דין הרמב"ם. און בשעת איינער איז אַן אנוס, איז ער דאָך ניט אחראי ניט פאַר זיין דיבור, ניט פאַר זיין מחשבה און אפילו ניט פאַר זיינע מעשים.
און דעריבער, בשעת אידן קלייבן זיך צוזאַמען, אפילו נאָר עשרה מישראל וואָס אכל בי עשרה שכינתא שריא, און זאָגן אַז אין תורה שטייט אַז ס'איז דאָ דער „המבדיל בין ישראל לעמים" און אַז אַ גר איז נאָר דער וואָס איז זיך מגייר כהלכה
— וואָס דאָס שטייט אין תורת אמת, און די אידן גיבן בלויז איבער דעם דבר הוי' זו הלכה [וואָס דאָס (שגר הוא רק מי שנתגייר כהלכה) איז אַ ענין וואָס אַלע אידן ווייסן דאָס, און אפילו אַלע גוים, להבדיל, ווייסן דאָס] —
איז מען דורך דעם מגלה דעם אמת הוי' בעולם, און מען ענטפערט אויף דעם אמן וואָס דאָס מיינט — אמת ואמנה (כנ"ל סעיף ט), און עס ווערט בטל אויך די אחיזה וקס"ד בנוגע צו שלימות העם,
און דאָס פועל'ט, אַז בשעת מען געפינט זיך נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות, ווען מען איז נאָך מפוזר ומפורד בין העמים, שרייען אויך גוים אַז ישנו עם אחד און קיינער קען זיך ניט איינקערן מיט זיי — וואָס דאָס קומט דורך דעם וואָס וואו ס'איז נאָר דאָ אַ איד וועלכער רעדט ניט דאָס וואָס „יצרו אנסו" — שרייט ער אַז אידן זיינען אַ גוי אחד בארץ,
און ווי דער אַלטער רבי טייטשט (תו"א לה, א. וראה גם אגה"ק ס"ט), אַז אידן זיינען אַ פאָלק וועלכע זיינען ממשיך און מגלה דעם „אחד" —410אחדות הוי', וואָס גייט צוזאַמען מיט תורה אחת — אויך „בארץ", אפילו אין ענינים ארציים וגשמיים,
און מען ענטפערט אויף דעם אמן, און דאָס ווערט נתגלה למטה מעשרה טפחים בדרכי נועם ובדרכי שלום,
און עס גייט צוזאַמען שלימות הארץ מיט שלימות העם און מיט שלימות התורה, אַז מען איז מודה בכל התורה כולה אפילו בדקדוק קל של דברי סופרים,
און פון הודאה בתורה ולימוד התורה קומט עס דערנאָך אויך אין קיום המצות, איז במילא פאַראַן דער „בחקותי תלכו" און אויך דער „ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם", ווערט במילא מקויים די הבטחה „ונתתי גשמיכם בעתם וגו' ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד", ביז צו „ואולך אתכם קוממיות" אַז אידן גייען אום בקומה זקופה (ניט, ר"ל, נאָכלויפן גוים)
וואָס דאָס ווערט מקויים נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות, און דערנאָך בשלימות בגלוי — בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו.
יב. מען האָט דאָך גערעדט (אין מאמר) וואָס עס שטייט אין מדרש (ויק"ר פ"ל, ז), אַז אין די ד' ימים שבין יו"כ לסוכות זיינען אידן טרוד במצות, זה עוסק בסוכתו וזה בלולבו
איז וויבאַלד אַז איצטער איז דער זמן וואָס מען דאַרף זיין טרוד בסוכה ובד' מינים, וואָס במילא דאַרף מען זיין טרוד אויך אין דעם לימוד פון די הלכות
איז יהי רצון, אַז דער מועט זמן (של ההתועדות) זאָל מחזיק זיין את המרובה, און אַז מען זאָל אַריינכאַפּן די שעות פון ערב סוכות, סיי בנוגע צו לימוד התורה וואָס דאָס איז דער ענין פון „זה עוסק בסוכתו", וואָרום תורה איז אַן ענין של בית וסוכה וואָס איז לצל מחורב ולמחסה מזרם וממטר (ישעי' ד, ו. וראה אוה"ת שם), און סיי בנוגע צו קיום המצות וואָס דאָס איז דער ענין פון זה בלולבו,
און בפרט ובמיוחד — דעם ענין וואָס דער מיטעלער רבי שרייבט אין סידור אַז בערב סוכות איז מען מפזר צדקה לעניים (כנ"ל סעיף ה),
און טאָן די אַלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, אין די שעות וועלכע זיינען געבליבן ביז סוכות זמן שמחתנו
און דער אויבערשטער זאָל מצליח זיין, אַז עס זאָל זיין ופרוש עלינו סוכת שלומיך — ונתתי שלום בארץ, ושכבתם ואין מחריד
וואָס דאָס וועט קומען דורך דעם וואָס יעדערער וועט טאָן אין דעם411בחקותי תלכו שתהיו עמלים בתורה און אין ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם, און ער וועט עס טאָן סיי בעצמו סיי משפיע זיין אויך אַרום זיך ביז אויך משפיע זיין אויף כלל ישראל, וואָס דאָס וועט בריינגען דעם ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולהז וכל הברכות שבפרשה,
און אַזוי ווי מען קומט דאָך פון שנת השביעית — זאָל זיין שנה הבאה אַ שנה מבורכת כפשוטה בכל הענינים, ובמיוחד אין דעם ענין פון הקהל את האנשים והנשים והטף, וואָס הקהל הויבט זיך דאָך אָן בסוכות, און אין אַן אופן — ווי ער איז מסיים אין פסוק דעם ביאור אויף הקהל, אַז דאָס איז „למען ישמעו ולמען ילמדו ויראו את ה"א ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת"
ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין לביאת מלך המשיח, וואָס דעמאָלט וועט ער לייענען די פרשיות המיוחדות שקוראים בהקהל, און ער וועט אויפטאָן אויך אין דער גאַנצער וועלט וכמ"ש (צפני' ג, ט) אַז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד, וואָרום עס וועט זיין „והיתה לה' המלוכה", ובקרוב ממש.
יג. די נקודה וסה"כ מהנ"ל איז — דער ענין פון ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה, וואָס דאָס איז תורה (משפט) און צדקה. וכמדובר לעיל, אַז דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת צו ערב סוכות, תורה — וואָרום מען דאַרף דאָך וויסן די הלכות פון סוכה און ד' מינים, און צדקה — כאמור לעיל אַז בערב סוכות מפזרין צדקה לעניים,
און דאָס זאָל זיין, כאמור לעיל מתוך שמחה וטוב לבב, ובהצלחה רבה,
און פון דעם חודש השביעי, וואָס ער איז משביע (מאַכט זאַט) את כל השנה — זאָל מען דאָס ממשיך זיין בכל השנה כולה,
און אויך די שמחה פון זמן שמחתינו — סוכות, ובמיוחד שמע"צ ושמח"ת — זאָל מען ממשיך זיין בכל השנה כולה, אַז עס זאָל זיין אַ שמחה גדולה ורבה בכל השנה כולה,
אַז עס זאָל זיין אַ שנת גאולה, שנת אורה ושנת תורה און אויך די אַלע אותיות שבינתיים, און דאָס זאָל זיין למטה מעשרה טפחים, וכפשוטו.
(משיחת י"ג תשרי — הילולא דכ"ק אדמו"ר מהר"ש — ליל ערב חגה"ס תשל"ד)412ב"ה, י"ג תשרי,
— הילולא של כ"ק אדמו"ר מהר"ש —
ה'תשל"ו. ברוקלין, נ. י.
הנהלת צעירי אגודת חב"ד
וכל המשתתפים
ב"ועידה העולמית העשרים"
ה' עליהם יחיו
בנועם נתקבלה הידיעה על דבר הכינוס־ועידה שנועד ליום שני, א' דחוהמ"ס, הבע"ל.
ועל פי תורת הבעש"ט הידועה, אשר כל דבר ומאורע אשר האדם רואה או שומע, הוא הוראת הנהגה בעבודת ה',
הרי, אע"פ שבכל שנה מקיימים כינוס זה בחוהמ"ס, לימוד הוראה מיוחד בשנה זו וסימן טוב — שהכינוס מתקיים בתקופה של משנה ברכה, היינו שפ' ברכה היא שבעת ימים ושבעת ימים (ובקריאתה — מתחיל בעלות המנחה בשבת שמיני בתשרי — ועד שבת שמיני עצרת).
ויהי רצון שתשרה הברכה וההצלחה בההתועדות ובכינוסם — טוב להם וטוב לעולם — עולם גם מלשון העלם והסתר,
413להמשיך טוב הכפול, טוב לשמים וטוב לבריות, גם בעוד העולם בהעלם והסתר שלו, להיותנו בימי הגלות, ובלשון הכתוב — לפעול ישועות בקרב הארץ.
על ידי עבודה הכפולה, עבודת אתכפיא ועבודת אתהפכא, ובכיוון הכפול, הן בעבודה עם עצמו הן — עם הזולת,
ורמז שני בזה — שזו היא „ועידת העשרים" — כפל מספר עשר — מספר השלם,
וגם חה"ס בכלל — יום חגינו — ה"ה גילוי הנצחון הבא ע"י העבודה בהימים שלפני זה, עבודת התשובה שהיא — כפלים לתושי',
וזמן שמחתנו כפולה: ישמח ה' במעשיו וישמח ישראל בעושיו.
ויה"ר שיהא כ"ז כפתגם — הוראה הידועה (שהיא גם נתינת כח) של בעל ההילולא: לכתחילה אַריבער,
ובפרט שהשנה תחלתה וראשה שבת — שכל מלאכתך עשוי',
ובקרוב ממש נזכה לקיום היעוד דשני פעמים כי טוב — שיבוא הקב"ה בירושלים של מטה ובירושלים של מעלה,
בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, שנתבשרה ע"י אותיות כפולות, כמש"נ: הנה איש צמח שמו ומתחתיו יצמח ובנה את היכל ה'
414וכההמשך ברמב"ם: יקבץ נדחי ישראל כו' אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד
בברכה להצלחה בכל האמור
ולבשורות טובות
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ד
- Id
- rh-hyen8gst