עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

186ואתחנן

שיחה לילדי מחנות קיץ יומיים שיחיו

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום ב' פ' ואתחנן, י"א מנחם־אב, ה'תשל"ח.

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרז"לא].

ב. ווען אידן (ערוואַקסענע אָדער קליינע) קלייבן זיך צוזאַמען — דאַרף מען דאָס, צום אַלעם ערשטן, פאַרבינדן מיט אַן ענין פון תורה און אידישקייט (אַזוי ווי אַלע אַנדערע זאַכןב), אַזוי אויך בנוגע צום היינטיקן צוזאַמענקלייבן זיך.

אַ צוזאַמענקלייבן זיך קומט פאַר אין אַ באַשטימטן טאָג (וואָס טיילט זיך אויסג פון די פריערדיקע און פון די שפּעטערדיקע טעג) — היינטיגער טאָג איז אויף מאָרגן פון דעם תענית פון תשעה באב.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס דאַרף דערמאָנען אויף דעם תענית פון תשעה באב (און די סיבה פאַרוואָס איז דאָ דער תענית); און אויך — אַז מ'האַלט שוין נאָך דעם תענית.

וואָס אין די ביידע ענינים איז דאָ אַן אָנווייזונג און אַן אָפּלערנונגד פאַר יעדער אידן, סיי אַן ערוואַקסענעם און סיי אַ קינד.

און וויבאַלד אַז „המעשה הוא העיקר"ה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז די אָנווייזונג דאַרף אַראָפּקומען ביז אין מעשה בפועל.

ג. דער תענית פון תשעה באב [אַ תענית וואָס מ'פאַסט און מ'עסט ניט אַ גאַנצן מעת־לעת*5 — אויך ביינאַכט] דערמאָנט אונז די סיבה פון תענית — דער חורבן פון ביהמ"ק,

וואָס די סיבה פון חורבן פון ביהמ"ק איז — „מפני חטאינו גלינו מארצנו"ו: עס האָט געפעלטז אין קיום המצוות, און נאָכמער — מ'האָט זיך געפירט אין אַ פאַרקערטן וועג („חטאינו"), האָט דאָס געבראַכט צו דעם חורבן פון בית מקדשנו, און צו דעם וואָס מ'איז געגאַנגען אין גלות.

187און דעריבער איז יעדער יאָר ווען ס'קומט דער טאָג פון תשעה באב [סיידן ווען די קביעות איז, ווי בשנה זו, אַז תשעה באב פאַלט אויס ביום השבת, וואָס דעמולט טאָר מען ניט פאַסטן — איז מען דאָס דוחהח אויף מאָרגן, לאחרי השבת], דערמאָנט מען זיך אויף דער סיבה וואָס האָט געבראַכט (צום חורבן און) צום תענית,

וואָס די כוונה בזה (אין דעם זכרון) איז — ווי געזאָגט פריער אַז „המעשה הוא העיקר" — אַז מ'זאָל אַלץ קלענער מאַכן די סיבה וואָס האָט געבראַכט צום חורבן און גלות, ביז אַז מ'וועט אינגאַנצן מבטל זיין זי און דעם ענין הגלות, און קומען צו דער גאולה.

דאָס איז די אָפּלערנונג פון דעם טאָג וואָס איז אויף מאָרגן פון דעם תענית —

אַזוי ווי מ'האָט שוין געפאַסט, און מ'האָט אָנגענומען גוטע החלטות (באַשלוסן), וואָס דורך דערויף וועט מען מער ניט קומען צו „חטאינו" — דאַרף מען זיך שוין גרייטן צו דער גאולה פון דעם גלות, בקרוב ממש, דורך משיח צדקנו.

ד. האמור לעיל האָט אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג מיט אידישע קינדער:

אין גמרא און מדרשים שטייען פילע סיבות צוליב וועלכע ס'איז געווען דער חורבן פון ביהמ"ק וירושלים, איז פאַרשטאַנדיק אַז יעדער סיבה פאַר זיך איז גענוג אויף צו ברענגען דעם חורבן.

איינע פון די סיבות וואָס מ'רעכנט אויס, האָט אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג מיט אידישע קינדער — ווי די גמראט זאָגט אַז די סיבה פון דעם חורבן איז, „בשביל שביטלו בה תינוקות של בית רבן", דערפאַר וואָס מ'האָט מבטל געווען אידישע קינדער פון לימוד התורה.

וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָכמער די העכסטע וויכטיקייט וואָס איז דאָ אין דעם לימוד התורה פון אידישע קינדער, און (וויבאַלד אַז „גדול תלמוד שמביא לידי מעשה"י —) אין זייער קיום המצוות — וויבאַלד אַז פון דעם היינגט אָפּ דער צושטאַנד פון די קינדער, פון זייערע עלטערן, פון זייער גאַנצער שטאָט, ביז — דער צושטאַנד פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק,

ביז אַז פון דעם היינגט אָפּ אַז ס'זאָל צוריק אויפגעבויט ווערן דער ביהמ"ק, און ס'זאָל קומען די גאולה השלימה.

וואָס אע"פ אַז דאָס היינגט אָפּ פון די עלטערן פון די קינדער — אַז די עלטערן זאָלן ברענגען די קינדער אין אַן אָרט וואו מ'וועט מיט זיי לערנען188תורה און אידישקייט, און ס'היינגט אָפּ פון די מלמדים מורים ומדריכים פון די קינדער —

איז דאָך אָבער דער עיקר (ניט דאָס וואָס היינגט אָפּ פון די עלטערן, און פון די מלמדים מורים ומדריכים, נאָר) דאָס וואָס היינגט אָפּ פון די קינדער אַליין, אַז דער קינד זאָל לערנען תורה, און לערנען מיט וואַרעמקייט, לעבעדיקייט און פריילעכקייטיא, וואָס דעמולט לערנט ער מיט מער הצלחה.

וואָס דורך דעם פאַרשנעלערט מען דעם סיום הגלות, אַז מ'זאָל אַרויסגיין פון דעם תענית (פון תשעה באב), און אַריינגיין אין די טעג שלאח"ז, וואָס זיי ווערן אָנגערופן די טעג פון „נחמתא", טרייסט־טעג —

וויבאַלד אַז יעדערער גרייט זיך צו און טוט אַלץ וואָס היינגט אָפּ פון אים אויף צו מקרב זיין די גאולה, דורך לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות.

ה. דאָס קומט אויך אין פאַרבינדונג דערמיט וואָס מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרןיב בנוגע למעשה בפועל (מסתמא געדיינקט מען דאָס, וואָס דערפאַר דאַרף מען דאָס ניט איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל, מערניט ווי דערמאָנען בקיצור):

אַז יעדערער פון די קינדער (סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעךיג) זאָל האָבן אַן אייגענעם סידור, וואָס אין צוגאָב צו די תפלות וואָס זיינען דאָ אין דעם סידור, זיינען דאָרטן אויך דאָ ענינים פון תורה; און אויך האָבן אַן אייגענע צדקה פּושקע.

וואָס דורך די צוויי זאַכן, לימוד התורה [וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיטן סידור, וויבאַלד אַז דאָרטן זיינען דאָ ענינים פון תורהיד], און קיום (המצוות, וואָס איינע פון די הויפּט מצוות איז) מצות הצדקהטו — שוואַכט מען אָפּ די סיבה וועלכע האָט געבראַכט צום תענית פון תשעה באבטז, און מ'גייט אַריין אין די טעג פון „נחמתא", די טרייסט־טעג, וועלכע קומען גלייך נאָך דערויף.

וכאמור — אין גאָר אַ גרויסער מאָס היינגט דאָס אָפּ פון יעדן אידישן קינד און פון אַלע אידישע קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך,

דורך דערויף וואָס זיי וועלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, מיט אַ לעבעדיקייט און מיט אַ פריילעכקייט,

189ביז אַז זיי וועלן אויך ווירקן אויף אַלע זייערע חברים און חבר'טעס אַז זיי זאָלן זיך אויך פירן אַזוי — לויט דעם אָנזאָג פון „ואהבת לרעך כמוך"יז.

וא"ו. ס'איז באַוואוסט די תורה פון דעם אַלטן רבי'ןיח אַז אויף יעדער ענין דאַרף מען זוכן אַן אָפּלערנונג און אַן אָנווייזונג פון דער סדרה פון דער וואָך.

די סדרה פון דער וואָך ווערט פאַנאַנדערגעטיילט אויף זיבן פרשיות — איז דאָ דער חלק פון דער סדרה וואָס איז פאַרבונדן מיטן היינטיקן טאָג, יום שני, וואָס פון עם האָט מען אַן אָפּלערנונג בנוגע צו דער וויכטיקייט פון דער אויפפירונג פון יעדן אידישן קינד און פון אַלע אידישע קינדער:

אין דער סדרה ווערט דערציילט, אַז ווען דער אויבערשטער האָט ערקלערט וואָס דער ענין פון „מתן תורה" וועט אויפטאָן — איז ער מסייםיט „ואת בניהם ילמדון", אַז אידן וועלן לערנען די תורה מיט זייערע קינדער, עד סוף כל הדורות.

ד. ה. אַז נאָך אַ סאַך יאָרן פאַר דעם חורבן, אַ סאַך יאָרן איידער אידן זיינען אַריינגעגאַנגען אין א"י צום ערשטן מאָל, נאָך איידער אידן זיינען געוואָרן אַ פאָלק (דורך מ"ת) — האָט דער אויבערשטער אונטערשטראָכן אַז „ואת בניהם ילמדון", אַז די עלטערן וועלן לערנען תורה מיט זייערע קינדער, וואָס דוקא דורך דערויף וועט זיך אויפטאָן דער ענין פון מ"ת בשלימות.

נאָכמער ווערט דאָס אונטערשטראָכן אין תושבע"פ — וואָס דאָרטןכ ווערט דערציילט אַז אידן האָבן געזאָגט צום אויבערשטן „בנינו עורבים אותנו", אַז די קינדער וועלן זיין די „ערבים" אַז אידן וועלן מקיים זיין די תורה — ד. ה. אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן תורה צום גאַנצן אידישן פאָלק, דערפאַר וואָס „ואת בניהם ילמדון", אַז זיי וועלן לערנען תורה מיט זייערע קינדער, אין אַן אופן אַז דאָס (תורה) וועט פאַר זיי זיין אַן אָנווייזונגכא — זיי וועלן זיך פירן לויט ווי ס'שטייט אין דער תורה.

ז. מ'האָט דערמאָנט פריער (ס"ד) אַז אין דעם טאָג אויף מאָרגן פון דעם תענית פון תשעה באב, גייט מען אַריין אין די טעג פון „נחמתא", די טרייט.

צווישן די טרייסט־טעג גופא, איז דאָ אין היינטיקער וואָך דער טאָג פון ט"ו באב, וואָס אויף עם ווערט דערציילט אַז, בזמן שביהמ"ק הי' קיים, איז190דאָס געווען איינער פון די גרעסטע ימים טובים, „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'"כב,

וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדןכג דערמיט וואָס אין דעם פופצענטר טאָג אין חודש איז „קיימא סיהרא באשלמותא"כד, עס לייכט דער פולער פּנים פון דער לבנה.

[די גאַנצע לבנה איז דאָ אַלע טעג פון דעם חודש, די גאַנצע לבנה לייכט אָבער ניט אַלע טעג פון דעם חודש, ביז אַז ס'זיינען דאָ טעג אין חודש וואָס דעמולט איז דער גרעסטער טייל פון לבנה טונקל, ווען ס'קומט אָבער דער פופצענטר טאָג פון דעם חודש, לייכט דעמולט די גאַנצע לבנה].

וואָס דערפון איז דאָ אַן אָפּלערנונג פאַר יעדער אידן, קליין און גרויס:

אידן זיינען „מונין ללבנה"כה, זיי ציילן די טעג לויטן לוח (קאַלענדער) פון דער לבנה — איז ווען ס'קומט דער טאָג וואָס „קיימא סיהרא באשלמותא", דערמאָנט דאָס אַ אידן אַז דער אויבערשטער האָט אים געגעבן אַ גוף מיט אַ נשמה, און ער דאַרף זען אַז זיי זאָלן שיינען און (אויך) מאַכן ליכטיק אַרום זיך,

און אין אַן אופן אַז ס'זאָל לייכטן ניט נאָר אַ טייל פון זיי, האַלב צי דרייפערטל אָדער מער, נאָר אַז ס'זאָל זיין „קיימא סיהרא באשלמותא":

אין אַלע זיינע זאַכן, סיי אין זיין טראַכטן, עאכו"כ אין זיין רעדן, און נאָכמער אין זיין טאָן — זאָל יעדער מחשבה דיבור ומעשה זיין אַ ליכטיקע און אַ שיינענדיקע, אַז דאָס וועט מאַכן ליכטיק אויך אַרום זיך, אין זיין הויז, אין זיין בית־ספר, אין זיין גאַנצער שטאָט, ביז אַז דאָס וועט ליכטיק מאַכן די גאַנצע וועלט.

ח. ווי געזאָגט פריער (ס"ו) אַז מ'דאַרף פאַרבינדן יעדער זאַך מיט דער סדרה פון דער וואָך — איז דער חלק הסדרה פון ט"ו באב, אויך פאַרבונדן במיוחד מיט אידישע קינדער:

אין דעם חלק הסדרה פון ט"ו באב שטייט [דער פסוקכו וואָס מ'האָט ערשט געזאָגט צווישן די י"ב פסוקים ומארז"ל] „ושננתם לבניך":

נאָך איידערכז אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן (אין דעם פסוק) אַז ס'זאָל זיין „ודברת בם", וואָס דאָס איז דער חיובכח אַז מ'דאַרף רעדן (לערנען)191דברי תורה — זיינען זיי אָנגעזאָגט געוואָרן עס זאָל זיין „ושננתם לבניך", לערנען תורה מיט די קינדער.

און ווי רש"יכט טייטשט אָפּ „לבניך — אלו התלמידים", וואָס דאָס גייט אויף יעדער קינד צו וועלכן ער קען צוקומען און לערנען מיט אים תורה.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז קינדער קענען אויך מקיים זיין דעם ציווי פון „ושננתם לבניך" — דורך דערויף וואָס איין קינד לערנט מיטן צווייטן קינד אַ זאַך וואָס ער ווייסט שוין און דער צווייטער ווייסט נאָך ניטל.

און דאָס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „ושננתם", ניט סתם לערנען, נאָר „שיהיו מחודדים בפיך"לא, אַז דער ענין וואָס ער לערנט זאָל ביי אים זיין קלאָר, און אַז דאָס זאָל ביי אים לייכטן אין אַ קלאָרן אופן אין זיין מחשבה דיבור ומעשה.

ט. און דערפאַר, ווען ס'קומט דער טאָג וואָס איז נאָך דעם תענית פון תשעה באב, דערמאָנט מען זיך אַז אָט אָט קומט אָן דער טאָג פון חמשה עשר באבלב, וואָס אין דעם חלק הסדרה פון ט"ו באב (היי יאָר) ווערט אונטערשטראָכן „ושננתם לבניך" —

און דאָס איז מעורר אַז מ'זאָל זיך דערצו צוגרייטן באופן המתאים — אַז אין די טעג שלפנ"ז (און אין די טעג שלאח"זלג) זאָל שוין (אויך) יעדער קינד מקיים זיין דעם ענין פון „ושננתם", בנוגע צו זיך אַלייןלד, אַז ער לערנט תורה, און אויך דעם ענין פון „ושננתם לבניך", אַז ער לערנט מיט זיין חבר (אָדער חבר'טע) אַן ענין פון תורה ומצוותי'.

וואָס דורך דערויף איז מען זוכה צו דער גאולה — וואָס דעמולט וועט מען פּראַווען דעם יו"ט פון חמשה עשר באב אויפן גרעסטן און פריילעכסטן אופןלה — ווי געבראַכט פריער (ס"ז) אַז „לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'" (אין צוגאָב דערצו וואָס מען זאָגט ניט (אויך איצטער) קיין תחנון בט"ו באבלו, און מ'דערמאָנט זיך אויף די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט ט"ו באב).

192יו"ד. וויבאַלד אַז מ'האָט די הבטחה אַז די גאולה העתידה וואָס וועט זיין בקרוב ממש, וועט זיין „כימי צאתך מארץ מצרים"לז, אין דעם זעלבן אופן ווי אידן זיינען אַרויסגעגאַנגען פון מצרים,

וואָס בנוגע צו יצי"מ זאָגט דוד המלך אַז דאָס איז געווען אין אַן אופן אַז „נחית כצאן עמך ביד משה ואהרן"לח, דער אויבערשטער האָט געפירט אידן ווי אַ פּאַסטעך וואָס פירט זיינע שעפעלעך:

אַזוי ווי אַ פּאַסטעך שטעלט צו זיינע שעפעלעך אַלץ וואָס זיי דאַרפן האָבן; ער קלייבט אויס פאַר זיי אַן אָרט וואו ס'איז דאָ גוטע פּאַשע, און פירט צו יעדערן צום אָרט וואָס איז פאַר אים צוגעפּאַסטלט — אַזוי האָט אויך דער אויבערשטער צוגעשטעלט אידן אַלץ וואָס זיי דאַרפן האָבן, דורך „(נחית כצאן עמך ביד) משה ואהרן":

משהמ איז געווען (בעיקר) — לערנען תורה מיט אידן; און אהרן איז געווען (בעיקר) דאָס וואָס ער האָט געבענטשט אידן (און עס איז מקויים געוואָרן) — ווי מ'זאָגט אין ברכת כהניםמא „יברכך ה' וישמרך, יאר ה' פניו אליך ויחונך, ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום" — ממשיך זיין, אַראָפּבריינגען ביי אידן שלוםמב און אַלע ברכות,

ביז צו דער הויפּט ברכה — אַז ער האָט אָנגעצונדן דעם „נר ה' נשמת אדם"מג וואָס איז דאָ אין יעדער אידן, וואָס דאָס איז דער תוכן המצוה פון „בהעלותך את הנרות"מד [וואָס בשעת דער ביהמ"ק וועט אויפגעבויט ווערן, וועט מען אויפלעבן פון דאָס־ניי די מצוה פון „בהעלותך את הנרות" כפשוטה, אַז די כהנים וועלן אָנצינדן די מנורה אין ביהמ"ק השלישי].

וויבאַלד אַז די גאולה העתידה וועט זיין „כימי צאתך מארץ מצרים" (וואָס דעמולט איז געווען „נחית כצאן עמך ביד משה ואהרן") — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דערויף וואָס יעדער קינד און אַלע קינדער („כצאן עמך") וועלן ליכטיק מאַכן זייער נשמה, דעם „נר ה' נשמת אדם" (ענינו של אהרן), דורך דערויף וואָס זיי וועלן לערנען דעם אויבערשטנ'ס תורה און מקיים זיין אירע מצוות (ענינו של משה), אויף וועלכע ס'שטייטמה „כי נר מצוה ותורה אור",

כולל ובפרט דורך דערויף וואָס אידישע מיידעלעך וועלן אָנצינדן ליכט193יעדן ערב שבת און יו"ט, וואָס דורך דערויף פירן זיי אַריין (אין הויז) די הייליקייט פון שבת און יו"ט —

האָט מען די הבטחה אַז דער אויבערשטער וועט ליכטיק מאַכן דעם מזל פון יעדער קינד און פון אַלע קינדער, פון יעדער ערוואַקסענעם און פון אַלע ערוואַקסענע, פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק,

ביז אין אַן אופן פון „קיימא סיהרא באשלמותא", אַז דער גאַנצער אידישער פאָלק וועט זיין ליכטיק, און ער וועט לייכטן אַרום זיך, ביז אַז דאָס וועט ליכטיק מאַכן די גאַנצע וועלט אַז ס'וועט זיין „והלכו גוים לאורך"מו.

און דאָס וועט ברענגען צום קיום היעודמז „אני מראה לכם נרות של ציון", אַז בקרוב ממש וועט מען זען ווי משה*47 ואהרןמח פירן אידן צום ביהמ"ק, און דאָרטן וועט מען אָנצינדן די מנורה, און מ'וועט לערנען תורהמט.

און דאָס היינגט אָפּ (כאמור) אין דער צוגרייטונג פון „כצאן עמך", די אידישע שאָף, וואָס בעיקר גייט דאָס אויף אידישע קינדערלעך — אַז זיי זאָלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און ליכטיק מאַכן די גאַנצע וועלט (וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „משה ואהרן", כנ"ל).

ובקרוב ממש וועט מען זוכה זיין קומען אין „ביתך ובשעריך"נ (ווי מ'זאָגט אין היינטיקער סדרה נאָך „ושננתם לבניך") — אין די הייזער און אין די טויערן פון ירושלים עיה"ק און פון גאַנץ א"י, אַז יעדער איד וועט דאָרטן האָבן זיין הויז,

בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.

יא. אַזוי ווי מ'גייט דאָך אַריין אין די טעג פון „נחמתא", פריילעכע טעג — איז פּאַסענד אַז מ'זאָל פאַרענדיקן דעם צוזאַמענקומען זיך מיט אַ ניגון של שמחה (ווי גערעדט אויך פאַראַיאָרן).

194און אַזוי ווי מ'דאַרף צום אַלעם ערשטן מבטל זיין די אַלע עצות וואָס קומען פון דעם יצה"ר, אָדער פון ניט קיין גוטע מענטשן וואָס ווילן שטערן אַ אידישן קינד פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות —

וועט יעדערער פון אייך, און איר אַלע צוזאַמען, און אַלע אידישע קינדער, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק — באַשליסן אַז „עוצו עצה ותופר", אַז די אַלע ניט גוטע עצות וועלן צושטערט ווערן און בטל ווערן, וויבאַלד אַז „כי עמנו א־ל", דער אויבערשטער געפינט זיך, איז צוזאַמען מיט אונז,

אַז מ'וועט באַשליסן ניט פאָלגן דעם יצה"ר, וועט מען זיכער מצליח זיין אין דערויף, און מ'וועט זיך פירן לויט ווי דער אויבערשטער וויל.

און דערפאַר — וועט דער ערשטער ניגון זיין (אויפן פסוקנא) „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א* ־

[ניגנו את הניגון עוצו עצה ותופר].

יב. וויבאַלד אַז אידן האָבן באַשלאָסן ניט צוהערן זיך און צושטערן די רייד פון דעם יצה"ר — איז אַ זיכערע זאַך אַז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין ובשמחה זיין הבטחה „הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם".

— וועט מען מסיים זיין מיטן ניגון (אויפן פסוקנב) „הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם".

[ניגנו את הניגון הושיעה את עמך].

יג. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לומר (עוה"פ) את הפסוקנג „תורה צוה בו'"

אח"כ נתן להמדריכים שיחיו מטבעות של עשר סענט לחלק להילדים והילדות שיחיו, שתי מטבעות לכ"א: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם.

195שיחה להתלמידות דמחנה קיץ „אמונה" שתחיינה

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום ד' פ' ראה, ז"ך מנחם־אב ה'תשל"ח.

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרז"לא].

ב. אין צוגאָב דערצו וואָס עס האָט זיך גערעדט מיט עטלעכע טעג צוריקב, צו קינדער וואָס האָבן פאַרבראַכט זומער אין קייטנות (ס'איז שוין אויך אָפּגעדרוקט, און מסתמא ווייסט מען דעם אינהאַלט דערפון),

— וואָס, זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז דאָס מיינט מען אויך יעדערע פון אייך, און אויך די וואָס פאַרענדיקן די מחנות (קעמפּ) אין עטלעכע טעג אַרום —

וועט מען איצטער זאָגן אַ פאַר ווערטער (אין צוגאָב צו דעם וואָס האָט זיך גערעדט דעמולט) — ספּעציעל פאַר אידישע טעכטער, אידישע מיידעלעך.

ג. ס'איז באַוואוסט דער וואָרט פון דעם בעש"טג (וואָס איז איבערגעזאָגט געוואָרן מערערע מאָל דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו) — אַז יעדע זאַך וואָס אַ איד (גרויס אָדער קליין) זעט אָדער הערט, דאַרף ער זיך אַריינטראַכטן אין דעם, און אָפּלערנען דערפון אַן אָנווייזונג וואָס איז נוגע אים, ווי אַזוי ער זאָל לעבן זיין טאָ־טעגליכן לעבן — אַן אָנווייזונג בנוגע צו דער זאַך אין וועלכער עס באַשטייט דער עיקר פון זיין לעבן — דינען דעם אויבערשטןד.

וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין האמונה — דאָס וואָס יעדער איד (גרויס און קליין) גלויבט אין דעם אויבערשטןה:

וויבאַלד אַז יעדער איד גלויבט אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט, און פירט מיט איר אָן יעדע רגעו, אויך איצטער — איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדע זאַך וואָס טרעפט און פּאַסירט יעדע רגע, קומט פון דעם אויבערשטן, איז דאָך זיכער אַז דאָס האָט אַן אינהאַלט און אַ מיינונג פאַר אים ספּעציעל, וויבאַלד אַז ער האָט דאָס געהערט אָדער געזען.

196און ס'איז זיכער אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין צוליב וועלכן ער איז באַשאַפן געוואָרן — וואָס יעדער איד איז באַשאַפן געוואָרן אַלס „מעשה ידי להתפאר"ז, ער איז דעם אויבערשטן'ס אַ באַשעפעניש („מעשה ידי"), מיט וועלכן דער אויבערשטער באַרימט זיך („להתפאר") — דורך דערויף וואָס זיין לעבן באַשטייט אין דינען דעם אויבערשטן.

ד. מען זעט אַז ווען אַ קינד איז נאָך קליין, גרייט מען אים צו און מ'ערציט אים ער זאָל וויסן ווי צו פירן זיך ווען ער וועט אויסוואַקסן.

דאָס איז דער אינהאַלט פון „מבצע חינוך": ערציען קינדער אין אַזאַ וועג, אַז ווען זיי וועלן אויסוואַקסן, זאָלן זיי וויסן ווי מ'דאַרף זיך אויפפירן, און אויפפירן זיך בפועל ווי ס'דאַרף צו זיין.

וואָס די ערציאונג פון קינדער הויבט זיך אָן נאָך איידער זיי הויבן אָן גיין אין בית־ספר (אין סקול),

ווי די גמראח זאָגט (און דער אַלטער רבי בריינגט דאָס אַראָפּ אין זיין שו"עט) אַז אַ „תינוק" כש"מתחיל לדבר" איז „אביו מלמדו תורה כו'"י, גלייך ווען דער קינד הויבט אָן רעדן (וואָס דאָס איז נאָך איידער ער הויבט אָן גיין אין בית־ספר), דאַרף מען אים צוגעוואוינען ער זאָל רעדן ענינים פון תורה און אידישקייט.

אַזוי זעט מען אויך בנוגע צו אידישע מיידעלעך.

ה. וואָס לערנט מען זיך אָפּ פון שפּילן זיך פון אידישע מיידעלעך:

ווען זיי זיינען נאָך גאָר קליין, איז איינע פון זייערע הויפּט שפּילצייג „טאָי'ס" — דאָס וואָס זיי האָבן „דאַל'ס", זיי האָבן אַ צאַצקע וואָס זעט אויס ווי אַ קינד, און דערמיט שפּילן זיי זיך.

די לערנונג אין דעם איז:

מ'דערמאָנט דער מיידעלע און מ'גרייט איר צו, אַז ווען זי וועט אויסוואַקסן און דער אויבערשטער וועט איר בענטשן אַז זי וועט אָנפירן מיט איר אייגענער הויז — זאָל זי אָנפירן די הויז ווי מ'דאַרף, לויט ווי דער אויבערשטער וויל, און ספּעציעל בנוגע צו די קינדער מיט וועלכע דער אויבערשטער וועט איר בענטשן — זי זאָל זיי ערציען אין דעם וועג וואָס דער אויבערשטער וויל.

ווען זי איז נאָך צו קליין צו ערפילן און מקיים זיין דאָס — גרייט מען איר צו דערצו, דורך האָבן צו טאָן מיט אַ פּלאַסטיק אָדער אַ האָלץ וואָס איז געמאַכט געוואָרן אין אַ צורה פון אַ קליין קינד,

197און דערנאָך ווען זי וואַקסט אויס אַ ביסל, הויבט זי אָן העלפן איר מוטער אין דער אָנפירונג פון דער הויז, דורך דעם וואָס זי העלפט איר מאַכן חלה אויף שבת, זי העלפט איר צוגרייטן די הויז אויף שבת, און זי העלפט איר אין דער אָנפירונג פון דער הויז בכלל.

ו. מען זעט אַז דאָס איז איינגעפירט געוואָרן ביי מערערע פעלקער — אָנהויבנדיק פון דעם אידישן פאָלק, וואָס ער האָט באַוויזן דעם וועג פון „מבצע חינוך", אַז מ'זאָל ערציען קינדער פון קיין־ווייז־אן צו אַ גוטער אויפפירונג ווען זיי וועלן אויסוואַקסן.

און בנוגע צו אידישע טעכטער — אַז ווען זיי זיינען נאָך גאָר קליין, ערציט מען זיי ווי צו אויפפירן זיך מיט קינדער, און ווי צו אָנפירן מיט דער הויז,

וואָס דערמיט גרייט מען איר צו צו אויספירן איר ערנסטע און וויכטיקסטע אויפגאַבע ווען זי וועט אויסוואַקסן — דעם „מבצע חינוך" ביי זיך אין הויז,

וואָס דאָס הויבט זיך אָן דורך דעם וואָס זי ערציט זיך אַליין אין דעם פּאַסענדן וועג.

ז. אין צוזאַמענהאַנג מיט ערציען קינדער און אָנפירן מיט אַ הויז — וואָס דאָס הויבט זי אַן ערשט נאָך דער חתונה,

— איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד מ'הויבט אָן די ערציאונג דערצו נאָך פון קיוויז־אָן, קען דאָס גיין לאַנגזאַם, וויבאַלד אַז מ'האָט אַ סאַך צייט ביז צו דער חתונה —

עס זיינען אָבער דאָ זאַכן וואָס הויבן זיך אָן פאַר דער חתונה — איז די צוגרייטונג דערצו הויבט זיך אָן פריער, און גייט שנעלער.

דאָס איז אויך, וואָס מ'האָט שוין גערעדט מערערע מאָליא (און איצטער וויל מען דאָס אונטערשטרייכן נאָכאַמאָל) וועגן דעם ענין פון „נרות שבת קודש ויו"ט":

יעדע אידישע טאָכטער ווען זי ווערט אַ בת־מצוה, האָט זי די מצוה פון אָנצינדן ליכט יעדן ערב שבת און יו"ט (פאַרנאַכט).

און איר ערציאונג דערצו (איידער זי ווערט אַ בת־מצוה) איז די מצוה פון חינוך — אַז גלייך ווען זי איז שייך צו פאַרשטייןיב די וויכטיקייט און198דעם אינהאַלט פון דער ליכטיקער מצוה, זאָל זי אָנהויבן אָנצינדן ליכט יעדן ערב שבת און יו"ט.

וויבאַלד אַז מ'האָט שוין גערעדט וועגן דעם מערערע מאָל — איז זיכער אַז יעדערע פון אייך ערפילט דאָס און צינדט אָן ליכט יעדן ערב שבת און יו"ט, און דערביי איז זי אויך מקיים (עכ"פ פון צייט צו צייט, און בלי נדר) דעם גוטן מנהגיג פון געבן צדקה (אַ סענט, אָדער אַ פאַר סענטיד) פאַרן אָנצינדן די ליכט.

ח. דאָס אונטערשטרייכט אויך נאָכמער די וויכטיקייט פון דער אויפפירונג פון יעדע אידישע מיידעלע — אַז איר האָט מען איבערגעגעבן אַ שליחות זי זאָל אַריינבריינגען די ליכטיקייט פון שבת און יו"ט אין דער גאַנצער הויז, צוזאַמען מיט איר מוטער און די עלטערע שוועסטער.

גלייך ווען זי קומט צום גיל פון חינוך (צו די יאָרן ווען מ'ערציט איר צו מקיים זיין מצוות) — מאַכט זי אַ ברכה, זי בענטשט דעם אויבערשטן (בכלל, און במיוחד) פאַר דעם וואָס ער האָט איר געגעבן די שליחותטו צו מקיים זיין די מצוה,

וואָס די מצוה באַשטייט אין אַריינבריינגען הייליקע ליכטיקייט אין דער גאַנצער הויז, צוזאַמען מיט איר מוטער און אירע עלטערע שוועסטער —

און דאָס גרייט איר צו אַז ווען זי וועט אויסוואַקסן און וועט חתונה האָבן — זאָל זי אויך ליכטיק מאַכן איר הויז אַלס „עקרת הבית" (די בעה"ב'סטע פון דער הויז),

און ווען זי וועט געבענטשט ווערן מיט קינדער, און צווישן זיי אויך טעכטער — זאָל זי זיי ערציען אַז זיי זאָלן אויך ליכטיק מאַכן די הויז מיט אידישקייט, ביז אַז די הויז וועט ווערן ליכטיק אויך אין גשמיות כפשוטה,

און דורך דערויף — ליכטיק מאַכן די גאַנצע וועלט.

ט. אַזוי ווי דער שכר וואָס דער אויבערשטער גיט פאַר אַ מצוה איז „מדה כנגד מדה"טז (אין דער זעלבער זאַך פון דער מצוה) — איז דער שכר אויף דער מצוה פון נרות שבת קודשיז, אויך פאַרבונדן מיט ליכטיקייט:

לויט ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס עס שטייט אין זוהריח, איז דורך דער מצוה פון נרות שבת קודש, ווערט ליכטיקער איר מזל, ס'ווערט ליכטיקער דער מזל פון דער גאַנצער הויז, בנוגע צו אַ קליינע מיידעלע — ווערט ליכטיק דער מזל פון אירע עלטערן, און פון אירע לערער'ס און199לערערין'ס וואָס האָבן איר ערצויגן און צוגעגרייט אַז זי זאָל מקיים זיין (מצוות בכלל, און במיוחד) די מצוה פון נרות שבת ויו"ט,

און דורך דערויף ווערט ליכטיקער דער מזל פון אַלע אידן אַרום, און אויך דער מזל פון דער גאַנצער וועלט.

יו"ד. און דעמולט איז מען זוכה אַז ס'ווערט מקויים אינגיכן דעם אויבערשטן'ס צוזאָגיט „אם שמרתם נרות שבת אני מראה לכם נרות של ציון":

דורך דערויף וואָס איר וועט אָפּהיטן די מצוה פון נרות שבת קודש (יעדערע פון אייך, און דורך אייך און אייער השפעה — אויך אייערע חברה'טעס, און די מיט וועמען איר טרעפט זיך), מקיים זיין די מצוה פון אָנצינדן ליכט, וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אידישקייטכ —

וועט מען אינגיכן זוכה זיין זען „נרות של ציון" — מ'וועט זען ווי אַזוי די כהנים צינדן די נרות פון דער מנורה הקדושה אין בית המקדש השלישי — וויבאַלד אַז גאָר אינגיכן וועט קומען די גאולה ע"י משיח צדקנו.

די פּאַסענדע אויפפירונג פון יעדערע פון אייך, און אַלע אידישע טעכטער מיט אייך צוזאַמען, אין די לעצטע טעג פון גלות, און במיוחד דורך דעם קיום פון דער מצוה פון ליכטיק מאַכן די הויז מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט בכלל, און די ליכטיקייט פון נרות שבת פרייטאָג פאַרנאַכט, און נרות יו"ט בערב יו"ט, אָנהויבנדיק פון דעם יו"ט וואָס קומט אינגיכן — ראש השנה,

וועט נאָכמער פאַרשנעלערן די גאולהכא, און יעדערע פון אייך, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, וועט אינגיכן מקבל זיין פני משיח צדקנו,

און האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקהכב, בגשמיות וברוחניות.

יא. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לומר (עוה"פ) את הפסוקכג „תורה צוה גר"

אח"כ נתן ובקש — שהמדריכות תחיינה תתנה לכאו"א מהילדות שתחיינה: השיחה לילדי מחנות קיץ יומיים די"א מנ"א (תרגום באנגלית), וכן שתי מטבעות של עשר סענט: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהן.

200. . . מצטער אני אשר כפי הידיעות שקבלתי, הנה מראה פניו, איז ניט באַזונדער ערפרייענד. וכנראה אשר עוד הפעם אחז בדרכו דרך ענויים וסיגופים, ואי השגחה על בריאות הגוף, אף שידוע לו פסק הרמב"ם הלכות דיעות ריש פרק ד', אשר היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא, וידוע ג"כ הפס"ד המובא בשו"ע רבינו הזקן הלכות נזקי גוף ונפש סעיף ד' וז"ל: אין לאדם רשות על גופו כלל להכותו ולא לביישו ולא לצערו בשום צער אפי' בעניני איזה מאכל או משתה, אא"כ עושה בדרך תשובה שאז זה טובה הוא לו. וכיון שכבר כתב רבינו הזקן באגה"ת, שבדורותינו אלה דרך התשובה הוא באופן אחר ולא ע"י תעניות, הרי במילא נשאר כהאמור, כנ"ל בלשון רבינו בשולחנו הטהור. און וויפיל איז דער שיעור פון ניט פאָלגען און וועלן טאָן דוקא ווי באַ זיך קומט אויס, ובטח ראה גם מכתב הבעש"ט לתלמידו בעל התולדות הנדפס בהתמים וכו' וכו'. ואחכה לבשו"ט בזה,

(ממכתב ג' תמוז תשי"ב)

. . . שקו"ט במ"ש אדמו"ר הזקן בהל' שמירת גוף ונפש סו"ס זיין וז"ל: לא ישתה משקה מזוגין שעבר עליהם הלילה אחר שנמזגו במים והוא שלנו בכלי מתכות או כלי נתר (ואצ"ל מים עצמן שעבר עליהם הלילה בכלי המתכות) לתרץ: א) מה שבעיה"ק הוא מהנמנעות להזהר בזה, כי המים שבחצרות נשמרים מכלי מתכות.) מה שהקשו ע"ז מכמה מקומות בש"ס.

והנה מכ"ק מו"ח אדמו"ר (שליט"א) לא שמעתי בזה.

ובהצעת כת"ר הנני לענות חלקי עד"ז.

א) רצה ליישב מנהג עיה"ק ע"י פי' חדש בדברי אדה"ז, שאין כוונתו לאסור שתית מים שעבר עליהם הלילה בכלי מתכות, אלא שבא בהמשך לדין הקודם ע"ד משקין מזוגין. ומוסיף רבינו שאם המים לנו בכלי מתכות ואח"כ נמזגו בהם משקין ואח"כ עבר עליהם הלילה כ"ש שאסורין.

ומה שצ"ע לפענ"ד בפי' זה: א) העיקר חסר בדברי רבנו. ובפרט שבסעיף זה מפרט דבריו, שלכן הוסיף כמה תיבות על לשון הש"ס. ב) הול"ל: ואצ"ל אם המים בפני עצמן עבר כו', כי מלשונו משמע שהוא דין במים עצמן. ג) מנ"ל לרבנו דין מחודש כזה; כי בש"ס לא הוזכרו מים כלל. ועל כרחך צ"ל משום דס"ל דמים עלולים לרוח רעה יותר משאר משקין, וראי' מדינים שהובאו שם סעיף ד' שהם רק במים, ולכן ג"כ דוקא משקין מזוגין אסורין מפני המים שבתוכם, וא"כ הרי „אצ"ל" זה צריך להיות אעיקר הדין, היינו שאין לשתות מים שלנו בכלי מתכות. והנה בס' שו"ת בני ציון ס"י סקי"א (למהר"ד שפירא בירות"ו) רוצה לפרש דברי אדה"ז, אשר201„משקין מזוגין" היינו משקין (וגם מים בכלל) שנמזגו לשתי' דוקא, ואינו מדבר בעירוב במים כלל, עיי"ש*.

ומלבד שיש להעיר על פי' זה מצד עצמו, הנה אדה"ז בירר דעתו וכמ"ש: אחר שנמזגו במים כו' ואצ"ל מים כו', דמוכח שמפרש מזוגין — עירוב מים, ואשר איסור מים עצמן לא נלמד אלא ב"אצ"ל", ולא שהוא מפורש בש"ס.

— וי"ל שלכן ג"כ הדין דאצ"ל מים עצמן מוקף בחצע"ג, שההקפה זהו הוראה שספק יש בדין זה, וכמ"ש בשארית יודא לאו"ח סשס"ג, הובא בשער הכולל בתחלתו — והספק הוא אם למדין ק"ו בענינים כאלו —

וכשאני לעצמי רציתי ליישב מנהג ירות"ו, כי אין איסור המשקין אלא בלנו בכלי, היינו בכלי תלוש, כסתם כלי שבכ"מ, משא"כ אם הכלי מחובר בבנין או בקרקע, שלכמה ענינים בטל מתורת כלי. ובעניני רוח רעה הרי — הבו דלא לוסיף עלה, ואין לנו אלא מה שכתוב בפירוש.

ובאמת איני יודע אם זקוקים לכל ישובים אלו, ומחוורתא אשר כיון דדשו בה רבים שומר פתאים ד' (וכמארז"ל שבת קכט, ב, ובמקומות שנסמנו בשו"ת צ"צ חאה"ע סוסי"א). ולא עוד אלא שבמקום סכנה טבעית וכמו בשבת יבמות (עב, א) ע"ז (ל, ב) וכיו"ב ע"כ צ"ל שומר פתאים דבעי שמירה עכ"פ, כי אין לומר שהסכנה בטילה. אבל בנדו"ד כיון שהוא ענין סגוליי, הרי י"ל שע"י דדשו בה רבים בטל הענין לגמרי. וא"כ הוא, הרי פשיטא שגם ת"ח יוכל לסמוך ע"ז, אף את"ל (ראה הדעות בשו"ת צ"צ שם) שבמקום שנאמר שומר פתאים אינו סומך.

— רמז לדבר שאפשר לבטל ענין כגון זה, ולא רק להשמר שלא יזיק, י"ל מירושלמי סוף פאה שמביא ע"ז קרא דאל תסיג גבול, והשגת גבול היינו שמגרשים כלה. עוד ראי', מפסחים (קיא, ב) ונפסק בשו"ע אדה"ז שם ס"ט דפת תלוי' קשה לעניות אבל לא בשר ודגים הואיל ודרכם בכך. אבל ראי' זו יש לדחות דשם אין הסיבה התלי' באויר, אלא מה שמבזה את הפת עי"ז, דתלי' חשיבא בזיון וכמו בברכות (כד, א), וכיון דבשר ודגים דרכם בכך הרי אין כאן בזיון, וא"כ אינו שייך לעניננו — ואף דארז"ל (ע"ז ל, א) פירוקא לסכנתא — אני הרי לא באתי בכהנ"ל אלא ליישב את המנהג הנהוג כבר.

{

ב) מה שהקשה בשם ס' עובר אורח (ולא ראיתי ס' זה עצמו) על רבנו הזקן מחולין (נה, ב) ממשיכלי שיחומי — יפה תירץ כת"ר דמי יימר דאין שופך המים אח"כ, ובפרט שנכבשה בהם הריאה מעל"ע.

אבל מה שרצה לתרץ שנית, דכיון שיש במים איזה דבר הרי אין רו"ר שורה עליהם — לא שמיעא לי, דא"כ הול"ל זה בפירוש, וכמ"ש בכגון דא

*) ראה לקו"ש ח"י ע' 186. המו"ל.202בב"מ (כט, ב) והובא בשו"ע רבנו שם סוס"ד. וגם שם אין מתיר אלא דבר שדרכו ליתנו במשקין אלו.

עוד הקשה משו"ע או"ח סתנ"ה שמתיר, בדיעבד, ליקח מים שלנו בכלי נחושת.

והנה י"ל דלא מצינו בשום מקום דמתיר אף אם לנו כל הלילה בכלי נחושת זה, אלא שלכתחילה אסור לשאוב (ליקח) בכלי נחושת ובדיעבד התירו זה, אבל בדין הלינה לא קאמיירי. ומ"ש בשו"ע אדה"ז (שם סוסי"ט) דמותר אפילו נשתהו המים בתוכו ימים רבים — י"ל דהיינו בלא לילות, ולא ביאר זה בפירוש כיון דאינו שייך לדין מים שלנו אלא להל' שמירת הגוף, וכמו שלא ביאר בהל' פסח שלכתחילה לא ילונו בכל כלי מתכות — ודוחק קצת.

ואולי אפ"ל דל' הש"ס הוא השותה משקין מזוגין וכו', וכיון שהוא ענין סגולי, ולא טבעי במשקין מגולין, אין לנו בו אלא חידושו שאסור לשתותם, אבל כשמערבם בעיסה ולא יבואו לכלל שתי' לית לן בה.

ואין מדמין בזה מילתא למילתא, וכמו שלא מצינו איסור שלא ישתמש בהם שום תשמיש, ע"ד שאמרו במים של נט"י שחרית (שו"ע או"ח ס"ד).

וע"י חילוק זה שלא אסרו במשקין מזוגין אלא השתי', מתורץ ג"כ מה שהקשה מסוכה (מח, ב) דהיו מלינין המים של הניסוך בחבית של זהב, אף דבירושלמי שם (משא"כ הבבלי לפרש"י ותוס') אמר דבעינן ממשקה ישראל.

ובתירוץ הרש"מ מברעזאן דאין ר"ר שורה בביהמ"ק יעויין בשו"ת בני ציון הנ"ל דשקו"ט בזה.

(ממכתב יום ד, כ"ז סיון תש"ו)

במענה על מכתבו משילהי אדר והקודם לו. ת"ח על בשורתו הטובה מהטבת מצב בריאותו. ויהי רצון שילך הלוך וטוב, וכפסק תורתנו הק' מעלין בקדש, ובודאי נוסף על ההוספה בלימוד תורת החסידות מוסיף ג"כ בפעולות במסגרת צעירי אגודת חב"ד, שעי"ז מוסיפים ג"כ בברכת השי"ת והצלחתו בהמצטרך.

במ"ש אודות אופן קביעות מזוזה בגזוזטרא* , הרי בכלל בהנוגע לקביעות מזוזה, ישנה הוראה בשם רבותינו הנשיאים שהולכים בתר היכר ציר, וכדעת ראשונים בזה. ומוסיפין בזה ששאלום, ומה יעשו אם כל הדלתות שבחדר היכר ציר שלהם לחדר אחר, וא"כ באיזה אופן יכנס לחדר, וענו ע"ז, יכנס דרך החלון. אבל הנ"ל הוא מלבד הדלתות היוצאות לחצר או לרה"ר. וכדאי שיוודע פרטים מזקני אנ"ש אשר בסביבתו, ושבטח גם להם ידוע עד"ז.

(ממכתב יח ניסן תשט"ז)

*) ראה גם לקו"ש ח"ט ע' 259. המו"ל.203ב"ה, ראש חדש אלול, ה'תשל"ו

צו נשי ובנות ישראל

בכל מקום שהן

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין צוזאַמענהאַנג מיט די לעצטע געשעענישן — די געפאַנגענשאַפט און די באַפרייאונג פון די געפאַנגענע אין אוגאַנדאַ, און אויך די געשעעניש מיט דעם פאַרזוך פון נקמה (הי' לא תהי') אין קושטאַ (אינסטמבול) — בהמשך צו דעם,

דאַרף מען פאַרשטיין, אַז די דאַָזיגע געשעענישן זיינען אַ דערמאָנונג, אַז אידן דאַרפן וואָס פריער פאַרשטאַרקן די ענינים פון זיכערקייט און שוץ — און צום אַלעם ערשטן די זיכערקייט אין רוחניות'דיגען לעבן, וואָס ברענגט אויך די ג־טלעכע ברכה צו וויסן וואָס מ'דאַרף טאָן בדרך הטבע און — גרויס הצלחה אין דעם טאָן, אין איינקלאַנג מיט דער טלעכער הבטחה: וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה (דער אויבערשטער וועט דיר בענטשן אין אַלץ וואָס דו וועסט טאָן), כדי צו זיין געשיצט און געזיכערט קעגען שונאים און זיין אויסגעהיט פון יעדע ניט־געוואונשענע פּאַסירונג, ח"ו

דאָס דערמאָנט אַלע אידן און יעדן אידן, און ספּעציעל נשי ובנות ישראל — נעמענדיק אין אַכט, אַז יעדע חתונה־געהאַטע אידישע פרוי ווערט אָנגערופן עקרת הבית, און די נאך־ניט חתונה־געהאַטע דאַרפן דאָך צוגרייטן זיך, פון דעם גאָר פריסטער יוגנט אָן, צו פאַרנעמען זייער אָרט אַלס עקרתהבית — דאָס פאָלגענדע:

אין דער איצטיגער צייט בפרט, דאַרף יעדע אידישע הויז האָבן אַ שמירה. די אמת'ע שמירה איז, ווי עס שטייט אין פסוק ה' ישמר עיר, אַז דער אויבערשטער היט די שטאָט. און צו פאַרזיכערן אַז דער אויבערשטער היט די הויז, דאַרף די הויז ווערן געפירט אין אַלע הינזיכטן לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן.

דאַן איז די הויז אויך אַ דירה פאַר דער טלעכער שכינה, ווי דער אויבערשטער האָט אונז צוגעזאָגט אין דער תורה: ושכנתי בתוכם — איך וועל רוען צווישן זיי.

דערצו האָט דער אויבערשטער צוגעגעבן אַ ספּעציעלע סגולה צו פאַרהיטן די הויז, און דאָס איז די מצוה פון מזוזה, וואָס אונזערע חכמים ז"ל זאָגן אויף דעם שהבית נשמר בה — די הויז ווערט געהיט דורך איר.

און נאָכמער: די שמירה נעמט אַרום די בני־בית אויך ווען זיי זיינען אין204דרויסן, ווי עס שטייט אין פסוק: ה' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם — דער אויבערשטער וועט היטן דיין אַרויסגיין און דיין קומען פון איצט אָן אויף אַלעמאָל; און ווי עס ווערט דערקלערט אין ספרים, אַז ג־ט'ס נאָמען אויף דער מזוזה איז אַ ראשי־תיבות: שומר דלתות ישראל.

מ'דאַרף אויך געדיינקען, אַז וויבאַלד אַלע אידן זיינען קומה אחת און ערבים זה בזה (איין קערפּער, און אויסגעבונדן איינער מיט דעם צווייטן), איז די מזוזה אַ גטלעכע שמירה ניט נאָר פאַר די הויז און פאַר אַלע און אַלץ אין הויז, נאָר אַז יעדע כשר'ע מזוזה וואָס קומט צו ערגע־וואו אויף אַ אידישע טיר, פאַרשטאַרקט דאָס די זיכערקייט פון אַלע אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך.

און נעמענדיק אין אַכט, ווי אויבנדערמאָנט, אַז יעדע אידישע פרוי איז די עקרת הבית, און יעדע אידישע טאָכטער איז אַ צוקינפטיגע עקרת הבית, האָבן זיי אַ ספּעציעלן זכות אין דעם ענין פון מזוזה, צו זען אַז ניט נאָר זאָל זיין אַ כשר'ע מזוזה באַ זיך אינדערהיים אויף יעדער טיר וואָס איז מחוייב אין דעם, נאָר אויך — באַ זייערע שכנים און באַקאַנטע און אַלע אידישע הייזער.

ויהי רצון אַז מ'זאָל אין דעם טאָן מיט האַרציקייט און מיט שמחה, וואָס אין צוגאָב צו דעם אַז מ'וועט זיכער מצליח זיין, וועט דאָס דערמוטיגען און אַריינציען פיל אַנדערע אויך צו טאָן אין דעם, וזכות הרבים מסייעת.

ובפרט אַז די צייט איז ספּעציעל צוגעפּאַסט פאַר דעם, און פאַר אַלע ענינים פון טוב וקדושה, אַזוי ווי מיר שטייען איצט אין אָנהייבס — ראש חודש אלול, דער חודש פון חשבון הנפש און התעוררות צו דערגענצן וואָס מ'האָט ניט דערטאָן אין דעם יאָר וואָס ענדיגט זיך און צוגרייטן זיך צום נייעם יאָר, השנה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה

205אחד* מהטעמים הגלויים: העובר כולו נבנה מטפת משהו — לגוף

משוכלל (ומבנה הגוף משפי האם בלבד (ובזמן שהותו בע כך שרואים במוחש שרוחני משפיעה, וגם מעצבת החרי וכו'). יע גם על תכונות הנפש במדה חשובה) — ע"י עיבור — אוכל ממה שאמו אוכלת וכו') ועד כדי יות האם (ואם היא בשמחה או בפחד וכיו"ב) דקטער (האופי) של העובר (שיולד שלם ובריא

(ממכתב כ"ק אדמו"ר שליט"א) להסביר לאלו שאינם מאמינים בתומ"צ זה שבנשואי תערובת 6

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gnd1fadv

Copies

Recent activity

#188 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · approved
#130 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · closed

Sources