Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 15
427ליגט די טיפע אָבער קלאָרע אָנדייטונג, אַז איין מענטש — יעדער מענטש — איז בכוח צו „באַהערשען די וועלט".
אויב אַ מענטש דערפילט ניט זיין אויפגאַבע, ער ניצט ניט אויס זיינע אונשאַצבאַרע ג־טליכע כחות — איז דאָס ניט נאָר אַ פּערזענלעכער אונגעהויערער פאַרלוסט און דורכפאַל, נאָר עס רירט אָן דעם גורל פון דער גאַנצער וועלט.
א
און די טעג פון חשבון הנפש, ווען מען באַטראַכט זיך, אַז יעדער איינער פון אונז — דורך אויספאָלגען די אָנווייזונגען פון בורא העולם אין זיין תורה — האָט די מעגלעכקייט איינצונעמען וועלטן, דאַרף יעדערער שטעלן זיך די פראַגע, ווי ווייט ער האָט אין דעם פאַרגאַנגענעם יאָהר געטאָן אין דער ריכטונג — וואָס דאָס איז די גטליכע שליחות און דעם צוועק פון זיין לעבן, און וואָס ער איז שולדיק געבליבען, און אָננעמען די געהעריגע באַשלוסען אויף דעם נייעם יאָהר.
וה' הרואה ללבב, זעענדיג די פעסטקייט פון די גוטע באַשלוסען אין דעם, וועט געבען זיין ברכה אַז מען זאָל זיי דורכפירען אין דער פולסטער מאָס — בשמחה ובטוב לבב, אין הרחבה בגשמיות וברוחניות.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
428תשובה, ווי באַוואוסט, אַנטהאַלט צוויי עיקר טיילען: חרטה על העבר — אַן אינערלעכע חרטה אויף דאָס פאַרגאַנגענע, און קבלה על להבא — אַ טיפע אַנטשלאָסנקייט אויף דער צוקונפט.
דער תכלית פון תשובה אָבער איז תשובה — אומקערן זיך צום פריערדיקן צושטאַנד — שיהי' לרצון לפני ה' ומרוצה וחביב לפניו ית' כמו קודם החטא (ווערן צוריק באַוויליגט און באַליבט פון דעם אויבערשטן ווי ער איז געווען פאַר דעם טאָן די עבירה).
דאָס מיינט, ערשטנס, אַז תשובה דאַרף דורכגעפירט ווערן אין אַן אופן וואָס לאָזט ניט איבער קיין רושם אויף דער צוקונפּט, ניט נאָר אין זיין טאָן און אויפפירונג (מעשה) נאָר אויך אין זיין רעדן און טראַכטן (דיבור ומחשבה).
צווייטנס — און דאָ ליגט דער חידוש פון תשובה — אַז תשובה נעמט אַראָפּ אַלע פלעקן אויך פון דער פאַרגאַנגענהייט. כאָטש די פאַרגאַנגענהייט איז דאָך אַרויס פון דעם רשות פון דעם מענטשן, האָט דער אויבערשטער,
וואָס ער איז אינגאַנצען ניט אין דעם גדר (קאַטעגאָריע) פון זמן (צייט) וואָס דערפאַר איז דאָך באַ עם הי' הוה ויהי' ברגע אחד (די פערגאַנגענהייט, דער איצט און די צוקונפט פאַראיינציקט),
אַריינגעגעבען אַ ספּעציעלן כח און אייגנשאַפט אין תשובה, אַז דער מענטש זאָל דורך תשובה ווערן דער „בעל־הבית" אויך איבער דער פאַרגאַנגענהייט, ער זאָל אויך די פאַרגאַנגענהייט קענען ענדערן; און ניט נאָר נייטראַליזירן איר, נאָר אויך פאַרריכטן זי און פאַרוואַנדלען אין גוט, ווי חז"ל זאָגן: זדונות נעשו לו כזכיות.
דער דאָזיקער כח פון תשובה — דורך וועלכן עס ווערט דעם מענטשן געגעבען אַ שליטה איבער דער פאַרגאַנגענהייט, איז מעגלעך דערפאַר, וואָס, פון איין זייט, ווי געזאָגט אויבן, ציט תשובה איר קראַפט פון אַ „קוואַל" וואָס איז העכער פון צייט.
און פון דער צווייטער זייט, דאַרף דער איד אויסנוצן די דאָזיקע קראַפט אין אַן אופן וואָס נעמט דורך זיין גאַנצע מציאות, וואָס דרינגט דורך429און דערגרייכט ביז דעם טייל פון זיין נשמה וואָס איז אויך העכער פון צייט און אירע ענדערונגען — די פנימיות הנפש און עצם הנפש, נפש האלקית (די ־טליכע נשמה) וואָס איז שטענדיג באמנה אתו (טריי צו עם — צום אויבערשטן), ווייל ס'איז חלק אלקה ממעל ממש (אַ טייל פון ג־טליכקייט ממש).
— וואָס אויף דעם גרונט פון דעם דאָזיקן צוזאַמענבונד צווישן אַן אידן און דעם באַשעפער, האָט דער אַלטער רבי, דער בעל התניא והשלחן־ערוך זיך אויסגעדריקט, אַז אַ איד, ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגעריסן פון אלקות (־טליכקייט.
— און אַזוי זאָגט דער אויבערשטער אהבתי אתכם אמר ה' (איך האָב אייך ליב) און קיין זאַך קען עס ניט ענדערן.
א
און פּונקט ווי תשובה נעמט אַרום און דרינגט דורך דעם מענטשן אינגאַנצן — פון זיין עצם הנפש ביז זיין אויפפירונג אין טאָג טעגליכן וואָכענדיגן לעבן, אַזוי אויך מדה כנגד מדה — בריינגט זי דעם אידן דאָס העכסטע און טיפסטע — הוא מודבק בשכינה, אהוב ונחמד קרוב וידיד (ווערט באַהעפט מיט דעם אויבערשטן, געליבט פון עם), ביז צו אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, אין בני חיי ומזוני רוויחי, אין אַלע באַדערפענישן פון טאָג טעגליכן לעבן.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה בגשמיות
וברוחניות גם יחד
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-et2s01k6