Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 7
410יתעורר כל רב, כל מנהיג, כל עוסק בצרכי ציבור, כל אחד אשר דבריו נשמעין —
ודברים היוצאים מן הלב לב ער שישנו לכל אחד ואחת מישראל, נכנסים אל לב השומעים —
לעורר את בני עדתו וסביבתו לתורה ויראת שמים ביתר שאת וביתר עז, ובפרט לתמוך לחזק ולהרחיב את מוסדות החינוך הכשר, חינוך של לימוד תורה ביראת שמים, ולהקהיל ולהביא את הבנים והבנות להתחנך בהם, להיות נצר מטעי הוי' מעשה ידיו להתפאר.
ואני תקוה אשר התעוררות והשפעה זו תהא נמשכת ופועלת על כל השנה כולה.
ובגלל זאת יזכנו השם יתברך לגאולה השלימה על ידי משיח צדקנו, לעשות ולקיים מצות הקהל בזבול בית תפארתנו, במהרה בימינו, אכי"ר.
המברך ומתברך בכתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
בגשמיות וברוחניות
מנחם מענדל בן חנה שניאורסאהן411מינעראַלן אד"ג), צומח (פלאַנצונגען), חי (לעבעדיקע באַשעפענישן) איז באַשאַפן געוואָרן פריער, ווי די תורה דערציילט אונז. פונדעסטוועגן ווערט ראש השנה געפייערט אין דעם טאָג ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן, און פון דעם טאָג דוקא הויבט זיך אָן דער נייער יאָר פאַר דער גאַנצער וועלט — חי, צומח און דומם אַריינגערעכנט ; דעם טאָג זאָגן מיר „זה היום תחילת מעשיך" — דאָס איז דער טאָג פון דעם אָנהויב פון דיינע ווערק!
דאָ ליגט אַ טיפע לערע און מוסר השכל, וואָס יעדערער מוז זיך אַריינטראַכטן אין דעם ובפרט — אין די איצטיקע טעג פון חשבון הנפש;
די וועלט, אַלע טיילן פון דער וועלט, זיינען געוואָרן דאָס וואָס זיי דאַרפן זיין ערשט דאַן ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן, וואָס ער איז תכלית הבריאה (דער צוועק פון דער באַשאַפונג).
דער מענטש איז אַ „עולם קטן"; אין אים שפּיגלט זיך אָפּ די גאַנצע בריאה. פּונקט ווי אין כללות הבריאה, אַזוי אין דעם מענטשן בפרט, זיינען פאַראַן אַלע דרגות פון דער בריאה. אין פאַרלויף פון זיין לעבנס־וועג מאַכט דער מענטש דורך אַ צייט ווען ער לעבט ווי אַ דומם, אַ צייט ווען ער איז ווי אַ צומח, דערנאָך ווי — חי און — מדבר. אָבער אויך דאַן ווען דער מענטש קומט צום מענטשלעכן שכל און גייסט, זיינען פאַראַן אין זיין לעבן און מעשים די אַלע מדריגות; אין געוויסע צייטן פון טאָג קען זיין אַז דער מענטש אונטערשיידט זיך ניט פון אַ דומם ; אין אַנדערע צייטן איז ער אין דער דרגא פון אַ צומח אָדער אַ חי, און עס זיינען פאַראַן די צייטן פון מעשים און טעטיקייטן וואָס זאָגן עדות, אַז ער איז אַ אדם — אַ שכלי ורוחני.
דער מוסר השכל פון ראש השנה פאַר יעדן מענטשן איז;
דער אָנהויב, ראש השנה, איז ערשט דאַן ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן. די גאַנצע פריערדיקע בריאה פון דומם, צומח, חי, באַרעכטיקט נאָך ניט די פייערונג פון בריאת העולם; ערשט דאַן ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן און האָט גערופן די גאַנצע בריאה; „בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (קומט, לאָמיר זיך בוקן, קניען און דינען ג־ט אונזער באַשעפער) און האָט עס דורכגעזעצט אַז אַזוי איז דאָס געווען (זהר חלק א' רכא, ב. פרקי דרבי אליעזר פרק יא') ; אַז ער האָט פאַרבונדן די בריאה מיט דעם בורא און געמאַכט די וועלט פאַר אַ משכן און מקדש פאַר דער ־טלעכער שכינה — דאַן ווערט דערפילט די כוונה און תכלית פון דער גאַנצער בריאה און פון יעדער טייל פון איר, און דאַן ערשט איז — ראש השנה, אַ נייע צייט
אַזוי באַ יעדן מענטשן, סיי אין פאַרלויף פון לעבן בכלל, סיי יעדן טאָג בפרט, איז די פנימיות און עצמיות פון מענטשן באַשטייט אין דעם, אַז דער חלק האדם וואָס איז אין אים זאָל באַווירקן און דורכדרינגען דעם חלק החי, דעם חלק הצומח און דעם חלק הדומם באַ אים. ערשט דאַן איז דער נאָמען „אדם" ריכטיק צוגעפּאַסט און נאָר דאַן, ווען אויך די טיילן פון זיין412לעבן און טעטיקייטן אין וועלכע ער גלייכט זיך אויס מיט אַ חי, צומח און אפילו דומם, ווערן פון אים אויסגעלייטערט, אויסגעאיידלט און דערהויבן ביז זיי ווערן אויך דורכגעדרונגען מיט דער הויכקייט פון מדבר, אַזוי אַז דער גאַנצער אדם, דער גוף און נשמה, זאָל דורכפירן דעם רוף: „בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו!", דאָס קען מען נאָר דערגרייכן דורך פירן אַ לעבן לויט די אָנווייזונגען פון בורא, אַ לעבן על פי תורה ומצוה פון ה' עושנו.
שטייענדיק אויפן שוועל פון דעם נייען יאָר, אָנהויבנדיק אַ נייען יאָר און אַ נייע תקופה אין לעבן, דאַרף יעדער מענטש נאָכאַמאָל אַריינטראַכטן זיך און איינקריצן אין זיין זכרון, אַז „זה היום תחילת מעשיך", דאָס איז דער אָנהויב, דער יסוד און תכלית פון דער גאַנצער בריאה, קבלת עול מלכות שמים, ווען די גאַנצע בריאה רופט אויס; „ה' מלך, ה' מלך, ה' ימלוך לעולם ועד".
בברכת שנה טובה ומתוקה
בגשמיות וברוחניות
ברוקלין, נ. י.
אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל,
די בכל אתר ואתר,
ה' עליהם יחיו,
לקראת השנה החדשה, הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנני בזה להביע ברכתי לכל אחינו ואחיותינו בני ובנות ישראל באשר הם שם, ברכת כתיבה וחתימה טובה.
ראש השנה, ראש ותחילת השנה החדשה — שנת ה' אלפים תשי"ד לבריאת העולם — הנה, כידוע, אין זמנו וקביעותו ביום ראשון למעשה בראשית, אלא ביום ברוא אלקים אדם על הארץ. והגם אשר כל חלקי הבריאה — הומם, צומח, חי — קדמו לאדם, כמסופר בתורה, בכל זאת עושים אנו זכרון לבריאה דוקא ביום בריאת האדם. ביום זה דוקא מתחילה תקופה חדשה לכל התבל כולו — חי, צומח ודומם בכלל, וביום זה אנו אומרים: „זה היום תחילת מעשיך 1"
מכאן הוראה ומוסר השכל לכל אחד ואחת מאתנו, להתבונן ולהסתכל בו, ובפרט בימי חשבון הנפש אלו;
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-dn00gf57