Letter 6099
ז' אדר, תשי"ח · ה' עליהן תחיינה
ליידיס אוקזילערי פון מוסד חינוך אהלי
איך בין געווען צופרידען צו דערוויסען זיך, וועגען דעם אנפאנג פון אייער ארבעט אין א גוטער שעה און אויך פון דער ערשט פארגעקומענער פאראנשטאלטונג אין צוזאמענהאנג מיט פורים, וועלכעס איז אדורך בהצלחה.
און השם יתברך זאל העלפען אז דאס זאל דינען אלעס ביישפיל פאר פילע צו מיטהעלפען אויסברייטערן די העכסט וויכטיגע ארבעט פון פארשטארקען חינוך על טהרת הקדש בכלל און אין די ראמען פון אהלי תורה ספעציעל,
און דער שכר פון די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דער הייליקער ארבעט, איז שוין דייטליך ערקלערט געווארען אין די הייליקע ספרים, סיי פאר זיי און סיי פאר זייערע פאמיליעס שיחיו.
און אזוי ווי מיר געפינען זיך אין דעם חדש אדר, אין וועלכען עס איז דער נס פון פורים, וואס אסתר המלכה אלס אידישע טאכטער האט בייגעטראגען מיט איר מסירות נפש צו דעם פערפאלקאמען פון דעם נס פורים, אזוי זאלען אויך די אידישע טעכטער פון היינט אנערקענען אין דער פולסטער מאס זייערע מעגליכקייטען און גלייכצייטיג פאראנטווארטליכקייט, וואס דאס וועט זיכער בריינגען אויך צום פארשטארקען און פארגרעסערען די ארבעט פון דער ליידיס אוקזילערי פון מוסד חינוך אהלי תורה אין אלע הינזיכטען.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 16
- Id
- rh-bsma8j47
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit