Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 6083
אין ענטפער אויף דיין בריוו פון כ"ב שבט, אין וועלכען שרייבסט אז "דער קאפ זאגט, אז קיין בעסערע הצעה קאן ניט זיין, אבער די הארץ זאגט אויף ניט". דו שרייבסט אבער ניט דעם טעם, פארוואס (די הארץ זאגט אויף) ניט.
בנוגע לפועל, איז בכלל אין עניני שידוכים פארנעמט די הארץ אן ארט מער ווי טפל.
דערפאר דארף מען האבן ווייניקסטנס א התחלה פון א המשכה צו דער זאך, אדער לכל הפחות א פארשטעלונג אז דאס וועט קומען. אויב אבער דאס פעלט, און די הארץ זאגט אויף ניט, דארף מען זיך דערמיט רעכענען.
וואס עס איז מיר ניט קלאר אין דיין בריוו איז וואס דו שרייבסט אז אויב די הארץ איז ניט טפל וכו' "וועל איך דארפן נאך ווארטן". - צי די כוונה איז צו ווארטן אויף אן אנדער הצעה, אדער אויף אן ענדערונג אין דער הצעה גופא, ובהתאם צו דעם וואס די מיינונג דערפון איז - דארף מען ענטשיידן וואס צו טאן ווייטער.
ויהי רצון אז דער אויבערשטער, וואס איז משגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, זאל דיר פירן אין וועג ווי עס איז גוט באמת, ובטוב הנראה והנגלה.
טפל: שמבואר בכמה אגרות, שבעניני שידוכין צריך להתחשב בעיקר ולא בטפל.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 16
- Id
- rh-8jvwfqgr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit