עברית
Library

Letter 5930

י"ז כסלו, תשי"ח · ברוקלין.

ב"ה, י"ז כסלו, תשי"ח

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון ט"ו כסלו, אין וועלכען צו שרייבסט, וועגן שידוכים, פארשלאגען.

אויף וויפיל איך קען די תלמידי התמימים, און ווי איך האב אויך געזאגט צו דיין פאטער שליט"א, איז צווישען די תלמידים פראן פילע, וועגען וועלכע מען קען טראכטען און אינטערעסירען זיך אין דעם. און דעריבער פארשטיי איך ניט, צו וואס דארפמען גיין זוכען אין א אנדער ארט.

פארשטענדליך איז, אזוי ווי אלע מענשן זיינען ניט קיין שלמים בתכלית, ווארום א שלם בתכלית איז נאר איינער, זהו הקדוש ברוך הוא, אזוי אויך אין די תלמידים, קענען מענשן געפינען, וואס עס פעלט צו שלימות. אבער ווי געזאגט - אלע מענשן זיינען אזוי, און דאך האט מען חתונה און מ'איז דערנאך גליקליך באושר אמיתי. און אויב אין אלע זאכען קוקט מען פריער אויף דעם עיקר און דערנאך אויפן טפל, גלויב איך ניט, אז אין א ענין פון א שידוך וועלכעס איז נוגע אויף דיין גאנצען לעבען, זאל מען גאר פארקוקען אויף דעם עיקר, און אנהויבען די בחינה (טעסט) פון דעם טפל דטפל און אפשר נאך ווייניגער אויך פון דעם.

בהנוגע דעם געדאנק, צו פארען דעם יאהר לארץ הקדושה ת"ו. - איז ניט אריינגייענדיק אין דעם עצם געדאנק, איז דוקא אין דעם יאהר ווען די פרייע ווילען מאכען פון אזא נסיעה, א ענין פון כחי ועוצם ידי עשה לי, איז אויב מ'איז ביז איצטער ניט געפארען, גלויב איך ניט אז מ'דארף צוגעבען שטארקייט אין דעם, דורך פארען גראדע איצטער.

און צו דיין געבורטס-טאג ש"ק הבע"ל, זאל השי"ת דיר עלפען אז דו זאלסט האבען א שנת הצלחה אין אעל ענינים, און מיט א אמת גוטען שידוך אין דער פאסענדער צייט.

איך האף, אז אויך די נשי ובנות חב"ד פון... וועלען אויסניצען דעם יום הבהיר י"ט כסלו אויף א פאסענדען אופן, אין דעם זעלבען טאג אדער אין די נאהענטע טעג, והשית יצליחן.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 16
Id
rh-anpt6c75

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5930