עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 6037

ב"ה, ו' שבט, תשי"ח

ברוקלין.

צו די בראנזוויל- איסט-ניו-יארק

ליידיס אקזילערי פאר די ישיבות

תומכי תמימים ליובאוויטש,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באנקעט, וואס דארף פארקומען די וואך, יום ד, פ, בשלח -

דאס איז די וואך פון שבת-שירה און דער טאג פון דער שורה, ווארום גראצע געפינט זיך די שורה אין רביעי, וואס געהערט צו מיטוואך, רביעי בשבת.

דער סיום פון דער שירה - וואס אלעס גייט דאך לויטן סיום - איז די שירה פון מרים הנביאה. אן דער שירה פון מרים וואלט די שירה פון משה רבינו ניט געווען פאלקאם. די שירה פון מרים בשמחה

און כל הנשים פארפאלקאמט דעם אז ישיר משה ובני ישראל.

דערמיט גיט די תורה הקדושה אן אנווייזונג פאר די אידישע פרויען פון אלע דורות, אז די אידישע פרוי האט א גרויסע פאראנטווארטלעכקייט און זכות אין די הייליקסטע מאמענטן און וויכטיקסטע געשעענישן אין דער געשיכטע פון אונזער פאלק.

קריעת ים סוף איז געווען א צוגרייטונג צו קבלת התורה און צו דער ג-טלעכער אנטפעלקונג ביים בארג סיני. די אידישע פרויען האבן געהאט א וויכטיגען חלק אין דער צוגרייטונג.

אויך היינט שטייען מיר אויפן וועג צו דער ג-טלעכער אנטפלעקונג, על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו. די צוגרייטונג דערצו איז דורך תורה און מצוות און פנימיות התורה אין דער באלויכטונג פון תורת החסידות. פאר דעם צוועק איז געגרינדעט געווארן ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש און איז איבערגעפלאנצט געווארן אין אמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועמענס יום הילולא קומט אויך אויס די וואך.

איך האף אז דאס אויבנדערמאנטע וועט געבן יעדער איינער פון אייך די נויטיגע דערמוטיקונג צו פארגרעסערן אייער ארבעט לטובת הישיבה מיט מסירות-נפש און שמחה. און גלייכצייטיק וועט איר פארשטארקען אלע ענינים פון תורה און מצוות, מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, יעדע איינע בא זיך אין שטוב און אין דער סביבה ארום, וואס דערמיט ברענגט איר אראפ די ג-טלעכע ברכות מצליח צו זיין אויך אין אייערע ענינים פרטיים בגשמיות וברוחניות.

בברכה לבשורות טובות אין דאס אלעס אויבן געזאגטע.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 16
Id
rh-nkd21m57

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit6037