עברית
Library

Letter 5913

יו"ד כסלו, ה'תשי"ח · ה' עליהם יחיו

ב"ה, יו"ד כסלו, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו בני ישראל חובבי ומוקירי תורה

ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע חגיגה פון מרכז ישיבת "תומכי-תמימים" ליובאוויטש וואס וועט פארקומען אי"ה כ' טבת ה'תשי"ח, פארצייכנט היי-יאר דעם זעכציק-יעריגען יובילעאום זינט די גרינדונג פון דער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ליובאוויטש.

א לאנגען וועג האבן די ליובאוויטשער ישיבות דורכגעמאכט, א וועג פול מיט גרויסע אויפטרייסלונגען און איבערלעבונגען. במשך פון די זעכציק שטורמישע יארן פון אויפטרייסלונג און גלות, האבן אירע גרינדער און אנפירער, כ"ק אדמו"ר (הרש"ב) און כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די הנהלה, משפיעים, ראשי-ישיבות און תלמידים, מיט דער גרעסטער מסירות-נפש געטראגען דעם נר מצוה ותורה אור און מאור שבתורה און פארשפרייט די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין אלע וועגן, שטעט און לענדער וואו די השגחה עליונה האט זיי געפירט.

היי יאר פייערט די צענטראלע ישיבה "תומכי-תמימים", אין צוגאב צום זעכציק יעריגען יובילעאום פון איר גרינדונג אין ליובאוויטש, אויך איר אכצן-יעריגען יובילעאום דא אין לאנד - א גאלדענע קייט פון ניט-אונטערבראכענער טעטיקייט פאר תורה ויראת שמים.

א יובילעאום איז ניט סתם צו פארצייכענען א דאטום. ס'איז אן ארויספאדערונג צו מאכן א סך-הכל פון די דערגרייכונגען אין דער פארגאנגענער צייט - מיטן צוועק צו פארגרעסערן די דערגרייכונגען אין די קומענדיקע יארן.

אויב אין א תקופה פון הרת-עולם'דיקע געשעענישן, מיט אויסערגעווינלעכע שוועריקייטן און שטערונגען, האבן די ליובאוויטשער ישיבות ניט נאר געקענט עקזיסטירן, נאר אויך אויסברייטערן, אויסשפרייטען און פארצווייגען זיך, אין כמות און אין איכות, קען מען זיך פארשטעלן וואס מען וועט קענען דערגרייכען, אונטער בעסערע אומשטענדען.

אין דעם באשטייט טאקע די ארויספאדערונג און חשבון-הנפש וואס יעדער איינער, וועמען תורה אידישקייט איז טייער, דארף זיך אפגעבען אין צוזאמענהאנג מיט דער היי-יאהריגער חגיגה און דאפלטען יובילעאום.

אמת, אין פארלויף פון די לעצטע אכצן יאר האט די צענטראלע ישיבה

"תומכי-תמימים" ליובאוויטש ב"ה שטארק אויפגעבליט און האט געלעגט איר שטעמפל אויפן אמעריקאנער אידישן לעבן. עס מוז אבער זיין מעלין בקודש, מוסיף והולך. מען טאר זיך ניט באפרידיגען מיט די דערגרייכונגען אין די פארגאנגענע יארן. מען מוז שטייגען און צוגעבען און ווידער אמאל צוגעבען און פארברייטערן. דאס איז אבער אפהענגיק און פאדערט די ברייטע באטייליקונג פון יעדען איינעם, וואס מוז אויך מעלהבקודש זיין מוסיף והולך. פארגרעסערן זיין שטיצע - אין געלט, און אין מיטארבעט פאר די ישיבות תומכי-תמימים בכלל.

און דער אויבערשטער זאגט דאך צו: כל המוסיף מוסיפין לו - אין וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת כל טוב בגו"ר.

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 486.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 16
Id
rh-20x5fgha

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5913