עברית
Library

Letter 5785

ז' תשרי, תשי"ח · ברוקלין.

ב"ה, ז' תשרי, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיגן די ערהאלטונג פון דעם צוגשיקטען צייטונגס אויסשניט, מיט די עטליכע ווערטער צוגעשריבען פון אייך.

און דער ענטפער אויף דעם, איז אויך אין אייער נוסח: וואס טוט מען אין אייערע קרייזען, אז עס זאל זיין א יוגענט געאבארענע דא, וועלכע זאלען (ניט נאר פארשטיין נאר זאלען אויך) וועלען דאוונען? און ניט נאר וועלען יוצא זיין מיטן וועלען, נאר טאקע דאוונען דריי מאל א טאג? און צי דיינקט איר אז מיט אפדרוקען עטליכע שורות, וואס איר שרייבט, אין א זשורנאל, טוט דאס פיל אויפטאן אין דער ריכטונג?

ויהי רצון, אז אנשטאט צו פרעגען קשיות און קומען מיט טענות צו אנדערע, זאל מען אליין זיין א לעבעדיגער מוסטער, מקיים זיין מצות אין דעם טאג טעגליכען לעבען, ואל יבוש מפני המלעיגים און ניט שעמען זיך צו טאן אלף וואס עס ווענדעט זיך נאר אין עם, אז יעדערער וועלכער האט נאר א השפעה, זאל זיין נאהענט צום אידישן לעבנסשטייגער וואס די כוונה איז פשוט: לייגען תפילין, עסען כשר, שמירת שבת וכו'.

זעלבסט פארשטענדליך, אז ניט קענענדיג אייך, ווייס מען ניט אויף וויפיל דאס געזאגטע איז צוגעפאסט צו אייך, אבער ליידער אין דער מדינה, רוב שרייבער און פרעגע קושיות אויף אנדערע, דינט דאס בא זיי אלס בארעכטיגונג ניט נאכטאן אמת'ע אידישקייט, וועלכעס מיינט פשוט א טאג טעגליכען לעבענס פירונג לויט שולחן ערוך כפשוטו. ואולי מהמיעוט הטוב הנהו.

בכבוד וברכת חתימה וגמח"ט.

המזכיר

עכ"פ שאלה אחת בתפלתו עצמה:

עיפים להורגים על קדה"ש וחבלי משיח.

למה בחר בניסוח זה (אינו מתאים לקצב התפלה - מספר תנועות יותר מדי בהשוות ליתר החרוזים. אינו מתאים בסגנון - הורגים על קדה"ש הוא כהריגת דוד את גלית, וכאן הכוונה הפכית - נהרגים על קדה"ש. אינו מתאים (כי מיותר הוא) בתוכן - תפלה לקץ התלאות ובוא הגאולה). ודוקא כשמעצמו מתבקש להכתב תמורת הנ"ל:

נפשי (ה)עיפה להורגים בחבלי משיח.

תתפלל...

ומרויחים עוד זאת - המשך "טבעי": נפשי תשיח... תתפלל ולא כנדפס: נפשי אל על תשיח... (ואח"כ פונה היא אל ה)עייפים כו' נתפלל...

ונוסף עוד ע"ז שנפשי עיפה להורגים הוא ל' הכתוב - שבשאר החרוזים משתדל הוא בזה.

האגרת עצמה נכתבה ע"ש המזכירות, ומוגהת בגוכתי"ק. בשוה"ג באה הוספה בכתי"ק.

צייטונגס אויסשניט... צוגעשריבען: שיר שהדפיס בעתון, והעיר עליו בכתב: "וויפיל פון איערע תלמידים, געבארען דא, וועלען די תפלה פערשטעהן?"

בתפלתו: מהשייך להבא לקמן:

משומרים לבוקר נפשי אל על תשיח: [תשי"ח לפ"ק]

...

עיפים להורגים על "קידוש השם" ו"חבלי משיח"

נתפלל: הקץ הקץ על "נחשי-בריח"?

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 16
Id
rh-7z2t6akd

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit5785