עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

473ב"ה, ח"י אלול, ה'תשל"ז

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

אין די דאָזיגע טעג ביים אָפּשלוס פון חודש אלול, דער חודש פון חשבון־הנפש, חשבון־צדק פאַר דעם פאַרגאַנגענעם יאָר און פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, און שטייענדיג ערב שבת־קודש וואָס דער שבת פירט אַריין אין די טעג פון סליחות,

ווען אידן שטרענגען זיך אָן אין צוגרייטן זיך וואָס בעסער און פולקאָמער, ביז צו דער העכסטער מדריגה פון שלימות, בכדי אויסצובעטן אַ כתיבה וחתימה טובה אין דער פולסטער מאָס, און דער אויבערשטער איז אויך ממלא זייער בקשה בשלימות —

איז פאַרשטאַנדיג, אַז די דאָזיגע אָנשטרענגונג דאַרף זיין אָנגעווענדעט אַז דער פאַרגאַנגענער יאָר זאָל זיין אַ שלימות'דיקער; וואָס שלימות מיינט ביידע זאַכן: גאַנצקייט (עס זאָל אין עם ניט פעלן) און פולקאָמענהייט,

וואָס די מעגלעכקייט צו דערגרייכן די דאָזיגע שלימות ווערט געגעבן דורך תשובה שלימה, ספּעציעל אין די לעצטע צוועלף טעג פון יאָר, יום לחודש — צו דערגענצן וואָס מ'האָט פאַרפעלט, און פאַרפולקאָמען וואָס עס איז ניט געווען בשלימות.

און אויך זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז די החלטות וואָס מ'נעמט אָן אויף474דעם נייעם יאָר זאָלן אויך זיין בשלימות — אַז מ'זאָל זיך ניט באַגנוגענען מיט דאָס סאַמע נויטווענדיגסטע און מינימאַלסטע, נאָר זיי זאָלן זיין אין דער פולסטער און פולקאָמענער מאָס, אין אַלע געביטען פון דעם מענטשנ'ס טא־טעגלעכע טעטיקייט — אין מחשבה, דיבור און מעשה.

עס איז אויך פאַרשטאַנדיג, אַז די שלימות וואָס ווערט פאַרלאַנגט פון אַ מענטשן — שטייגט צוזאַמען מיט דעם מענטשן; דאָס הייסט, אַז בשעת אַ מענטש דערגרייכט אַ העכערע מדריגה, ווערט פון עם פאַרלאַנגט אַ העכערע סאָרט שלימות, וואָרום די שלימות וואָס אַנטשפּרעכט זיין פריערדיגען מצב איז שוין ניט גענוג פאַר זיין העכערן צושטאַנד. אַזוי אַז פון צייט צו צייט, וואָס אַ מענטש ווערט עלטער און קליגער, ווערט פאַרלאַנגט פון עם, אַז אויך די שלימות אין אַלע זיינע טעטיקייטן זאָל שטייגן אין אַן אַנטשפּרעכנדער מאָס.

*

ווי גערעדט פיל מאָל, איז אין דער שליחות פון אַ מענטשן אויך איינגעשלאָסן — „אויפצוהייבן" די סביבה אין וועלכע ער לעבט, לויט דער טלעכער כוונה אין דער גאַנצער בריאה און אין אירע איינצעלהייטן, דורך אַריינברענגען קדושה און טלעכקייט אין אַלע טיילן פון וועלט וועלכע ער קען דערגרייכן — אין דומם, צומח, חי און מדבר,

וואָס דאָס קומט אויך צום אויסדרוק אין די ספּעציעלע מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן אָנהייבס און אַריינפיר אין יאָר — די ימים־טובים פון חודש תשרי:

די מצוה פון סוכה, וואָס דאָס איז דער בית הדירה אין וועלכער אַ איד475לעבט אין די זיבן טעג פון סוכות, וואָס די ווענט פון דער סוכה שטעלן מיט זיך פאַר די וועלט פון דומם;

די מצוה פון די ד' מינים — אתרוג, לולב, הדסים און ערבות, וועלכע זיינען פון דער וועלט פון צומח;

די מצוה פון שופר אין ראש־השנה, וואָס דער שופר איז אַ האָרן פון אַ בעל חי;

און די אַלע זאַכן ווערן (אַ מצוה) דערהייבן דורך דעם מדבר — דער מענטש וואָס איז מקיים די דערמאָנטע (און אַלע אַנדערע) מצוות — און וואָס דורך קיום המצוות דערהייבט ער זיך אַליין אויך, מדבר —

סיי אין דעם געביט פון קום ועשה, ווי אין די דערמאָנטע מצוות, און סיי אין דעם געביט פון לא־תעשה, ווי דאָס דריקט זיך אויס אין דער מצוה פון פאַסטן אין דעם יום הקדוש, יום הכפורים.

און דורך דעם וואָס אַ איד ברענגט אַריין קדושה אין די אַלע פיר טיילן פון וועלט און מאַכט דעם דומם, צומח, חי און מדבר אַ „כלי" צו ג־טלעכקייט, וואָס דורכדעם ווערט אויסגעפירט דער ציווי (אָנזאָג) פון בורא — דערהייבט ער זיי צו זייער אמת'ע שלימות.

און פּונקט ווי בנוגע צו זיין אייגענע שלימות, וואָס ווערט פון עם פאַרלאַנגט אין אַ שטייגענדער מאָס אין איינקלאַנג מיט זיין שטייגנדיגען מצב, אַזוי אויך בנוגע דעם דומם, צומח, חי און מדבר, ווערט פון עם פאַרלאַנגט (און עס ווערט עם געגעבן די מעגלעכקייט) צו פאַרגרעסערן פון צייט צו צייט די שלימות וואָס ער ברענגט אין זיי אַריין, ווי אויבנדערקלערט, סיי אין כמות און סיי אין איכות — אין דעם אופן קיום המצוה (גוט אויך לכתחילה, לויט אַלע דעות, מהודר א.ז.וו.) און אין אירע כוונות.

476נעמענדיג אין באַטראַכט, אַז ס'איז פאַראַן די פאַרזיכערונג, אַז דער אויבערשטער פאָדערט ניט פון אַ מענטשן איבער זיינע כוחות, איז ניט קוקנדיג וואָס עס זיינען געבליבן בלויז געציילטע טעג ביז צום אָפּשלוס פון יאָר, קען יעדער איינער און איינע דערגרייכן די פולסטע שלימות אין אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים, לויט דעם אויסדרוק פון אונזערע חכמים זכרונם לברכה — בשעתא חדא ברגע חדא (מיט איין „קער" אין איין רגע), וויבאַלד אַז ער באַקומט אין דעם די הילף פון דעם אויבערשטן, דער אין־סוף אמתי, פאַר וועמען עס זיינען ניטאָ קיינע באַגרענצונגען.

ויהי רצון, אַז דער טאָן אין דער דערגענצונג פון דער שלימות פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, און די החלטות טובות צו דערגרייכן שלימות אין אַלע דערמאָנטע ענינים יעדן טאָג פון דעם נייעם יאָר, זאָלן אַראָפּברענגען יעדן איינעם און איינע די ג־טלעכע ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות, אין אַן אופן פון שלימות, אין דער פולסטער און פולקאָמענסטער מאָס, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה,

ובקרוב ממש — די ברכה שלימה צו אַלע אידן און צו יעדער אידן: ויהי בשלם סוכו — עס וועט זיין זיין (דעם אויבערשטענ'ס) סוכה — דער בית המקדש אין דער פולקאָמענער שטאָט — ירושלים,

בגאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור

ובברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-b029t7gx

Copies

Recent activity

#188 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · approved
#130 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · closed

Sources