עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9737

ב"ה, י"א אלול, ה'תשכ"ט

ברוקלין, נ.י.

אין ענטפער אויף דיין בריוו פון ד' אלול,

איז דאָך באַוואוסט דער מאמר חכמינו ז"ל, וואָס איז אויך אַ פסק-דין – "אם לא עכשיו אימתי?" וואָס דערמיט איז געמיינט די יונגע יאָרן, ווען מען קען שטייגן אין לערנען תורה. און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי טעמים: ערשטנס, איז דער מוח מסוגל צו אַבזאָרבירן בעסער און טיפער די הייליגע און איידעלע ענינים פון תורה, ווי שפּעטער בשעת דער מוח איז אַ געוויסע צייט געווען פאַרטאָן אין אַנדערע זאַכן, אפילו ענינים פון היתר, אָבער דאָך ענינים של רשות, וואָס דאָס איז גאָר אַן אַנדער מציאות ווי די מציאות פון תורה. און געוויס פאַר איינעם וואָס לערנט אין אַ ישיבה איז ניט נויטיג קיין אריכות אין דעם.

צווייטנס, איז אין דעם פאַראַן נאָך אַן ענין, על דרך ווי די גמרא זאָגט, און אַזוי איז אויך דער דין, אַז פאַרן דאַוונען טאָר מען קיין זאַך ניט טאָן. וואָס איינער פון די טעמים אין דעם איז, אַז אַ זאַך וואָס ווערט געטאָן נאָך דעם דאַוונען איז גאָר אויף אַן אַנדער אופן. צוליב דעם, איז אפילו לערנען תורה אויך בעסער נאָך דעם דאַוונען ווי פאַר דעם. דאָס גלייכן אין דיין פאַל, וועלן אַלע ענינים וואָס דאַרפן געטאָן ווערן אַרויסקומען מיט אַ גאַנץ באַזונדערע הצלחה ווען זיי וועלן געטאָן ווערן נאָך דעם לערנען. ספּעציעל אין דיין פאַל, ווען דו דאַרפסט זיך צוגרייטן צום לעבן און איינאָרדנען זיך מיט דער צייט מיט אַ פּאַסנדן שידוך, אאַ"וו. איז דער אמת'ער יסוד אַז אַלץ זאָל זיין אמת גוט, טוב לשמים וטוב לבריות, ווען דאָס קומט נאָך דער תורה-צוגרייטונג אין די יאָרן וואָס דאַרפן זיין געווידמעט צום לערנען.

וויסנדיג וועגן דיין משפחה בכלל, און האָבנדיג געטראָפן זיך מיט דיין פאָטער שי' עטלעכע מאָל, ווי אויך מיט דיין מוטער תחי', בין איך זיכער, אַז ניט נאָר וועלן זיי גאָר ניט זיין דאַגעגן אַז דו זאָלסט יעצט פאָרזעצן דיין לערנען אין דער ישיבה און אויף אַ מאַקסימאַלסטע צייט, נאָר וועלן אויך דערמוטיגן דיך אין דעם און וועלן זיין צופרידן פון דעם. און דער אויבערשטער זאָל מצליח זיין, אַז דער פאָרן אין ישיבה לערנען מיט דער דערמוטיקונג פון דיינע עלטערן שי', וועט צוגעבן ברכה והצלחה אויך צו דיינע עלטערן שי', און איך מיין דערמיט אויך פשוט אין עניני פרנסה און געזונד וכו'.

בברכה לבשורות טובות בכל הנ"ל, און ספּעציעלן גרוס און ברכה לרפואה שלימה לאביך וכתיבה וחתימה טובה לכל בני המשפחה שי' בטוב בגו"ר.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 26
Id
rh-a5wrrvr7

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9737