עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9772

ב"ה, י"ז חשון, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו'

מו"ה ברוך מרדכי שי'

זינט מיר האָבן זיך געזען דאָ, האָב איך ניט געהערט פון אייך, וואָס איך וויל אָננעמען אַלס אַ סימן, אַז אַלעס איז בסדר באַ אייך און אייערע בני בית שיחיו. וואָס באַ אידן "בסדר" מיינט סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות. און אויב דאָס איז אַזוי באַ יעדן אידן, על אחת כמה וכמה אין אייער פאַל, וואָס השם יתברך האָט אייך מצליח געווען צו טאָן אַזויפיל פאַר אידישקייט, בפרט אין אייער קהילה, ווי עס האָט מיר געפרייט צו הערן פון אייך.

אַזוי ווי מיר קומען פון חודש תשרי, וואָס זיין אָפּשלוס איז מיט זמן שמחתנו בכלל און שמחת-תורה בפרט, וויל איך האָפן, אַז אַלע אייערע ענינים, בפרט תורה-ענינים, ווערן געטאָן מיט שמחה.

און אַזוי ווי צו גוטעס איז קיין שיעור ניטאָ, זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז דאָס אלעס אויבענגעשריבענע זאָל זיין אין אַן אופן פון אויפשטייג, און אין מסורה'דיגען לשון: באופן דמוסיף והולך מוסיף ואור, אין גוטן געזונד און פרייד, צוזאַמען מיט אייער פרוי און קינדער שיחיו.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 26
Id
rh-wy9t0f2k

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9772