עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9899

ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו דער פופצנטער יערלעכער קאָנווענשאָן

פון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן תחיינה

אויפן יסוד פון דעם טיפן וואָרט פון אַלטן רבי'ן, דער באַגרינדער פון חב"ד, אַז "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט" – דאָס מיינט, מיט דער צייט פון דער פרשת השבוע אין דער תורה, תורת חיים, די "וועג-ווייזערין" (מלשון "הוראה") אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אַזוי אַז יעדער טאָג פון דער וואָך ווערט באַלעבט פון דער פרשה פון דער וואָך –

איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף די פסוקים אין דער סדרה פון דעם שבת פון דער קאָנווענשאָן, וואו עס ווערן אויסגערעכנט די ג-טלעכע ברכות אַלס שכר פאַר "בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו".

דער הויכפּונקט פון די ברכות איז: ונתתי משכני בתוככם . . והתהלכתי בתוככם והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם – "איך וועל מאַכן מיין משכן ("דירה") צווישן אייך . . איך וועל אַרומגיין צווישן אייך און וועל זיין אייער ג-ט און איר וועט זיין מיין פאָלק". און כאָטש אויך די ברכה איז פאַרבונדן מיט דער אַלגעמיינער אָפּהיטונג פון תורה און מצוות, לויט דעם אָנהויב פון דער סדרה, ווי אויבן דערמאָנט, ווערט אָבער דורך דעם סיום פון די ברכות ספּעציעל אונטערשטראָכן די וויכטיקייט פון קדושה, טהרה און צניעות, וואָרום זיי זיינען די יסודות פאַר דעם ג-טלעכן משכן און שכינה אינצווישן די אידן בכלל און אין יעדן אידן, מאַן און פרוי, בפרט.

דאָס ווערט דייטלעך אונטערשטראָכן אויך אין אַן אַנדער אָרט אין דער תורה: והי' מחנך קדוש, ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך – "דיין מחנה (אין דער היים און אין דרויסן) זאָל זיין הייליג, ער (דער אויבערשטער) זאָל ניט זען באַ דיר קיין אויסגעלאַסענע זאַך און אָפּקערן זיך פון דיר" (תצא כג, טו).

אונזערע חכמים דערקלערן דייטלעך, אַז צניעות און קדושה דאַרפן אָפּגעהיט ווערן אין אַלע ענינים, סיי בדיבור און על אחת כמה וכמה אין קליידונג און הנהגה.

באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן איז שוין דערמאָנט געוואָרן, אַז אידישע פרויען און טעכטער "שטעלן דעם טאָן" אין געוויסע געביטן פון אידישן לעבן, ווי מ'זעט דאָס במוחש. ספּעציעל און באַזונדערס איז דאָס אַזוי אין געביט פון צניעות, ווי עס ווערט געבראַכט פיל מאָל אין די רייד פון אונזערע חכמים, ביז עס ווערט געזאָגט, אז דער העכסטער נחת פון קינדער, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, איז פאַרבונדן מיט דער צניעות'דיקער הנהגה פון דער מוטער.

דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די קאָנווענשאָן – וואָס איר הויפּט טעמע איז צניעות – זאָל אַרויסברענגען בפועל די אמת'ע אידעאַלן פון דער אידישער פרוי און פאַרווירקלעכן זיי אין לעבן, אין מעשה און דיבור, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט צניעות פון מחשבה.

און אַזוי ווי בנוגע אַלע גוטע פעולות, פאָדערט חסידות דאָס זאָל דערגרייכן אויך חוצה, איז צו האָפן, אַז די שטימע, און דער עיקר די פעולות, פון דער קאָנווענשאָן וועלן דערגרייכן אויך גאָר ווייטע קרייזן, וועלכע זיינען נאָך דערוויילע "חוצה", און די שטאַרקסטע השפעה איז דאָך דורך ווייזן אַ לעבעדיגן ביישפּיל. דער זכות הרבים וועט אייך זיכער העלפן און ברענגען דעם אויבערשטנס הילף און הצלחה.

בברכה להצלחה ברוחניות ובגשמיות ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 26
Id
rh-ej6tgb7x

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9899