Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 9693
צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער
פאַר דעם מוסד חינוך "אהלי תורה",
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער בעפאָרשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג פון דעם מוסד חינוך "אהלי תורה" אין דעם דאָזיגען חודש פון קבלת התורה. השם יתברך זאָל געבן, אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
אַזוי ווי אַלץ איז בהשגחה פרטית, איז אויך פון ספּעציעלער באַדייטונג וואָס דער דאָזיגער בריוו ווערט געשריבן אין דעם צווייטן טאָג פון חודש סיון. דער אַלטער רבי, בעל התניא והשלחן-ערוך, דערמאָנט אונז אין זיין שו"ע (או"ח, סוף סי' תצ"ד), אַז אין דעם טאָג האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו די אידן, דורך משה רבינו: ואתםתהיו לי ממלכת כהנים וגו' – "איר וועט זיין פאַר מיר אַ קעניגטום פון כהנים (און אַ הייליג פאָלק)". דאָס מיינט, אַז כאָטש אידן ווערן איינגעטיילט אין כהנים, לויים און ישראלים, וואָס דאָס איז נוגע אין געוויסע דינים און מצוות וכו', איז אָבער בכלל דער גאַנצער אידישער פאָלק אין אַ מדריגה פון כהנים, וואָס יעדער איד האָט אַ פליכט און זכות צו פאַרשפּרייטן קדושה, תורה און מצוות, אין זיין סביבה.
פאַרשטייט זיך, אַז די צוגרייטונג צו דערגרייכן די מדריגה פון ממלכת כהנים וגוי קדוש מוז זיך אָנהויבן פון דער פריסטער יוגנד. און דאָס ברענגט אונז צו דער וויכטיקייט פון חינוך על טהרת הקודש, ווי דאָס ווערט אָנגעפירט בפועל אין דעם מוסד חינוך "אהלי תורה".
אין די דאָזיגע טעג פון צוגרייטונג צום יום-טוב פון קבלת התורה, און אין דעם גייסט פון זמן מתן תורתנו, איז צו האָפן, אַז יעדער איינער וועט מיט אַ ספּעציעלע התעוררות קומען צו הילף דעם מוסד "אהלי תורה" מיט אַ באַדייטנדע שטיצע, צו העלפן אויפהאַלטן און אויסברייטערן דעם דאָזיגן מוסד חינוך על טהרת הקודש. דערמיט וועט מען אויך אויסברייטערן די צנורות צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות בהרחבה, יעדן איינעם ובני ביתו שי' בהמצטרך להם, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות,
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 26
- Id
- rh-9as8m90t
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit