עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9763

ב"ה, עש"ק פ' בראשית, ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

אינהאַלט פון ענטפער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א אויף בריוו פון ר' אהרן גרשון שי' קאהען פון כ"ז תשרי, תש"ל. איבערגעגעבן טעלעפאָניש*

ערשט ערהאַלטן אייער בריוו וועגן אַריינגעבן אַ ספר תורה אין ישיבת תומכי תמימים אין מאָנטרעאַל, ביום א', הבע"ל, אין צוזאַמענהאַנג מיט אייער 50-יאָריגען חתונה-טאָג, לאורך ימים ושנים טובות.

דער אויבערשטער זאָל אייך בענטשן צוזאַמען מיט אייער פרוי שתחי' – פילע יאָרן צו טאָן אין ענינים פון אידישקייט תורה ומצוות בכלל, ובמיוחד – דורכגענומען מיט חסידישע וואַרעמקייט, מיטן גייסט פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, וואָס דאָס ווערט דאָך דורכגעפירט אין חינוך וואָס ווערט געגעבן אין ישיבת תומכי-תמימים, און אויך מזכה זיין את הרבים אין דעם, אַז גאָר פילע זאָלן טאָן לויט אייער אויבנדערמאָנטן ביישפּיל, וזכות הרבים תלוי בו.

מיט וואונש צו גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע און אין גוטן געזונד.

מנחם שניאורסאהן

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 26
Id
rh-rn562zyq

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9763