עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 9832

ב"ה, א' אדר א', ה'תש"ל

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס – אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דער יערלעכער מלוה מלכה – בפרט

ה' עליהם יחיו

די יערלעכע מלוה מלכה קומט הייאָר פאָר אין מיטן פון חודש אדר ראשון, וואָס איז אַ צוגעגעבענער חודש אין דעם עיבור-יאר.

דער ענין פון אַן עיבור-יאָר איז, ווי באַקאַנט, פאַרבונדן מיט דער איינשטעלונג פון אונזערע ימים-טובים אין זייער ריכטיגער צייט.

אונזער אידישער לוח איז איינגעשטעלט לויט דעם גאַנג פון דער לבנה, אָבער אַזוי ווי דער לבנה-יאָר בלייבט הינטערשטעליג לגבי דעם זון-יאָר מיט אומגעפער עלף טעג, האָבן מיר יעדע צוויי-דריי יאָר אַן עיבור-יאָר, מיט אַ צוגעגעבענעם חודש, כדי מַשלים צו זיין די צייט, אַזוי אַז אונזערע ימים טובים זאָלן אויספאַלן אין זייער ריכטיגער צייט פון יאָר (פסח אין פרילינג, סוכות אין הערבסט, אאַ"וו).

אָבער ווי אַלע ענינים אין אידישן לעבן, וואָס אויסער זייער אייגענעם אינהאַלט האָבן זיי אויך אַלגעמיינע אָנווייזונגען פאַר יעדן איינעם און איינע פון אונז אין טאָג-טעגלעכן לעבן, אַזוי אויך דער עיבור-יאָר.

די אָפּלערנונג פון עיבור-יאָר איז: אַ איד קען אין איין יאָר פאַרפולקאָמען דאָס וואָס ער האָט פאַרפעלט אין פריערדיגע יאָרן.

נאָכמער: פונקט ווי דער עיבור-יאָר איז אויך אַן "איבער-יאָר" דורכדעם וואָס ער איז ניט נאָר משלים די הינטערשטעליגע טעג, נאָר ער גיט אויך "אַדערויף" אויף פאָרויס – אַזוי איז ניט גענוג בלויז צו פאַרפולקאָמען דאָס פאַרפעלטע; ס'איז נויטיג אויך צו געבן "אַדערויף" אויף פאָרויס.

איך האָף אַז באַ דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער מלוה מלכה, ווען מ'וועט פאַרצייכנען די דערגרייכונגען פון די בית רבקה שולעס אין די פאַרגאַנגענע יאָרן, וועט מען אויך נעמען אין באַטראַכט, אַז מיט אַ ביסל מער אָנשטרענגונג וואָלט מען דאָך געקענט אויפטאָן אַ סך מער.

און זיכער וועלן אַלע עסקנים און פריינט פון בית רבקה, וועלכע שאַצן אָפּ די לעבנסוויכטיקייט פון די דאָזיגע מוסדות חינוך על טהרת הקודש, אָננעמען די נויטיגע החלטות, במעשה בפועל, ניט נאָר משלים צו זיין דאָס וואָס מ'האָט געקענט אויפטאָן אין די פאַרגאַנגענע יאָרן, נאָר טאַקע מיט "אַדערויף" און צוגאָב אויף להבא, אַזוי אַז דער היינטיגער עיבור-יאָר זאָל זיין פאַר בית-רבקה אַן "איבער-יאָר" ווי אויבנדערמאָנט.

השם יתברך וועט זיכער ניט בלייבן הינטערשטעליג, ח"ו, און וועט יעדן איינעם און איינע באַגליקן מיט אַ צוגאָב ברכות אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך מיט די בני-בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

מ. שניאורסאהן

ט'תתלב

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 360 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

אדר ראשון . . צוגעגעבענער חודש: ראה גם לעיל חכ"ד אגרת ט'רפד, ובהנסמן בהערות שם.

דער ענין פון אן עיבור יאָר איז: בהבא להלן ראה רמב"ם הל' קידוש החודש פ"א ה"ב. וראה שם פ"ו ה"ד. פ"י ה"א. ובמפרשים שם. לקו"ש חל"ב ע' 217 ואילך, ובהנסמן בהערות שם.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 26
Id
rh-6g9n8v9a

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9832