Likkutei Sichos
Addenda - general letters for Rosh Hashanah 30
479אויך צדקה אין רוחניות ; צו שפּייזן דעם „הונגעריגען" אין גייסטיגע שפּייז, תורה, און צו באַקליידן מיט מצוות דעם „נאַקעטן" פון מצוות.
און עס איז דאָ די ג־טלעכע הבטחה; עשר תעשר (די קריאה פון שמיני־עצרת), ווי חז"ל לערנען עס; דורך געבן מעשרות און צדקה, איז ניט נאָר אַז עס וועט ניט פעלן באַ דעם געבער, נאָר אדרבה, עס וועט באַ אים נאָך צוקומען פיל מער, ביז אין אַן אופן פון עשירות. אין כאָטש אַז מצוות אין אַלגעמיין (אויך — צדקה) דאַרף מען טאָן ניט צוליבן שכר, נאָר ווייל דער אויבערשטער, דער באַשעפער און בעל הבית פון דער וועלט, האָט אַזוי געהייסן, האָט אָבער דער אויבערשטער פאַרזיכערט, אַז עס וועט זיין עשר — תעשר, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.
בברכת חתימה וגמר חתימה טובה
480וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איין לימוד און הוראה — און דאָס איז וועגן דעם צענטראַלן אָרט וואָס דער מענטש פאַרנעמט אַלס „קרוין" פון דער גאַנצער בריאה, און אַז פון עם איז אָפּהענגיק די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, ווי אויבן דערמאָנט.
ראש השנה לערנט און דערמאָנט יעדן וועגן די אונגעהויערע כחות וועלכע זיינען אין עם אַריינגעלייגט געוואָרן, כחות וועלכע געבן עם די מעגליכקייט ניט נאָר בריינגען זיך צו דער פולסטער שלימות, נאָר אויך ווירקן און אָנפירען, איבערמאַכן אויב נייטיג — די וועלט אַרום זיך,
וואָס צוזאַמען דערמיט קומט אויך די געוואַלדיקע אחריות ניט אונטערשאַצן די כחות וואָס מ'האָט אים געגעבן און אויסניצן זיי אין דער פולסטער מאָס בנוגע זיך און בנוגע דער וועלט אַרום זיך.
שוין דאָס אַליין וואָס ראש השנה און דער טאָג פון משפט פון דער גאַנצער בריאה איז באַשטימט געוואָרען ניט אין דעם ערשטן טאָג פון דער בריאה ווען אַלעס איז באַשאַפן געוואָרן מאין ליש נאָר אין דעם טאָג ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרען, באַווייזט אַז אין עם היינגט אָפּ דער משפט פון דער גאַנצער בריאה,
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז מען האָט אים געגעבן די כחות אויף ווירקען און אָנפירען מיט דער בריאה.
דאָס אַלעס ווערט קלאָר אַרויסגעבראַכט און נאָכמער אונטערשטראָכען דורך חכמינו זכרונם לברכה אין זייער דערציילונג (וועלכע איז אַ חלק פון481תורה — אַ הוראה) וועגן דעם ערשטן מענטשן — אדם הראשון — אין דעם ערשטן ראש השנה, דעם טאָג פון זיין באַשאַפונג; באַלד ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרען האָט ער זיך אַרום געקוקט און אַריינגעטראַכט אין דער בריאה און דערקענט אַז דאָס איז מעשיך הוי' — די באַשאַפונג פון דעם אויבערשטען און גלייך נאָכדעם גערופן (און אויפגעטאָן אין אַלע באַשעפענישן) בואו אני ואתם נלך . . ונמליך עלינו מי שבראנו (קומט איך און איר וועלן גיין . . און אויפנעמען אויף זיך אַלס קעניג דעם וואָס האָט אונז באַשאַפן). דאָס מיינט אַז גלייך באַ זיין באַשאַפונג איז דעם מענטשן געגעבן געוואָרען דער אומגעהויערער כוח צו דערהייבן זיך און די גאַנצע באַשאַפונג צו דער העכסטער מדריגה פון שלימות — צו פאַרבינדן זיך מיט דעם באַשעפער, דורך דער אַנערקענונג אַז דער אויבערשטער איז באַשעפער און דער מלך העולם, דער קעניג פון דער וועלט; אַן אַנערקענונג וואָס דריקט זיך באַלד אויס אין אַן עיקר'דיקען און קאָנקרעטן אופן.
און ווי ערקלערט אין מערערע ערטער בתורתנו — איז לויט דעם באַשאָף פון אדם הראשון און די פּרטים אין דעם — אַזוי איז אויך באַ יעדער אידן.
פון דאָס אויבנגעזאָגטע פאָלגט אַ העכסט וויכטיגער פּונקט, וואָס איז אייגענטליך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אָבער מוז אונטערשטראָכן ווערן, ספּעציעל אין דער היינטיקער צייט, און דאָס איז, אַז די דערמאָנטע אויפפאַסונג בכלל, און די פאָלגלעכע אויספירונג דערפון וועגן די גאָר גרויסע זכות און אחריות, איז דאָס ניט אַ „פּריוואַטער" ענין וואָס איז נוגע דעם יחיד אַליין. וואָרום, ווי געזאָגט, איז די אויפגאַבע פון יעדן יחיד ניט נאָר זיך אַליין צו דערהויבן צו דער נויטיגער הויך, נאָר צו דערהויבן אויך דעם גאַנצן אַרום, ביז צו פאַרווירקלעכן די שלימות פון דער גאַנצער בריאה, וואָס צוליב דעם איז ער באַשאַפן געוואָרן און מען האָט אים געגעבן אונגעהויערע כחות.
און בנוגע דעם אויסרייד אַז ווירקען און אויפטאָן אין דעם אַרום קען דאָך געטאָן ווערן דורך אַנדערע און אויסנוצן זיינע כחות איז דאָך נאָר זיינער אַ פּריוואַטער ענין — דערציילט תורה אַז אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן יחידי (אַן איינציגער) כדי אָנצוזאָגן אַז יעדער איינער איז ווי (אדם הראשון אַן איינציגער, ער איז) די גאַנצע וועלט —
מערערע ערטער: סנה' לז, א. שם לח, א. תנחומא שם ועוד.
די פרטים: אף שלא כולם. וי"ל דבפנימיות כולם ישנם בכאו"א כיון שהקב"ה סבע כל אדם בחותמו של אדה"ר. וע"ד דו פרצופין נברא (ברכות סא, א) וכאו"א דכר בלא נוקבא פלג גוסא איקרי (זח"ג ז, ב).
דערציילט תורה: סנה' שם. ועוד.
482איז דערפון אויך פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי ווי אדם הראשון האָט ניט געהאַט וועמען איבערצוגעבן זיין שליחות אויפטאָן אין דער וועלט דעם „בואו ונמליך עלינו מי שבראנו" — אַזוי אויכעט בנוגע יעדערן אין זיין שליחות.
און אַז מ'קומט צו דער אַנערקענונג פון דער דאָזיגער אחריות און זכות, ווערן נישטיק קליין, די אַלע שטערונגען און שוועריקייטן וועלכע מ'באַגעגנט אין וועג. וואָרום בשעת מ'באַטראַכט זיך ווי ווייט עס איז נוגע יעדע פעולה פון יעדן יחיד, ניט נאָר פאַר זיך אַליין, נאָר פאַר דעם גאַנצן כלל, ביז צום גאַנצן ענד־ציל פון דער בריאה — איז וואָס פאַר אַ באַטרעף האָבן אַלע שוועריקייטן לגבי דעם!
א
ווי פיל אַנדערע ענינים אין תורה, וועלכע ווערן אַרויסגעגעבן אין אַ גאָר קורצן לשון, ווערט אויך דאָס אויבנגעזאָגטע אַרויסגעבראַכט אין געציילטע ווערטער אין תורה שבכתב צוזאַמען מיט אַ קורצער דערקלערונג אין תורה שבעל פּה.
גלייך אויף דעם ערשטן פּסוק אין דער תורה, וואָס שליסט איין אין זיך דעם גאַנצן באַשאַף; בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ — „אין אָנהייב האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם הימל (איינשליסענדיק אַלע הימלשע באַטעפענישן) און די ערד (איינשליסענדיק אַלע ערדישע באַשעפּענישן)" — דערקלערט תורה שבעל פּה, אַז דער ערשטער וואָרט בראשית אַנטהאַלט די אָנדייטונג; בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית — „צוליב דער תורה וואָס ווערט אָנגערופן ראשית און צוליב אידן וואָס ווערן אָנגערופן ראשית". דאָס מיינט צו זאָגן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן און ווערט שטענדיק באַנייט און באַלעבט און פאַרפולקאָמט דורכדעם וואָס אַ איד פירט זיך לויט דער תורה.
א
דאָס איז, ווי אויבענדערמאָנט, איינע פון די עיקר'דיקע אָנווייזונגען פון ראש השנה אַלס „קאָפּ" פון דעם גאַנצן יאָר — אין דעם זין פון אָנפירן483מיט אַלע טעג פון יאָר ווי דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע איברים פון גוף — אַז אַ איד דאַרף יעדן טאָג זיין דורכגעדרונגען מיט דעם באַוואוסטזיין, אַז זיין יעדע מעשה (טאָט), און אפילו דיבור (רייד), און אפילו מחשבה (געדאַנק), איז נוגע ניט נאָר זיך און דער נאָענטער סביבה, נאָר אויך דעם גאַנצן פאַרנעם פון דער וועלט, ביז צו די העכסטע עולמות. דערביי דאַרף ער אויך געדענקען, אַז אַלס נצר מטעי מעשה ידי — „דער צווייג פון מיין פלאַנצונג, דאָס ווערק פון מיינע הענט", באַקומט ער די פולסטע מעגלעכקייט צו דערפילן זיין אויפגאַבע ווי זי איז געגעבן געוואָרן צו אדם הראשון, יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא (וועמען ג־ט האָט אויסגעפורמט מיט די אייגענע הענט, כביכול) — די אויפגאַבע צו ברענגען זיך און די וועלט אַרום צום תכלית פון זייער שלימות,
און באַקומט די מעגליכקייט ווי דער אויבערשטער גיט בכלל וביחוד אין דעם טאָג און אין דער צייט וואָס וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד (דער אויבערשטער האָט געזען אַלעס וואָס ער האָט באַשאַפן אַז עס איז גוט ביז גאָר) — פון זיין פולער אָפענער הייליגער און ברייטער האַנד.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-9czczmzd