English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

367משיחת אור ליום ג', ב' מרחשון ה'תש"מ

א. מ'האָט שוין גערעדט כמ"פא אַז בסיום פון חודש תשרי הויבט זיך אָן דער ענין פון „ויעקב הלך לדרכו"ב,

דעמולט גייט מען אַרויס פון דעם חודש וואָס איז „מרובה במועדות"ג — אין ימי המעשה פון חודש חשון, מ'פאַרנעמט זיך מיט עובדין דחול אין עוה"ז התחתון שאין למטה ממנו,

וואָס די כוונה שבזה איז — דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון, וואָס נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתוניםד.

ב. דער כללות הענין פון „ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך שוין אָן אין חודש תשרי (כדלקמן), נאָר אין דערויף גופא זיינען דאָ כמה דרגותה, און תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" איז — ווען מ'גייט אַרויס פון חודש תשרי און מ'גייט אַריין אין חודש חשון.

והביאור בזה:

די התחלה פון „ויעקב הלך לדרכו" איז במוצאי יוהכ"פו, דעמולט הויבט זיך אָן די המשכת אלקות מלמעלה למטהז, וואָס דאָס איז דער ענין פון „ויעקב — דלמעלהח — הלך לדרכו",

און וויבאַלד אַז „נשתלשלו מהן"ט — קומט דאָס אויך אַראָפּ אין „יעקב" דלמטה, אַ נשמה בגוף, אַז ביי אים ווערט „ויעקב הלך לדרכו".

ג. די צווייטע דרגא אין „ויעקב הלך לדרכו" איז — במוצאי שמח"ת:

במוצאי יוהכ"פ שטייט אַ איד אין אַ מעמד ומצב נעלה ביותר, וואָרום ער קומט ערשט פון אמירת „ה' הוא האלקים" ז"פ, (ולפנ"ז) „ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד" ג"פ, און „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד" פ"א, וואָס דאָס איז דער ענין פון מס"נ (בכח, וואָס ווערט פאַררעכנט אַזוי ווי מס"נ בפועל), וואָס מס"נ איז תכלית השלימות אין עבודת האדם (מלמטלמ"ע).

און תיכף לאח"ז זיינען „כל ישראל עסוקין במצוות", „זה עוסק בסוכתו וזה בלולבו וכו'"י — איז בפועל האָט מען דעמולט קיין שייכות ניט מיט עובדין דחול און דברים תחתונים (וואָס אין דערויף באַשטייט דער עיקר החידוש פון „ויעקב הלך לדרכו", אין זיין וועג, אין עניני הרשות און עובדין דחול)יא.

און ערשט במוצאי שמח"ת, וואָס דעמולט איז דער סיום פון די „ימים טובים" פון חודש תשרי — הויבט זיך אָן (בפרטיות יותר) דער ענין פון „ויעקב הלך לדרכו", אַז מ'גייט אויפטאָן אין368עניני הרשות און עובדין דחול, אַז דאָרטן זאָל ווערן אַ דירה לו ית'.

ד. און תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" איז — ווען עס ענדיקט זיך חודש תשרי און עס הויבט זיך אָן חודש חשון, און אין דערויף גופא — נאָך ר"ח חשון:

גלייך אויף מאָרגן פון שמח"ת איז „אסרו חג"יב, און אויך לאח"ז איז דאָך דער „מנהג ישראל" אַז מען זאָגט ניט קיין תחנון „עד סוף תשרי"יג — וואָס תחנון איז פאַרבונדן מיט עניני חול [וואָס דאָרטן קענען זיין פעולות אויף וועלכע מ'דאַרף אָנקומען צו דעם ענין פון תחנון], איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז חודש תשרייד האָט מען מצ"ע קיין שייכות ניט מיט עניני חול.

און בר"ח חשון — דער ערשטער טאָג ר"ח איז דאָך דער יום השלושים פון חודש תשרי, און דער צווייטער טאָג ר"ח (וואָס ער איז דער ערשטער טאָג פון חודש חשון) האָט אויך ניט קיין שייכות מיט עניני חול, וואָרום ר"ח איז ניט קיין „יום המעשה"טו.

און דערפאַר איז תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" — נאָך ר"ח חשון, וויבאַלד אַז דעמולט הויבן זיך אָן ימי המעשה, אין וועלכע מ'פאַרנעמט זיך מיט עובדין דחול וואָס געפינען זיך אין עוה"ז הגשמי והחומרי שאין למטה ממנו, און דאָרטן פירט מען דורך דעם נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים.

און דאָס איז איינע פון די סיבות אויף דער התוועדות — מעורר זיין נאָכאַמאָל וועגן דעם ענין פון „ויעקב הלך לדרכו", ווען מ'האַלט אין דעם זמן וואָס איז דער תכלית השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו" — לאחרי שקיעת החמה פון בדר"ח חשון און צאת הכוכבים, וואָס דעמולט הויבט זיך שוין אָן דער טאָג פון ב' חשון.

*

ה. אין דערויף קומט צו נאָך אַ הוראה נוספת וואָס מ'לערנט איר אָפּ פון דער קביעות פון ב' חשון אין ימי השבוע בשנה זו:

לויט קביעות שנה זו [וואָס יו"ט של ר"ה, דער ערשטער טאָג פון חגה"ס, און שמע"צ, זיינען געווען „ביום שמחתכם אלו השבתות"טז] קומט אויס ב' חשון אין יום השלישי בשבוע, וואָס ענינו פון יום השלישי איז — „הוכפל בו כי טוב"יז, „טוביח לשמים וטוב לבריות"יט.

וכמדובר כמ"פ אַז ס'איז ניט דער טייטש אַז אַ משך זמן פון יום השלישי369איז ענינו „טוב לשמים", און אַ משך זמן פון יום השלישי איז — „טוב לבריות", נאָר יעדער רגע פון יום השלישי איז אַ רגע פון אַ טאָג וואָס ענינו איז „טוב לשמים וטוב לבריות",

וואָס „טוב לשמים" איז כולל אויך דעם העכסטן אָפּטייטש אין „שמים", און „טוב לבריות" איז כולל אויך די דרגא הכי תחתונה אין „בריות"כ — איז דער אויפטו פון יום השלישי אַז אין יעדער רגע שבו שטייען ביידע ענינים („טוב לשמים" און „טוב לבריות") צוזאַמען, אַזוי אַז מ'קען גאָרניט פאַנאַנדערטיילן צווישן זיי.

ועד"ז בנוגע צו די פעולות וואָס זמנם ביום השלישי — אַז יעדע פעולה וואָס ווערט געטאָן ביום השלישי, איז אַ פעולה וואָס ענינה (דאַרף זיין ובמילא —) איז „טוב לשמים וטוב לבריות".

[אע"פ אַז בחיצוניות איז עס אַן ענין שבין אדם למקום, „טוב לשמים", אָדער אַן ענין שבין אדם לחבירו, „טוב לבריות" — אעפ"כ, מצד פנימיות הענינים [וואָס די פנימיות געוועלטיגט און נעמט דורך די חיצוניות] קען מען ניט מבדיל זיין און מפריד זיין צווישן דעם „טוב לשמים" מיטן „טוב לבריות"].

ו. האמור לעיל (אַז ענינו פון יום השלישי איז „טוב לשמים וטוב לבריות") איז שייך אין יעדן יום שלישי פון ימי השבוע — עס קומט אָבער צו די הוראה

דערפון וואָס ב' חשון (התחלת ימי

המעשה דכל השנה כולה — תכלית

השלימות פון „ויעקב הלך לדרכו")

קומט אויס ביום השלישי שהוכפל בו כי

טוב, „טוב לשמים וטוב לבריות".

והביאור בזה י"ל:

דער סיום וחותם פון די ימים טובים פון חודש תשרי איז — „שמחת תורה".

דער אָפּטייטש פון „שמחת תורה" איזכא (אויך) — אַז די תורה עצמה פרייט זיך, וכידוע דער פתגם פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועגן די ריקודים פון שמח"ת, אַז די תורה טאַנצט און זינגט, נאָר כדי אַז ס'זאָל אַרויסקומען בפועל, דאַרף מען האָבן דעם אידן [וואָס „אתם קרויין אדם"כב, „ע"ש אדמה לעליון"כג] וואָס ער ווערט די פיס פון דער תורהכד, און דער פה (וואָס איז מנגן דעם ניגון) פון תורה.

ד. ה. אַז אע"פ וואָס ענינה פון תורה איז הבנה והשגה, וואָרום זי איז חכמתו של הקב"ה, אעפ"כ, ווען עס קומט שמח"ת, שטייט די תורה למעלה מכל מדידה והגבלה (שמחת תורה), העכער פון איר דרגא אַלס חכמתו של הקב"ה, נאָר „ואהי' שעשועים גו' לפניו"כה, ביז „שעשוע המלך בעצמותו"כו,

און וויבאַלד אַז בשמח"ת שטייט די תורה אין אַן אופן פון „שעשוע המלך בעצמותו", גיסט זי זיך אַריבער כביכול איבער אירע כלים און מדידה והגבלה, און דאָס ברענגט אַרויס די שמחה און ריקודים פון תורה.

ז. עד"ז בנוגע צום מעמד ומצב פון אידן, אַז בשמח"ת שטייט אַ איד למעלה מכל מדידה והגבלה:

370עס איז ידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינוכז אַז בשמח"ת באַשטייט עבודת היום (ניט אין דער הבנה והשגה פון ענינים (עמוקים) שבתורה, נאָר) אין שמחה וריקודים.

וואָס אין דעם ענין הריקודים גלייכן זיך אויס אַלע אידן, פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך ושואב מימיך"כח.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשמח"ת שטייט אַ איד העכער פון זיינע מדידות והגבלות (וואָס אין דערויף זיינען די חילוקים צווישן „ראשיכם שבטיכם" און „חוטב עציך ושואב מימיך"), און דערפאַר שטייען דעמולט אַלע אידן בהשוואה.

בסגנון אחר:

בשמח"ת שטייט אַ איד בגלוי אין דעם אופן ווי ער שטייט בשרשו ומקורו, וואָס דער שורש ומקור פון אַ אידן איז העכער פון תורה, ווי עס שטייט אין תדבא"רכט „שני דברים קדמו לעולם תורה וישראל, ואיני יודע איזה מהם קודם, כשהוא אומר צו את בנ"י דבר אל בנ"י, אומר אני ישראל קדמו", ד. ה. אַז נש"י זיינען מושרש נאָך העכער פון תורה.

און ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס דער מגידל איז מבאר דעם ענין פון „ישראל עלו במחשבה"לא, אַז „קודם שנבראו ישראל הי' נחקק צורתם במחשבה", בדוגמת האב וואָס איז מצייר במחשבתו צורת בנו (נאָר „אצל השי"ת שייך זה לומר אף קודם שנבראו"), און וויבאַלד אַז עלה לפניו ית' דער תענוג וואָס ער וועט האָבן פון עבודת הצדיקים (כמרז"ללב „במי נמלך בנשמותיהן של צדיקים"לג), האָט ער זיך מצמצם געווען „כדמיון אב המצמצם את שכלו ומדבר דברי קטנות בשביל בנו הקטן"לד —

ד. ה. אַז אויך אין דער דרגא וואו עס איז נאָך ניט שייך דער ענין פון בריאה („קודם שנבראו"), איז שוין דאָרטן דאָ די מציאות פון אידן.

[וואָס דאָס איז ניט פאַרבונדן מיט אַ מעלה מסוימת וואָס איז דאָ ביי אַ אידן (אַז ער האָט אַן אות בתורהלה וכיו"ב), נאָר ס'איז פאַרבונדן מיטן עצם המציאות פון אַ אידן,

[ווי ס'איז אויך מודגש אין דעם משל פון מגידלד אַז אידן זיינען בדוגמת בן קטן — וואָס אויב עס רעדט זיך וועגן אַ מעלה מסוימת, איז ער שוין ניט קיין קטן (בכל, באמת), וואָרום ס'איז דאָ איינער וואָס האָט ניט די) מעלה, איז דאָך יענער קלענער פון דעם וואָס האָט די מעלה],

און דערפאַר זיינען אַלע אידן גלייך אין דערויף].

ביז אַז בשמח"ת שטייען אידן אין אַן אופן פון „ישראל ומלכא בלחודוהי"לו,371כביכול, מ'קען גאָרניט פאַנאַנדערטיילן וואָס איז עצמות און וואָס איז ישראל, וואָרום דאָס איז „בלחודוהי", עס ווערט איין זאַך, כולא חד ממש.

[עס איז דאָ דער אָרט פון „הי' הוא ושמו בלבד"לז — וואָס אין דערויף זיינען דאָ חילוקי דרגות פון „הוא" און „שמו", און דערנאָך (דאַרף זיין —) איז דאָ די באַוואַָרעניש פון „בלבד"; אָבער „ישראל ומלכא בלחודוהי" איז אין אַן אופן אַז עס ווערט איין זאַך ממש].

ח. וויבאַלד אַז בשמח"ת שטייט אַ איד אין אַ שמחה וואָס איז למעלה מכל מדידה והגבלה, דערפאַר וואָס דעמולט שטייט ער אין דעם אופן ווי ער איז מושרש למעלה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דעמולט איז ניט שייך צו מחלק זיין צווישן די צוויי ענינים פון „טוב לשמים" און „טוב לבריות"לח, וואָרום וויבאַלד ער שטייט אין אַ שמחה שלמעלה ממדידה והגבלה, זיינען ביי אים אַלע ענינים בהשוואה, ובמילא זיינען „שמים" און „בריות" ניט קיין צוויי באַזונדערע זאַכן.

די כוונה איז דאָך אָבער אַז דער „טוב לשמים" מיטן „טוב לבריות" זאָלן ביי אים שטיין צוזאַמען (ניט נאָר ווען ער שטייט אין אַ תנועה שלמעלה ממדידה והגבלה, אַזוי ווי דאָס איז בשמח"ת, נאָר) אויך אין דעם זמן ומצב פון „ויעקב הלך לדרכו", ווען ער דאַרף אויפטאָן אין עוה"ז התחתון שאין למטה ממנו — אַז דאָרטן זאָל עבודתו בפועל זיין לויטן אויפטו פון יום השלישי, „טוב לשמים וטוב לבריות" צוזאַמען.

און צוליב דערויף דאַרף זיין דער ענין פון „עיניו למטה ולבו למעלה"לט:

ווען ער שטייט למעלה ביז אין תכלית השלימות, ווי דער מעמד ומצב פון שמח"ת אַז ער שטייט למעלה מכל מדידה והגבלה — איז אויב ער וועט דעמולט ניט האָבן קיין פאַרבונד מיטן מטה, ווייסט מען ניט ווי וועט ער זיך פירן ווען ער וועט אַראָפּקומען אין מטה,

און דערפאַר איז זייענדיק למעלה דאַרף זיין „עיניו למטה", ד. ה. אַז די אורות דאַרפן זיין פאַרבונדן מיט די כלים, און דער מטה דאַרף ניט זיין מושלל באַ אים — וואָס דעמולט נעמט ער מיט די תנועה שלמעלה ממדידה והגבלה אין דער עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו", אַז אויך ווען ער פאַרנעמט זיך מיט עניני עוה"ז הגשמי והחומרי, זאָל ער שטיין אין אַן אופן שלמעלה ממדידה והגבלה.

ט. און דאָס איז מודגש אין קביעות שנה זו, אַז דער (עיקר ושלימות ה)ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן ביום השלישי:

דער ענין פון „ויעקב הלך לדרכו" קומט אַלס המשך צו שמח"ת (דער סיום וחותם פון די ימים טובים פון חודש תשרי), ד. ה. אַז פון שמח"ת גייט מען372אַריין אין אַזוינע ימי המעשה וואָס התחלתם איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, „טוב לשמים וטוב לבריות".

וואָס אין דערויף איז מודגש אַז מ'נעמט מיט פון שמח"ת די תנועה פון שטיין למעלה ממדידה והגבלה — אין דער עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו",

אויך ווען ער פאַרנעמט זיך מיט עניני עוה"ז זאָל ער שטיין למעלה ממדידה והגבלה, (ביז) ווי עס דריקט זיך אויס אין דעם ענין פון יום השלישי, אַז „טוב לשמים" און „טוב לבריות" ווערן איין זאַך.

און דורך דעם וואָס די עבודה פון אידן איז למעלה ממדידה והגבלה, ווערט די גאולה האמיתית פון אַלע מדידות והגבלות,

ביז צו דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, אַז עס ווערט דער „קץ שם לחושך"מ, און „שמחת עולם על ראשם"מא, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

*

י. האמור לעיל וועגן דעם ענין פון „טוב לשמים וטוב לבריות" איז אויך פאַרבונדן מיט דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאָג — יום ג' דפ' נח:

אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאָג שטייטמב: „ויזכור אלקים את נח ואת כל החי' ואת כל הבהמה אשר אתו בתיבה וגו'".

שטייט אויף דערויף אין מדרשמג, אַז דער „ויזכור אלקים את נח ואת כל החי' ואת כל הבהמה", איז פאַרבונדן מיטן פסוקמד „אדם ובהמה תושיע ה'", אַז „תשועת השי"ת הי' בשביל כולם"מה — הדגשת הענין פון „טוב לשמים וטוב לבריות":

„נח איש צדיק"מו איז פאַרבונדן מיט „שמים", און „כל החי' גו' כל הבהמה" זיינען „בריות", און מ'פאַרגלייכט ביידן זאָגנדיק „ויזכור אלקים את נח ואת כל החי' ואת כל הבהמה", „אדם ובהמה (בשוהמז) תושיע ה'".

יא. והביאור בזה:

דער ענין פון „ויזכור אלקים את נח גו'", איז געווען אַ הקדמה צו דעם כריתת ברית פון דעם אויבערשטן מיט נח אַז „לא יהי' עוד מבול לשחת הארץ"מח.

בנוגע צו כללות הענין פון דעם כריתת ברית, איז מבואר בכ"ממט אַז עס איז דאָ דער כריתת ברית מיט נח, דער כריתת ברית מיט אברהם אבינונ, און דער כריתת ברית מיט משה רבינונא:

דער כריתת ברית מיט נח איז „על השפעת חיות העולמות שלא יופסק ולא יתבטל לעולם"נב, „לא ישבותו"נג, וואָס דאָס (נעמט זיך פון יחוד חיצוני דאו"א, וואָס) איז פאַרבונדן מיט חיצוניות העולם;

373דער כריתת ברית מיט אברהם אבינו איז פאַרבונדן מיט תומ"צנד [ביי אברהם אבינו איז שוין געווען דער ענין פון מצות מילה, וואָס דאָס האָט אויפגעטאָן דער חיבור פון מעלה מיטן מטה, אַז ס'זאָל זיין קדושת חפצא אין אַ דבר גשמינה], וואָס דאָס איז (און נעמט זיך פון יחוד פנימי דאו"א) המשכת אלקות בעולם;

און דער כריתת ברית מיט משה רבינו איז אויף דעם ענין התשובה, (כמובן גם מפשטות הענין — תיקון חטא העגל), וואָס תשובה איז „העכער" פון תומ"צ, ביז אַז זי איז ממלא דעם חסרון וואָס איז געווען אין די ענינים פון תומ"צנו, און דאָס איז פאַרבונדן מיט די י"ג מדה"ר וועלכע זיינען „העכער" פון תומ"צנז.

יב. אין דערויף איז אָבער צריך ביאור:

עס איז מבואר אין לקו"תנח אַז דער ענין פון כריתת ברית איז „כמו למשל שני אוהבים שכורתים ברית ביניהם שלא תפסוק אהבתם . . שעושין ביניהם קשר אמיץ וחזק שיתייחדו ויתקשרו באהבתם בקשר נפלא ולמעלה מן הטעם והדעת . . כאילו נעשו לבשר אחד . . כמ"שנט אשר כרתו את העגל ויעברו בין בתריו כלומר להיות שניהם עוברים בתוך גוף אחד להיות לאחדים".

איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק — ווי האָט געקענט זיין דער ענין פון כריתת ברית מיט נח:

עס איז דאָך געווען קודם מ"ת, ווען ס'איז נאָך געווען די גזירה פון „עליונים לא ירדו לתחתונים וכו'"ס, און עס איז נאָך אַפילו ניט געווען דער חיבור פון מעלה מיטן מטה אין דעם אופן ווי עס האָט זיך אויפגעטאָן דורך מצות מילהסא —

איז ווי האָט דעמולט געקענט זיין דער ענין פון כריתת ברית מיטן אויבערשטן אין אַן אופן „שיתייחדו ויתקשרו באהבתם בקשר נפלא . . להיות שניהם עוברים בתוך גוף אחד להיות לאחדים"?

נאָכמער: דער פסוק „ויזכור אלקים את נח וגו'" (וואָס דאָס האָט דערנאָך געבראַכט דעם כריתת ברית מיט נח) זאָגט מען בר"ה אין די פסוקי זכרונות, און אין דערויף היינגט אָפּ די המשכה פון עצמות ומהותסב אין פנימיות השילמית (יין דורך דערויף אויך אין חיצוניות העולמות)?!

374יג. איז דער ביאור בזה — אַז היא הנותנת:

וויבאַלד אַז דעמולט איז נאָך ניט געווען דער ענין פון תומ"צ, איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין פון „ויזכור אלקים את נח וגו'" איז געווען פון אַן אָרט וואָס איז העכער פון תומ"צ.

ד. ה. אַז דער „ויזכור אלקים את נח וגו'" איז געווען „מצד האהבה פנימית והעצמית . . מצד עצם מעלת נש"י"סג, וואָס נש"י זיינען נאָך העכער פון תומ"צ, ווי ער זאָגט אין תנא דבי אליהוסד,

און פון דאָרטן קומט דאָס אַראָפּ למטה מטה ביותר — אַז ס'זאָל זיין דער כריתת ברית אויפן קיום פון חיצוניות העולם,

בדוגמא ווי דאָס איז בנוגע צו דער המשכה פון ר"ה, אַז מ'איז ממשיך פון עצמות ומהות אין (פנימיות העולמות, און דורך דערויף קומט דאָס אויך אַראָפּ אין) חיצוניות העולמותסב.

יד. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער קשר פון „ויזכור אלקים את נח וגו'", מיט דעם ענין פון „טוב לשמים וטוב לבריות":

דער ענין פון „ויזכור אלקים את נח וגו'" איז מצד די אהבה פנימית ועצמית וואָס איז פאַרבונדן מיט עצם מעלת נש"י, ווי זיי שטייען העכער פון תומ"צ.

וואָס די אהבה פנימית ועצמית צו נש"י דערגרייכט אין אַן אָרט וואָס איז העכער פון די חילוקי דרגות פון „אדם" און „בהמה"סה,

[און אין עבודת האדם איז עס דער ענין פון עבודת התשובהסג, כמרז"לסו „בני אדם שהן ערומין בדעת ומשימין עצמן כבהמה", וואָס עבודת התשובה איז העכער פון תומ"צסז],

און פון דאָרטן ווערט נמשך דער ענין פון „אדם ובהמה תושיע ה'" — אַז פון די פנימיות שבפנימיות זאָל עס אַראָפּקומען למטה מטה, אַז ס'זאָל זיין דער „ויזכור אלקים את נח ואת כל החי' ואת כל הבהמה", „טוב לשמים וטוב לבריות" בהשוואה.

טו. דער ענין פון „ויזכור אלקים את נח וגו'", איז אויך פאַרבונדן מיט שמח"ת. והביאור בזה:

עס שטייט אין מדרשסח אויפן פסוק „ויזכור אלקים את נח וגו'" — „ומה זכירה היתה שם, ביאת ישראל להר סיני לקבל התורה, לפי שבסוף חודש אייר שלמו ארבעים יום של ירידת גשמים וק"נ של תגבורת המים".

און לויט דעם קס"ד וואָס ווערט געבראַכט בכ"מ אויך אין תורת החסידותסט אַז שמח"ת האָט געדאַרפט זיין אין „זמן מתן תורתנו" [וואָס אַ קס"ד אין תורה איז אויך תורהע], איז פאַרשטאַנ־375דיק דער קשר צווישן דעם ענין פון „ויזכור אלקים את נח וגו'" מיט דעם ענין פון שמח"ת.

טז. והמעשה הוא העיקרעא — אַז מ'זאָל מוסיף זיין אין לימוד התורה, נגלה און חסידות, בהתמדה ושקידה, ומתוך שמחה,

וואָס די שמחה וועט פורץ זייןעב די מדידות והגבלות וואָס זיינען דאָ ביי אים, און אויך די מדידות והגבלות וואָס זיינען דאָ אין וועלט, ביז אַז ער וועט ווערן דער בעה"ב אויף וועלט,

וכמרז"לעג „כל השונה הלכות בכל יום כו' הליכות עולם לועד א"ת הליכות אלא הלכות", ד. ה. אַז דורך דעם וואָס ער איז „שונה הלכות" ווערט דער „הליכות עולם — לו", די הנהגה פון וועלט („הליכות עולם") געהערט צו אים („לו"), ער איז דאָרטן דער בעה"ב, „מאן מלכי רבנן"עה.

און דעמולט ווערט דער אמת'ער שלום בעולם, וואָרום „ה' עוז לעמו יתן („אין עוז אלא תורה"עו) ה' יברך את עמו בשלום"עז,

אַז „ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד"עח, דערפאַר וואָס „והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם"עט, ביז „ואולך אתכם קוממיות"פ.

יז. די הוספה אין לימוד התורה, „מבצע תורה", איז אויך פאַרבונדן מיט אַ הוספה אין אַלע „מבצעים", וויבאַלד אַז אַלע „מבצעים" זיינען פאַרבונדן מיט „מבצע תורה":

„מבצע אהבת ישראל" — וואָס אהבת ישראל איז אַ „כלל גדול בתורה"פא,

„מבצע חינוך" — (דעיקרו) „ושננתם לבניך"פב, וואָס דאָס איז אַ מ"ע מה"ת וועלכע מ'דערמאָנט אין ק"שפג (סיי אין פרשה ראשונה און סיי אין פרשה שני'פד) פעמיים בכל יום,

„מבצע תפילין" — וואָס „הוקשה כל התורה כולה לתפילין"פה, ווי מ'לערנט אָפּ פון דעם פסוקפו „למען תהי' תורת ה' בפיך",

„מבצע מזוזה" — ווי דער מיטעלער רבי בריינגט אַראָפּ בסידורופז אַז זי איז שקולה כנגד כל המצוות שבתורה — ל' הוראה,

„מבצע צדקה" — וואָס „שקולה כנגד כל המצוות"פח שבתורה — ל' הוראה, און „מקרבת את הגאולה"פט,

„בית מלא ספרים — יבנה וחכמי'" — וואָס איז פאַרבונדן מיט „מבצע תורה",

„מבצע נרות שבת קודש" — פאַרבונדן מיט „נר מצוה ותורה אור"צ,

376„מבצע כשרות האכילה ושתי'" — וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן פנימית'דיקן לחם און מזון פון אַ אידן — תורה, ווי עס שטייטצא „ותורתך בתוך מעי",

און „מבצע טהרת המשפחה" — „מעין ובור מקוה, מים"צב, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט „אין מים אלא תורה"צג, תורה איז מטהר ומזכך, עס דאַרף אָבער אַראָפּקומען אין אַ דבר גשמי (אַזוי ווי אַלע מצוות) — אין מים כפשוטם, און אין דער מדידה והגבלה פון ארבעיםצד סאהצה.

ובקרוב ממש וועט דאָס בריינגען צום קיום היעודצו „וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש, למטה מעשרה טפחים, ובעגלא דידן.

חי. אַזוי ווי מ'גייט אַרויס פון חודש תשרי און פון די טעג פון ר"ח — אין ימי המעשה,

וואָס דעמולט איז דאָך אויך דאָ דער ציווי פון „עבדו את ה' בשמחה"צז, און כולל אויך אין „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו"צח,

האָט מען די נתינת כח און די הבטחה אַז „בשמחה תצאו ובשלום תובלון ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל עצי השדה ימחאו כף"צט,

כן תהי' לנו — אַ שנה של שמחה, שמחה גלוי' ונראית למטה מעשרה טפחים.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-7wnvwx7r

עותקים

פעילות אחרונה

#193 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · אושרה
#136 Likkutei Sichos vol 20: machine reading · נסגרה

מקורות