לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ג
381משיחות ש"פ לך לך, ח' מרחשון ה'תשמ"א
א. צווישן די ענינים המיוחדים וואָס אין היינטיקן שבת, איז וואָס ער איז אויף מאָרגן נאָך שבעה בחשון — דער טאָג אין וועלכן עס האָט זיך פאַרענדיקט דער אומקערן זיך פון דער עלי' לרגל דחג הסוכותא, ווען יעדערער [אויך דער „אחרון שבישראל"] האָט זיך אומגעקערט צו זיך אַ היים און צום געוויינטליכן טאָג טעגליכן לעבן.
וואָס ניט קוקנדיק אויף דער ירידה — לגבי דעם מצב און מדריגה ווען זיי זיינען געווען אין בית המקדש — אין דעם מצב און מדריגה אין וועלכן אידן זיינען געווען באַ זיך אין דער היים [ובפרט דער „אחרון שבישראל" וואָס זיין היים איז געווען באַם ברעג פון ארץ ישראל (לעבן נהר פרת), וואָס דאָס ווייזט אַז אויך זיין רוחניות'דיקער מצב איז געווען אין אַ נידעריקע מדריגה]
— וואָס יעדער מאָל ווען אַ איד האָט עולה געווען אין ירושלים, אפילו בימי החול, האָט עס אים געברענגט צו אַ העכערע מדריגהב. ומכ"ש בעת די עלי' לרגל לראות „את פני ה' אלקיך" שלש פעמים בשנהג. ובפרט בחג הסוכות זמן שמחתנו. ועאכו"כ אין אַ שנת הקהל, ווען אַלע אידן צוזאַמען האָבן געהערט פון מלךד פרשיות פון תורה ובאופן „כאילו . . מפי הגבורה שומעה"ה —
איז זייער גיין פון ביהמ"ק צו זיך אַ היים געווען בשמחה — „וילכו לאהליהם שמחים וטובי לב"ו.
ולכאורה איז ניט מובן: ווי קומט עס אַז בשעת אידן גייען אַוועק פון ביהמ"ק צו זיך אַ היים — וואָס דאָס איז (כנ"ל) אַ ירידה גדולה ביותר — זאָלן זיי זיין „שמחים וטובי לב"?
דער צוועק פון דעם גיין אַ היים, וואו יעדערער האָט זיך פאַרנומען מיט זיינע וואָכעדיקע און גשמיות'דיקע זאַכן, איז געווען בכדי צו מאַכן (אויך) פון זיי אַ משכן און מקדש צום אויבערשטן.
ווי עס שטייט „ושכנתי בתוכם" לשון רביםז, אַז דער אויבערשטער רוט ניט נאָר אין דעם ביהמ"ק (כפשוטו), נאָר אויך אין יעדער אידן, אין יעדער אידישע הויז און אין אַלע גשמיות'דיקע וואָכעדיקע זאַכן מיט וועלכע אַ איד פאַרנעמט זיך אין אַן אופן פון „כל) מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו"י.
און אין דעם „ושכנתי בתוכם" לשון רבים, אין דעם מקדש וואָס אידן מאַכן פון זייערע וואָכעדיקע זאַכן, איז דאָך דאָ דער יתרון האור וואָס קומט מן382החושך (דוקא)י — דערפאַר איז דער „וילכו לאהליהם" געווען אין אַן אופן פון „שמחים וטובי לב".
ג. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז ברוחניות — איז דער ביהמ"ק און אַלע זיינע ענינים, גאַנץ אויך איצטער. דערפון איז מובן, אַז האמור לעיל בנוגע צו שבעה בחשון — אַז דעמולט האָט זיך פאַרענדיקט דער ענין פון עלי' לרגל (שכולל גם החזרה לביתו) דחג הסוכות — איז עס אויך איצטער בזמן הגלות, און אויך אין חוץ לארץיא.
אַ הוכחה אויף דעם: דער טעם אויף דעם וואָס שאילת גשמים איצט הויבט מען אָן (בא"י) ערשט בז' חשון, „ט"ו ימים אחר החג" (און ניט „מיד אחר החג") איז — „כדי שיגיע האחרון שבישראל שעלה לרגל לביתו לנהר פרת כו' ולא יעצרנו הגשם"א — און וויבאַלד אַז אויך בזמן הגלות „מתחילין לשאול בא"י מליל ז' במרחשון", איז מוכחיב, אַז אויך איצטער איז דאָ דער ענין העלי' לרגל (ברוחניות), און אַז ער פאַרענדיקט זיך בז' בחשון.
ביז אַז דערפון קומט אַרויס אַ דין אפילו אין שטרותיג — וואָס אין שטרות איז נוגע „לשון בני אדם" (אַזוי ווי באַ נדרים)יד — און אפילו אין חוץ לארץ, אַז אויב מ'האָט געשריבן אין אַ שטר „אחר הרגל", איז די כוונה אין דעם — „ט"ו יום אחר הרגל", וויילע ביז דאַן איז נאָך „כאילו . . עסוקים בעניני הרגל"טו.
וואָס דערפאַר איז (ווי גערעדט אַמאָל בארוכהטז) די עבודה מסודרת פון „ויעקב הלך לדרכו"יז — ווען דער איד גייט צו זיין וועג, צו זיינע וואָכעדיקע ענינים, די עבודה פון „כל מעשיך יהיו לשם שמים" און „בכל דרכיך דעהו" — פאַנגט זיך אָן (בעיקר ובכל ההיקף) ערשט בשבעה בחשון.
ד. אע"פ אַז דער איבערגאַנג פון די „עניני הרגל" אין עניני חול איז אַ ירידה גדולה ביותר, איז אָבער לויטן כלל אַז יעדע ירידה איז צורך עלי', בכדי צוצוקומען צו אַ נאָך העכערע מדריגה ווי מ'איז געווען לפני הירידה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז די ירידה אין עניני חול (במשך השנה) איז צורך עלי', וואָרום דוקא דורך דעם וואָס אויך פון עניני חול, נידעריקע ענינים, מאַכט מען אַ דירה צום אויבערשטן, דוקא דורך דעם פירט מען אויס די כוונה פון „נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתו־383נים"יח, ביז אין תחתון שאין תחתון למטה ממנויט.
און דעריבער, אַיז בשעת מען גייט אַרויס פון חודש תשרי וואָס איז „מרובה במועדות"כ, ביז אַז מען גייט אַרויס אויך פון די „עניני הרגל" וואָס ציען זיך ביז ז' חשון, און מען גייט אַריין אין די „ימי המעשה" במשך כל השנה, פאַרנעמען זיך מיט עובדין דחול,
איז ניט נאָר וואָס עס דאַרף ניט געמינערט ווערן פון דער שמחה וואָס איז געווען אין „זמן שמחתנו" — און מען דאַרף מיטנעמען די שמחה של תורה ומצוה (דחג הסוכות שמע"צ ושמח"ת) אויף און אין כל השנהכא — נאָר נאָכמער: וויבאַלד אַז איצטער הויבט מען אָן די עבודה פון מאַכן פון די עניני חול אַ דירה צום אויבערשטן, דאַרף מען נאָך מוסיף זיין אין שמחה, מצד דערויף וואָס מען האָט זוכה געווען צו ווערן אַ שליח פון אויבערשטןכב צו מאַכן פאַר אים אַ דירה בתחתונים — בדוגמת דער „וילכו לאהליהם" (וואָס האָט זיך פאַרענדיקט בז' בחשון) וואָס איז געווען אין אַן אופן פון „שמחים וטובי לב".
ה. ענין הנ"ל אַז דער „ויעקב הלך לדרכו" דאַרף זיין בשמחהכג — איז פאַרבונדן אויך מיט דער הדגשה אין „ויעקב הלך לדרכו"כד, אַז אַ איד („יעקב") דאַרף האַלטן אין אַ שטענדיקן „גיין" און עולה זיין העכער און העכער — „מעלין בקודש"כה,
און נאָכמער: דער „מעלין בקודש" דאַרף זיין אין אַן אופן חדש לגמרי, וואָס איז העכער באין ערוך פון דעם אופן העבודה וואָס איז געווען ביז איצטער (וואָס דוקא דאַן איז עס אַ הליכה אמיתית, כמבואר בכ"מכו).
וואָס דאָס איז אויך מודגש במיוחד אין שבת פרשת לך לך, וואָס ענינה פון דער סדרה איז כשמה — לך לך,
און ווי דער פסוק טייטשט גלייך אָפּ: דער „לך" דאַרף זיין שלא בערך „מארצך וממולדתך ומבית אביך" — אפילו ווי זיי זיינען אין קדושהכז,
וואָרום וויבאַלד אַז ס'איז „ארצך", „מולדתך" און „בית אביך" (פון דעם מענטשן), זיינען זיי במדידה והגבלה, און דעריבער דאַרף מען גיין פון זיי. און גיין „אל הארץ אשר אראך", וואָס דער אויבערשטער ווייזט אָן — למעלה ממדידה והגבלה.
און דאָס איז אויך די שייכות מיוחדת פון ענין השמחה מיט „ויעקב הלך לדרכו": שמחה איז פורץ כל הגדריםכח, און דעריבער, ברענגט זי שמחה אין דעם „ויעקב הלך לדרכו" — עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה.
384ו. אַ הדגשה מיוחדת אין דער נויטיקייט פון „עבדו את ה' בשמחה"כט איז אין היינטיקער צייט, ווען „החושך יכסה ארץ וערפל לאומים", אָבער צו אידן האָט עס ניט — ויתרה מזה „ועליך יזרח ה'"ל, „ה' שומרך ה' צלך על יד ימינך יומם השמש לא יככה וירח בלילה"לא
ואדרבה: וויבאַלד אַז „מלכיות מתגרות אלו באלו" אין אַזאַ ווילדן אופן וואָס לא הי' לעולמים איז „צפה לרגלו של משיח"לב —
איז דורך שמחה שטאַרקט מען ביותר דעם בטחון אין דעם אויבערשטן, אַז „לא ינום ולא יישן שומר ישראל"לג, און אין דעם „צפה לרגלו של משיח" און „אחכה לו בכל יום שיבוא".
וואָס דאָס גופא, דער „אחכה לו בכל יום שיבוא" — דער בטחון אין דעם אויבערשטן, אַז גאָר אינגיכן וועט ער ברענגען משיח'ן — פאַרגרעסערט נאָכמער די שמחה, ביתר שאת וביתר עוז.
מען דערציילט אויף איינעם פון די צדיקי פולין ווען ער איז נאָך געווען גאָר בקטנותו — וואָס „בוצין בוצין מקטפי' ידיע"לד — אַז בעת מ'האָט פון אים מונע געווען אַן עפּעל, האָט ער געזאָגט די ברכה „בורא פרי העץ", און דורך דעם מכריח געווען צו געבן אים דעם עפּעל.
ובנוגע לענינינו: דורך דעם גופא וואָס אידן וועלן זיין שמח בשמחת הגאולה, מצד דעם בטחון אַז דער אויבערשטער וועט ברענגען משיח'ן גאָר אינגיכן — איז דאָס גופא וועט כביכול ברענגען נאָך גיכער (אחישנה) דעם אויבערשטן, אבינו שבשמים, צו ממלא זיין משאלות לבבם פון זיינע קינדער.
ח.פשוט אַז דאָס אַלעס איז כלל וכלל ניט דער ענין פון דוחק זיין את הקץ — ווייל דאָ רעדט זיך ניט וועגן קבלה מעשית, השבעת מלאכים וכיו"ב,
נאָר — וועגן לערנען תורה ומקיים זיין מצוות בשמחה ובהוספה, כולל אויך ופשיטא —
טראַכטן וועגן פירוש המילות כפשוטו, ווען ער שטייט פאַרן אויבערשטן און בעט ביי אים: ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים און — את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח — און מיינען עס מיט אַן אמת.
און דאַמאָלס — וועט ער אַ פרעג טאָן באַ זיך אַליין: וואָס האָב איך היינט געטאָן אין דעם?
ט. בכדי צו פאַרבינדן דאָס אויבנגעזאָגטע — בנוגע צו „ויעקב הלך לדרכו" (און „לך לך"), צו האַלטן אין איין מוסיף זיין אין תורה ומצוות, און בנוגע צו „עבדו את ה' בשמחה" — מיט אַן ענין של פועל,
איז כאן המקום לעורר נאָכאַמאָל אויף דער הצעה (וואָס מען האָט מציע געווען אין אַ פריערדיקער התוועדותלה): אַז יעדער איינער זאָל נעמען אויף זיך, בלי נדר, צו מוסיף זיין בכל יום ויום דימי השנה: אין לימוד התורה, און אין נתינת385הצדקה, וואָס זי איז כללות כל המצוותלו [ובערב שבת ויו"ט — געבן אַ סכום כפול, אויך פאַר שבת ויו"ט]
וואָס דאָס איז פאַרבונדן אויך מיט שמחה, וואָרום תורה איז דאָך „פקודי ה' ישרים משמחי לב"לז, און אויך צדקה — דאַרף זי דאָך זיין בשמחה וטוב לבבלח.
יו"ד. אַזוי ווי ס'איז אַ שנת הקהל, אַ יאָר וועלכער איז מדגיש אַז אַלע אידן, „האנשים והנשים והטף"לט, זיינען איין קהל — איז מה טוב, אַז די הוספה אין לימוד התורה זאָל זיין אין אַן ענין פון פרשת השבוע, וואָס דאָס פאַראייניקט אַלע אידן,
און אַז די הוספה אין נתינת הצדקה בכל יום זאָל זיין אַ סכום אין אַ מספר פון צען — בהתאם צו די צען סוגים פון וועלכע עס שטעלט זיך צוזאַמען דער קהל פון אידןמ.
ויהי רצון, אַז די שמחה וואָס וועט נתוסף ווערן דורך דער הוספה אין תורה ומצוות, זאָל פורץ זיין אויך די גדרי הגלות כפשוטה, אַז גאָר אינגיכן וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.