עברית
Library

Letter 1313

כ"ו כסלו, תשי"ב · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מנחם מן שי'

ב"ה, כ"ו כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מנחם מן שי'

שלום וברכה!

עס האט מיר זייער געפרייט צו ערהאלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט, אז מען האט פארבראכט דעם חג י"ט כסלו מיט א סיום אויף משניות, געזונגען דעם אלטען רבי'נס ניגון און מען האט גע'חזר'ט חסידות.

עס וואלט זייער גלייך געווען צו איינארדענען אזעלכע התועדות ו[ו]אס אפטער.

און בפרט שבת מברכים החדש, און יומי דפגרא, ווארום אז חסידישע אידען קלייבען זיך צוזאמען, רעט מען דאך געוויס איבער א תורה ווארט, א חסידישן תורה ווארט און אויך סיפורי צדיקים יסודי עולם, וואס מאמרי רז"ל און ספורי צדיקים פרישען אפ דעם נפש האלקית, און געבען אים כח אויף צו פארטזעצען די עבודה וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארען אויף אים, צו דערלייכטען זיין גוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם וועלכע איז שייך צו דעם אידען.

און אזוי ווי די מצוה פון חנוכה איז דאך צו אנצינדען ליכט, משתחשך, און פון נאכט צו נאכט מוסיף זיין אור בנרות, איז דאס א מוסר השכל אויף דעם כללות החשך של הגלות, אז יעדער אידען איז געגעבען געווארען דער כח אויף צו באלייכטען דעם חשך הגלות און פון מאל צו מאל מוסיף זיין אור, וכמרז"ל מעלין בקדש.

איך בעט אייך איבערגעבען מיין גרוס צו די אלע וועלכע האבען זיך באטייליגט אין דעם י"ט כסלו פארבריינגען. און אלעס מיטבא-טייליגונג אין דער נאהענסטער התועדות, לייג איך דא סימבאליש 5$ וועלכע זאל באנוצט ווערען אויף די זאכען וועלכע העלפען צו דער התועדות, ווי משקה פארבייסען וכו'.

בברכה לבריאות הנכונה ופ"ש כל המתועדים שיחיו.

מוה"ר מנחם מן: סוועט. אגרת נוספת אליו - לעיל א'רכז.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 5
Id
rh-6qdpf9kq

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1313