Letter 1230
ערב חג הסוכות, תשי"ב · ה' עליהם יחיו
אל בני ובנות ישראל בברייטאן ביטש"
מיט פרייד האב איך אויפגענומען די ידיעה אז אין ברייטאן ביטש האט זיך צוזאמענגעשטעלט א "ועד טהרת המשפחה" וועמעס ציל עס איז אויפצובויען דארטן א כשרה מקוה.
פון דעם אפהיטונג פון טהרת המשפחה איז אפהיינגיק ניט נאר דער גייסטיקער, נאר אויך דער פיזישער קיום פון פרט און פון כלל.
די עקזיסטענץ פון א כשר'ער מקוה אין יעדער אידישער געגענד, וועלכע זאל געבען די מעגליכקייט פאר יעדער אידישער פרוי אפצוהיטען טהרת המשפחה אן איבעריקע שוועריגקייטן, איז דעריבער א אומבאדינגטע נויטווענדיגקייט, און קיינע שטערונגען דארפען ניט אפהאלטען דעם אויפבוי פון א מקוה.
זעלבסטפערשטענדליך, אז עס איז פון גרעסטער וויכטיגקייט אז די מקוה זאל אויפגעבויט ווערען וואס פריער;, וכל המציל נפש אחת מישראל כאילו הציל עולם מלא, און עס איז צו גרויס די אחריות פאר אפלייגען עס אפילו אויף א קורצע צייט.
איך ווענד זיך דערפאר מיט מיין בקשה צו אלע וואס קענען העלפען אין דעם, ובפרט צו די אידישע איינוואוינער פון ברייטאן ביטש, אנטיילצונעמען מיט דער גרעסטער ווארימקייט אין שאפען די געהעריקע מיטלען פאר אויפבויען די מקוה.
איך וויל אויך שטארק זיין אין דער האפנונג אז די רבנים, שול פרעז[י]דענטן און עסקנים פון געגענד, וועלען זיכער ניט רוען ביז די מקוה וועט בעזרת השם יתברך געעפענט ווערען אין דער נאענטער צוקונפט.
דער זכות פון דער גרויסער מצוה זאל ביישטיין יעדען איינעם און יעדער איינער וועלכע נעמען אנטייל אין דעם, געבענטש צו ווערען פון השם יתברך אין אלעס וואס זיי דארפען בבני חיי ומזוני רוויחי.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 5
- Id
- rh-6fjc370k
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit