עברית
Library

Likkutei Sichos

Va'eschanan 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

49ואתחנן 3

א. אין פּסוק „וקשרתם לאות על ידך והיו לטוטפות בין עיניך"א, איז רש"י מפרש: „וקשרתם לאות על ידך — אלו תפלין שבזרוע, והיו לטוטפות בין עיניך — אלו תפלין שבראש".

לערנענדיק בהשקפה ראשונה קען אויסקומען, אַז רש"י איז דאָ פּשוט אויסן צו מפרש זיין אַז מיט „לאות גו' לטוטפות גו'" ווערט געמיינט תפלין. מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען — מצד כמה טעמים;

א) לפי זה האָט רש"י ניט געדאַרפט מעתיק זיין פון פּסוק (אויך) די ווערטער „וקשרתם" „והיו".

ב) מיט איין פּסוק פריערב שטייט „ודברת גו' ובשכבך ובקומך". איז דאָרט רש"י מפרש בלויז אַז „ובשכבך ובקומך" מיינט „זמן שכיבה וזמן קימה", אָבער אַז דערמיט ווערט געמיינט קריאת־שמע, זאָגט ניט רש"י. ווייל דאָס איז אַ דבר פּשוט וואָס רש"י דאַרף עס ניט מפרש זיין און אויך אַ תלמיד — „בן חמש (למקרא)", ווען ער לערנט אַז מען דאַרף אַ געוויסע זאַך זאָגן ב"זמן שכיבה וזמן קימה" פאַרשטייט ער אַז דאָס רעדט זיך וועגן ק"ש — ווייל ער ווייסג אַז ביים לייגן זיך שלאָפן און ביים אויפשטיין לייענט ער ק"ש,

היינט אויב אַזוי, פאַרוואָס דאַרף רש"י מפרש זיין אַז מיט „וקשרתם גו'" ווערט געמיינט תפלין? — אויך דאָס איז זייער פּשוט און דער תלמיד מייסד אַז „על ידך" און „בין עיניך" לייגט מען תפליןח.

ג) אפילו את"ל אַז וויבאַלד דער „בן חמש" לייגט נאָך ניט קיין תפלין אָבער שמע לייענט ער שוין יע*5, איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן אַז ביי „ובשכבך ובקומך" דאַרף רש"י ניט אויסטייטשן אַז עס מיינט ק"ש און ביי „וקשרתם גו'" דאַרף רש"י יע מפרש זיין אַז עס מיינט תפליןח —

זעט מען אָבער אַז דער ציווי אויף תפלין גופא שטייט שוין פריער (אין פ' באז) און צוויי מאָל; „והי' לך לאות על ידך ולזכרון בין עיניך" און „והי' לאות על ידכה ולטוטפות בין עיניך"ח.

50ד) אויב רש"י וואָלט אויסן געווען צו מפרש זיין אַז עס מיינט תפלין, איז גענוג ער זאָל שרייבן בקיצור; „וקשרתם גו' והיו — אלו תפלין"ט?

מכל הנ"ל לייגט זיך בשכל צו זאָגן, אַז רש"י איז דאָ אויסן צו מדגיש זיין (ניט „אלו תפלין", נאָר) אַז „וקשרתם לאות על ידך" איז תפלין שבזרוע און „והיו לטוטפות בין עיניך" איז תפלין שבראש. דאָס איז אָבער ניט מובן; וואָס איז דער חידוש אַז „על ידך" איז „תפלין שבזרוע" און „בין עיניך" — „תפלין שבראש"י?

ב. לאחרי ווי רש"י איז מפרש „והיו לטוטפות בין עיניך — אלו תפלין שבראש", איז ער ממשיך (אין דעם זעלבן דיבור); „ועל שם מנין פרשיותיהם נקראו טטפת, טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים".

אויך אין דעם איז ניט מובן;

דעם טייטש פון „טטפת" האָט שוין רש"י געשריבן פריער אין פ' באיא, און דאָרט איז ער מפרש צוויי פּירושים אין דעם וואָרט; איין פּירוש „ועל שם שהם ארבעה בתים קרויין טטפת, טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים". און אַ צווייטן פּי', אַז „טוטפות" איז „לשון דיבור", ווייל דער וואָס וועט זען די תפלין „יזכור הנס וידבר בו"יב.

איז ממה נפשך; אויב רש"י איז חושש, אַז פון פ' באַ ביז פ' ואתחנן האָט שוין דער תלמיד פאַרגעסן וואָס ער האָט געלערנט — האָט רש"י געדאַרפט שרייבן דאָ אויך דעם צווייטן פּי'; און אויב רש"י נעמט אָן אַז דער תלמיד געדענקט וואָס ער האָט געלערנט אין פ' באַ (כאָטש אינמיטן האָט ער געלערנט דריי חומשים) — האָט רש"י אויך דעם ערשטן פּירוש ניט געדאַרפט שרייבן (ובפרט אַז דעם ערשטן פּירוש חזר'ט ער איבער מיט דער גאַנצער אריכות ; ער באַנוגנט זיך51ניט מיט שרייבן אַז „טטפת" איז „על שם מנין פרשיותיהם"יג, נאָר ער טייטשט אויך אויס ווי דער מנין איז מרומז אין וואָרט „טטפת" — „טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים" — און דעם צווייטן פּירוש דערמאָנט ער כלל ניט)?

אפילו את"ל אַז, כרגיל בפּרש"י על התורה אַז ווען ער בריינגט אַן ענין צום צווייטן מאָל שרייבט ער עם בקיצור לגבי דעם ערשטן מאָל, אַזוי אויך דאָ, שרייבט ער בלויז דעם ערשטן פּירוש —

איז אָבער אין אונזער פּסוק איז רש"י (ניט נאָר מקצר, נאָר אויך) משנה פון זיין פּי' לגבי פ' באַ; (א) דאָרט זאָגט ער „ארבעה" און דאָ זאָגט ער „מנין". (ב) אַ גרעסערער שינוי; דאָרט זאָגט ער „שהם ארבעה בתים" און דאָ — „מנין פּרשיותיהם"?

ג. די שוועריקייט אין דעם וואָס רש"י זאָגט דאָ „מנין פרשיותיהם" איז (ניט בלויז וואָס ער איז משנה פון זיין פּי' אין פ' באַ וואו ער זאָגט „ארבעה בתים", נאָר) אויך מצד אונזער פּסוק גופא;

וויבאַלד אַז „טטפת" שטייט נאָר ביי „בין עיניך" און ניט ביי „על ידך", לייגט זיך לכאורה צו זאָגן, אַז דער מספּר פיר וואָס איז מרומז אין „טטפת" איז דאָ נאָר אין תפלין של ראש, ניט אין תפלין של ידיד —

ובמילא דאַרף מען לערנען, אַז דער נאָמען „טטפת" איז מרמז די פיר בתים, וואָס זיי — פיר בתים — זיינען בלויז ביי תפלין של ראש, וואָרום תפלין שבזרוע זיינען איין ביתיח. היינט פאַרוואָס לערנט רש"י אַז דער נאָמען „טטפת" (וואָס דער פּסוק זאָגט עם בלויז ביי תש"ר) איז צוליב די פיר פרשיות — וואָס אויך אין תש"י זיינען פיר פרשיותיט?

ד. איז דער ביאור אין דעם;

אין פ' באכא שטייט „והי' לאות על ידכה ולטוטפות בין עיניך" — „והי'" לשון יחיד. ד. ה. אַז די זאַך וואָס זאָל זיין „לאות" און „לטטפת" איז איין ענין — און ווי רש"י איז דאָרט מפרש (אין אַ פריערדיקע פּרשהיז) אַז „והי'" גייט אויף (דעם ענין פון) יציאת מצריםכח וואָס רעדט זיך פריער אין דער פּרשה; משא"כ אין אונזער פּרשה שטייט „וקשרתם (לאות)52גו' והיו (לטוטפות גו')" לשון רבים — מען דאַרף זיי אָנבינדן „לאות (על ידך)" און זיי דאַרפן זיין „לטטפת (בין עיניך)" — און דאָס גייט אויף „הדברים האלה", די פּרשיותי אין וועלכע עס שטייט די מצות תפליןכ, וואָס די פּרשיות זיינען רבים.

און דעריבער איז אין פ' באַ רש"י מפרש דעם נאָמען „טטפת" על שם הבתים און אין אונזער פּרשה — על שם הפרשיות;

יציאת מצרים שטייט אין די פּרשיות „קדש" און „והי' כי יביאך". אָבער אין די פּרשיות „שמע" און „והי' אם שמוע" ווערט כלל ניט דערמאָנט יצי"מ *כ. קען מען דאָך במילא ניט זאָגן, אַז „והי' . . ולטטפת" (פון פ' בא) זאָל מיינען די פיר פּרשיות — ווייל אויף די פּרשיות „שמע", „והי' אם שמוע", פּאַסט ניט צו זאָגן „והי'" (לשון יחיד) וואָס גייט אויף יציאת מצרים.

[ונוסף לזה; אויב מען זאָל זאָגן אַז „טטפת" שבפ' באַ איז ע"ש די פיר פּרשיות, וועט דאַן אויסקומען אַז ביז צו שנת הארבעים, וואָס ערשט דאַן האָט משה געזאָגט די פּרשיות שמע און והי' אם שמוע, איז דער גאַנצער ענין פון תפלין ניט געווען שייךכא — היפך ווי עס קומט אויס, לכאורה, פון פּשטות הכתובים שבפ' בא*21 אַז דעם ציווי „והי' לאות על ידכה ולטטפת בין עיניך" זאָל מען מקיים זיין גלייךכב].

דערפאַר לערנט רש"י אין פ' באַ, אַז דער נאָמען „טטפת" איז „ע"ש ארבעה בתים". ד. ה. — לויט פּרש"י זה אַ חידוש; אין צוויי בתים זיינען געלעגן די צוויי פּרשיות „קדש" און „והי'53כי יביאך", און צוויי בתים220) זיינען געווען אָן פּרשיותכג.

און דער טעם וואָס „והי' . . לטטפת", אַז דער זכרון פון יצי"מ (ביי תש"ר) דאַרף זיין דורך פיר בתים — ווייל דער ריבוי הבתים (אויך אָן די פּרשיות) מאַכט גרעסער דעם זכרוןכד.

משא"כ אין אונזער סדרה, וואו „והיו (ל' רבים) לטטפת" גייט אויף „הדברים האלה", קען מען ניט זאָגן אַז „טטפת" איז ע"ש די פיר בתים (הגם אַז דורך דעם וועט זיין פאַרשטאַנדיק וואָס דער נאָמען „טטפת" שטייט דוקא ביי תש"ר) — וואָרום וויבאַלד אַז מיט „והיו" ווערן געמיינט „הדברים האלה", די רייד — פּרשיות אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן די מצות תפלין — דאַרף מען זאָגן, אַז אויך (דאָס וואָס עס זאָל ווערן פון די פּרשיות) „טטפת" — איז על שם מנין הפּרשיות.

ה. נאָך אַ שינוי אין אונזער סדרה לגבי דעם לשון הפּסוק אין פ' בא;

אין פ'* בא שטייט „והי' לאות על ידכה ולטטפת בין עיניך" — דער זעלבער „והי'" באַציט זיך סיי אויף „לאות על ידכה" סיי אויף „לטטפת בין עיניך". ד. ה. אַז דער „אות על54ידכה" און דער „טטפת בין עיניך" זיינען איין (הוי' און) מציאות; משא"כ אין אונזער סדרה, וואו ערשט ביי די ווערטער „לטטפת בין עיניך" גיט דער פּסוק צו דעם וואָרט „והיו"

[כאָטש דער לשון „קשירה" שבתחלת הפּסוק פּאַסט אויך אויפן של ראשכו ; איז עאכו"כ אַז בתחלת הכתוב וואָלט געשטאַנען „והיו" — וואָלט עס געפאַסט צו ביידע תפלין],

איז מוכח, אַז דאָ זיינען פאַראַן צוויי ענינים*20; דאָס אָנבינדן פון „הדברים האלה" „לאות על ידך" און זייער ווערן „לטטפת בין עיניך" זיינען צוויי מציאות'ן.

און דערפאַר, אין פ' באַ איז רש"י מפרש „ולטטפת בין עיניך — תפלין" (ניט „תפלין שבראש") — ווייל דער „לטטפת בין עיניך" איז די זעלבע מציאות („והי' ") ווי „לאות על ידכה";

משא"כ אין אונזער סדרה איז רש"י מדגיש, אַז דאָס זיינען צוויי ענינים; „וקשרתם לאות על ידך — אלו תפלין שבזרוע", און „והיו לטטפת בין עיניך — אלו תפלין שבראש".

ו. עס ווערט דאָך אָבער שווער; פאַרוואָס טיילט פאַנאַנדער דער פּסוק אין אונזער סדרה די „תפלין שבזרוע" און די „תפלין שבראש" אין צוויי ענינים — אַנדערש ווי אין פ' באַ? ולכאורה — אדרבה; וויבאַלד אַז דער נאָמען „טטפת" אין אונזער סדרה איז צוליב דעם מנין הפּרשיות — דאַרף מען זיי דאָך ניט אָפּטיילן פון די תפלין שבזרוע, היות אַז אין דעם מנין הפּרשיות זיינען תפלין שבראש ושבזרוע גלייך.

דערפאַר איז רש"י מדייק „ועל שם מנין פּרשיותיהם נקראו טטפת", אַז דער חידוש אין תש"ר לגבי תש"י באַשטייט אין דעם מנין הפּרשיות:

ביי תש"י איז נוגע בלויז, אַז אין זיי זאָלן זיין די פּרשיות פון תורה וואו עס שטייט מצות תפלין. ס'איז אָבער ניט נוגע דער מספּר פיר (והא ראי', אַז במשך די גאַנצע פערציק יאָר איידער עס זיינען געזאָגט געוואָרן די פּרשיות „שמע" און „והי' אם שמוע", זיינען אין זיי געווען בלויז צוויי פּרשיות אין זייער בית אחד);

משא"כ אין תש"ר איז נוגע דער מספּר פירכז (וואָס דערפאַר האָט אין די תש"ר געדאַרפט זיין פיר בתים אויך ווען עס זיינען געווען בלויז צוויי פּרשיות פון תפליןכח. און דערנאָך איז נאָך צוגעקומען — פריער איז דער55מספּר פיר געווען נאָר אין די בתים, און שפּעטער — איז דער מספּר געוואָרן אַ דיוק אויך אין די פּרשיות).

ז. נאָך אַ טעם וואָס אין אונזער סדרה לערנט רש"י אַז „טטפת" איז „על שם מנין פּרשיותיהם" און ניט על שם מנין הבתים;

פון דעם וואָס דער מספּר פיר (אין די תש"ר) איז תורה מרמז אין דעם וואָרט „טטפת" וואָס איז צונויפגעשטעלט פון צוויי ווערטער „טט" און „פת", איז קענטיק, אַז די פיר זאַכן אין די תש"ר טיילן זיך אין צוויי סוגים.

איז אין פ' באַ, וואו צוויי בתים זיינען געווען מיט פּרשיות און צוויי בתים אָן פּרשיות — איז פאַרשטאַנדיק ווי די פיר בתים טיילן זיך אין צוויי סוגים; אָבער לאחרי ווי עס איז געזאָגט געוואָרן אויך די פּרשיות שמע והי' אם שמוע, און אַלע פיר בתים זיינען מיט פּרשיות — פאַרוואָס־זשע טיילן זיי זיך אויך איצטער אין צוויי סוגים *כח?

דערפאַר לערנט רש"י (נוסף למה שנת"ל סעיף ד'), אַז דער נאָמען „טטפת" דאָ איז „על שם מנין פּרשיותיהם", און די פּרשיות, טיילן זיך אין צוויי סוגים: א) „קדש" און „והי' כי יביאך" זיינען געזאָגט געוואָרן פאַר מ"ת, און „שמע" „והי' אם שמוע" — נאָך מתן תורהכט. ב) דער ערשטער סוג איז אויך כולל ענין יציאת מצרים, משא"כ דער צווייטער.

און דערפאַר איז רש"י אויך דאָ מוסיף „טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים" — הגם ער האָט דאָס שוין געזאָגט אין פּרשת באַ — בכדי צו מדגיש זיין אַז אויך אין אונדזער סדרה טיילן זיך די פיר ענינים (פּרשיות) אין צוויי סוגים.

ח. פון די „ענינים מופלאים"ל אין אונזער פּרש"י;

שוין גערעדט אַמאָל בארוכה, אַז אין דער סגולה פון מצות תפלין בנוגע דער ווירקונג אויף אומות העולם — זיינען דאָ צוויי ענינים;

א) „וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך — אלו תפלין שבראש"לא אַז דורך דעם וואָס די „עמי הארץ" זעען דעם שם הוי' (שלמעלה מהטבעלב) וואָס איז דאָ ביי אידן דורך לייגן תפלין שבראש — באַקומען זיי אַ מורא פאַר אידן, במילא איז בכלל ניט שייך אַז זיי זאָלן מלחמה האַלטן קעגן אידן.

ב) „שמפני קיום מצות תפלין (וואָס מען לייגט אויף דער האַנט און אויפן קאָפּ) ותיקונן, יתקיים באנשי המלחמה וטרף זרוע אף קדקוד"לג. ד. ה. אַז ווען מצד איזה סיבה שתהי' זיינען גויים לוחם אַנטקעגן אידן איז דורך מצות תפלין ווערט „וטרף זרוע אף קדקד".

56ט. די נפקא מינה פון די צוויי ענינים איז:

ביי דעם ענין פון „וטרף זרוע אף קדקוד", האָבן די תש"י און די תש"ר — באַזונדערע פּעולות — מדה כנגד מדה: טורף זיין דעם קדקוד ע"י תפלין שבראש, וטרף זרוע — ע"י תש"י; ד. ה. דאָ איז תש"י אַן ענין בפ"ע. משא"כ אין דעם ענין פון „ויראו ממך", איז בל' חז"ל „אלו תפלין שבראש". די תש"י גיבן נאָר צו אַ תוספת „כח" אין די תש"רלד, ווי די מכילתאלה זאָגט „כשהוא נותן נותן של יד ואח"כ נותן של ראש, וכשהוא חולץ חולץ את של ראש ואח"כ של יד".

און דאָס איז מרומז אין דעם וואָס אין פ' באַ קומען די תש"י און תש"ר אַלס איין ענין, און אין משנה תורה (בפּרשתנו) — אַלס צוויי ענינים;

בשעת די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, האָט זיי משה רבינו געזאָלט פירן קיין ארץ־ישראל, און דאַן (וויבאַלד אַז „פני משה כפני חמה"לו) וואָלט די כניסה לארץ געווען אין אַן אופן פון „למעלה מהטבע"לז און די שבעה אומות וואָלטן ניט געוואַגט צו מלחמה האָבן מיט אידןלח, ווי עס שטייטל „שמעו עמים גו' חיל אחז גו' נמגו כל יושבי כנען. תפול עליהם אימתה ופחד גו'".

און דעריבער, אין פ' באַ קומען די תש"י צוזאַמען מיט די תש"ר, וואָרום אין דעם ענין פון „ויראו ממך" זיינען די תש"י ניט קיין ענין בפ"ע, כנ"ל.

משא"כ אין משנה־תורה, וואָס דאַן האָט מען שוין געוואוסט*30) אַז די כניסה לארץ וועט זיין דורך יהושע (וואָס „פני יהושע כפני לבנה"לט) און מען וועט דאַרפן אָנקומען צו מלחמות — צו „וטרף זרוע אף קדקוד" — דאַן זיינען די תפלין של יד אַן ענין בפ"ע, וואָרום זיי טוען אויף דעם וטרף זרוע.

57י. און דאָס איז אויך דער טעם וואָס גלייך נאָך יצי"מ זיינען געווען בלויז צוויי פּרשיות, אין וועלכע עס רעדט זיך דער ענין פון יצי"מ, און דערנאָך האָט מען געדאַרפט אָנקומען אויך צו די פּרשיות שמע און והי' אם שמוע, אין וועלכע עס רעדט זיך דער ענין פון מסירת נפש;

די כניסה דורך משה רבינו וואָלט געווען אַ המשך ישר פון יצי"מ; די שמועה פון די פעלקער וועגן קריעת ים סוף (דער גמר פון יציאת מצריםמ) האָט גע'פּועל'ט אַז „נמגו כל יושבי כנען".

משא"כ די כניסה דורך יהושע, ווען מען האָט געדאַרפט אָנקומען צום „וטרף זרוע אף קדקוד" — דאָ איז נוגע אויך דער ענין פון מס"נ וואָס נעמט אַרום אַלע כחות פון מענטשן, פון דעם כח היותר נעלה שבו — דער כח השכל (שבראש), ביז דעם כח היותר תחתון — דער כח המעשה (שבזרועמא), און דוקא דורך דעם ענין המס"נ האָט מען דעם כח עס זאָל זיין „וטרף זרוע אף קדקוד"מב.

יא. עס שטייט אין חסידותמג, אַז דורך דער כניסה לא"י ע"י יהושע, האָט זיך אויפגעטאָן אַ מעלה יתירה לגבי דער כניסה ווי זי וואָלט געווען דורך משה'ן. און כאָטש „פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני לבנה" — איז אָבער דאָס גופא אַ טעם פאַרוואָס די כניסה לארץ האָט געדאַרפט זיין ע"י יהושע. ווייל, דער עיקר העילוי איז ניט אין „פני חמה" וואָס ווייזטמד אויף המשכה מלמעלה למטה נאָר אין „פני לבנה" — וואָס ווייזטמד אויף העלאה מלמטה למעלה. און ווי שוין גערעדט פיל מאָל48), אַז די אמיתית הכוונה פון „דירה בתחתונים" ווערט פאַרפולקאָמט דוקא אין עלי' מלמטה למעלה, וואו דער זיכוך פון די „תחתונים" ווערט (ניט מצד גילוי אור מלמעלה, נאָר) דורך זיי גופא, אַז דער „מטה" אַליין ווערט נתעלה ביז ער ווערט אַ דירה לו ית'.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין „וטרף זרוע אף קדקוד" (צו וואָס מען האָט געדאַרפט אָנקומען דערפאַר וואָס די כניסה לא"י איז געווען דורך יהושע), איז פאַראַן אַ מעלה יתירה אויף „ויראו ממך" (וואָס וואָלט געווען ביי דער כניסה ע"י משה) — בהתאם צו דעם יתרון המעלה אין עלי' מלמטה למעלה אויף המשכה מלמעלה למטה.

איז דער ביאור אין דעם;

גילוי אור מלמעלה פּועל'ט אין קליפה ביטול ו"אתכפיא"48). דאָס מיינט, אַז כל זמן דער אור איז מאיר, שטייט דער מנגד אין אַן אופן פון „ויראו ממך"; ער וואַגט ניט זיך קעגנצושטעלן און לוחם זיין מיט קדושה, אָבער דער רע ווערט ניט נתהפך [ענלעך ווי (ס'איז געווען) ביי יציאת58מצריםמז — וואָס איז געקומען מצד גילוי אור מלמעלה — אַז דער רע איז געבליבן בתקפו48)];

אַנדערש איז דורך דער עבודה שמצד המטה, וואָס דאַן ווערט דער רע בטל לגמרי — „וטרף זרוע אף קדקוד" [ובדוגמת ווי ביי מ"תמז — וואָס איז געווען לאחרי העבודה פון ספה"ע480), עבודה שמצד המטה — איז „פסקהמ זוהמתן"48)].

יב. וי"ל בדרך אפשר אַז דאָס איז אויך דער טעם פּנימי וואָס דוקא אין משנה תורה400) איז נתחדש ונתגלה געוואָרן אַז תפלין של יד איז אַ מצוה בפ"ע:

מצד בחינת הגילויים זיינען תש"ר העכער פון תש"י, ולכן קדושתן חמורהס. וכידועסא, אַז תש"ר איז בחינת יחודא עילאה און תש"י איז בחינת יחודא תתאה. אָבער אעפ"כ, מצד דעם וואָס „נעוץ תחלתן בסופן"סב, איז דער שרש פון תש"י העכער פון תש"ר88) (בדוגמת די מעלה וואָס איז דאָ אין „פני לבנה", בחינת מלכות, אויף „פני חמה", מצד דעם ענין פון „נעוץ תחלתן בסופן כו'"סד).

און דאָס איז די שייכות פון תש"י — אַלס אַן ענין עיקרי — צו „פני יהושע כפני לבנה"; בחיצוניות איז עס מצד דעם ווייל ווען די כניסה לא"י וואָלט געווען דורך „פני משה כפני חמה" וואָלט מען ניט דאַרפן אָנקומען (כ"כ) צו (תש"י) יחו"ת; און בפּנימיות הענינים איז עס מצד די מעלה וואָס איז דאָ אין יחו"ת אויף יחו"ע, וואָס דער עיקר ענין הבירורים טוט זיך אויף דורך דער עבודה פון יחו"ת דוקאנה. ובדוגמת המעלה פון „וטרף זרוע אף קדקוד" אויף „ויראו ממךז 68).

יג. אין תורה זיינען דאָך אַלע ענינים בתכלית הדיוק; איז דערפון59פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער צווייטער חילוק אין תפלין — וואָס דוקא אין משנה תורה זיינען צוגעקומען די פּרשיות „שמע" און „והי' אם שמוע", איז שייך להנ"ל. ווייל די פּרשיות קדש און והי' כי יביאך67) זיינען שייך צום אופן העבודה מצד פני משה כפני חמה, און די פּרשיות שמע און והי' אם שמוענז — צום אופן העבודה מצד פני יהושע כפני לבנה.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס די פּרשיות „קדש" און „והי' כי יביאך" זיינען מוחין — חכמה ובינה, און „שמע" מיט „והי' אם שמוע" זיינען (דעת הנחלק ל)חסד וגבורה, מדות68).

און דאָס איז אויך דער טעם פּנימי פון דעם וואָס די פיר פּרשיות טיילן זיך אין צוויי סוגים — „טט בכתפי" און „פת באפריקי" — ווייל מדות נעמען זיך פון ב' כתפין דאריך וועלכע זיינען מרומז אין „כתפי", און מוחין נעמען זיך פון ב' פרקי הידים דאריך וועלכע זיינען מרומז אין „אפריקי"69).

ווערט דאָך לפ"ז די שאלה; אויב אין די תפלין פון די אידן אין מדבר, זיינען צוויי בתים געווען אָן פּרשיות, און יענע צוויי בתים זיינען געווען בלויז — בכדי צו פאַרגרעסערן דעם זכרון פון יצי"מ וואָס שטייט אין די פּרשיות „קדש" און „והי' כי יביאך", קומט דאָך אויס אַז אַלע פיר בתים זיינען דער ענין פון מוחין, היינט פאַרוואָס שטייט אויך אין פ' באַ דער לשון „טטפת" — טט בכתפי און פת באפריקי — וואָס ווייזט אויף ביידע זאַכן מוחין און מדות?

איז דער ביאור אין דעם; אויך אין פ' בא זיינען די פיר בתים געווען איינגעטיילט אין די צוויי סוגים מוחין און מדות; נאָר דאָרט זיינען די מדות באופן וואָס זיי קומען פון מוחין בדרך ממילא און מען דאַרף אויף זיי ניט האָבן קיין עבודה מיוחדת80). און דעריבער זיינען אויך די צוויי בתים וועלכע זיינען מרומז אין „טט בכתפי" (מדות) — שייך צו „קדש" און „והי' כי יביאך" — מוחין.

און דאָס איז דער טעם וואָס די צוויי פּרשיות שמע והא"ש זיינען ערשט נתחדש געוואָרן אין משנה תורה; ווען די כניסה לא"י וואָלט געווען דורך משה'ן, וואָלט דאַן ביי אַלע אידן געווען ראי' אין אלקותסא. און בשעת די עבודה איז בבחי' ראי', דאַרף ניט זיין קיין התעסקות מיוחדת אויף התעוררות המדות, ווייל דורך ראי' ווערט דער מענטש נדבק לגמרי אין דעם דבר הנראה82); משא"כ בשעת די כניסה לא"י איז דורך יהושע, וואָס מצד דעם איז „ועתה ישראל שמע גו'"סג, אַז די עבודה איז בלויז בבחי' שמיעה — דאַן דאַרף60מען אַן עבודה מיוחדת צו מעורר זיין מדותסד.

יד. אע"פ אַז די מדות ווען זיי קומען פון מוחין בדרך ממילא, זיינען פיל העכער פון די מדות ווען זיי קומען דורך אַ התעסקות מיוחדת, אָבער בנוגע צו דעם בירור פון נפש הבהמית — איז פאַראַן אַ מעלה אין די מדות שע"י התעסקות. ווייל דער נפש הבהמית איז עיקרו מדות, און דעריבער85) דערנעמען אים ניט אויף אַזוי פיל די מדות וועלכע זיינען שייך צו מוחין — ווי עס פּועל'ן אויף אים מדות ממש88).

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער יתרון פון „וטרף זרוע אף קדקוד" אויף „ויראו ממך" — וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך דער כניסה לא"י על ידי יהושע — איז פאַרבונדן (ניט בלויז דערמיט וואָס אין משנה תורה איז נתחדש געוואָרן דער ענין פון תש"י ווי אַ מצוה בפ"ע, וכנ"ל סו"ס יא, נאָר אויך) מיט דעם וואָס אין משנה תורה זיינען צוגעקומען די פּרשיות שמע און והי' אם שמע;

די עבודה שמצד המוחין — „קדש" און „והי' כי יביאך", פּועל'ט אויפן נה"ב ביטול לפי שעה אָבער ניט אתהפכא — „ויראו ממך", און די עבודה שמצד המדות, „שמע" און „והי' אם שמוע" — פּועל'ט אתהפכא, „וטרף זרוע אף קדקוד". עס איז דאָ נאָר טוב.

(משיחת ש"פ ואתחנן תשכ"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4c4jbvyr

Copies

Recent activity

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · approved
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · closed

Sources