Likkutei Sichos
Re'eh 2
106ראהב
א. פּרשת ראה לייענט מען אַלעמאָל דעם שבת אין וועלכן מען בענטשט ר"ח אלולא, אָדער (דעם ערשטן טאָג*1 פון) ר"ח אלול גופא.
ענינו פון חודש אלול, חודש הרחמים והסליחות, איז דאָך — תשובהּט, געפינט מען אין פּ' ראה אַ גרויסן חידוש בנוגע דעם כח פון תשובה — אויף ווי ווייט תשובה קען ווירקן, וואָס אין אַנדערע ערטער געפינט מען עס ניט.
בכלל, העלפט תשובה נאָר בנוגע צו בית דין שלמעלה אָבער ניט בנוגע צו בית דין שלמטה. ווי די גמראח זאָגט; „חייבי כריתות . . אם עשו תשובה ב"ד של מעלה מוחלין להן, חייבי מיתות ב"ד . . אם עשו תשובה אין ב"ד של מטה מוחלין להן". און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע מיתות ב"ד, אַזוי איז אויך בנוגע אַלע אַנדערע עונשי ב"ד של מטה, אַזוי ווי מלקות וכיו"ב.
[און דער טעם דערויף איז; וויבאַלד אַז תשובה איז עיקרה בלבד, קען דעריבער ב"ד של מטה זיך ניט רעכענען מיט דעם — ווייל אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואותה].
אָבער בשייכות צו די עונשים וואָס ב"ד דאַרפן מעניש זיין אַן עיר הנדחת — „הכה תכה את יושבי העיר ההיא לפי חרב גו' ואת כל שללה תקבוץ גו' ושרפת באש גו'"ו — פּסק'נט דער רמב"םז, אַז „אם חזרו ועשו תשובה מוטב". וואָס דאָס איז דאָך אַ חידוש גדול ביותר, און ווי דער ראב"ד זאָגט (און פרעגט) אויף דעם; „לא מצאתי תשובה מועלת אחר התראה ומעשה".
דער כסף משנה איז מבאר, אַז דער טעם פון דעם וואָס דער רמב"ם האַלט אַז ביי עיר הנדחת העלפט תשובה „אחר התראה ומעשה" איז, ווייל די התראה וואָס מען גיט די אנשי עיר הנדחת איז ניט קיין התראה גמורה, וואָרום מען איז דאָך ניט מתרה „לכל אחד בפרט" נאָר אַלע אנשי העיר צוזאַמען.
אָבער דער תירוץ איז ניט פאַרשטאַנדיק; דער כלל „חייבי מיתות ב"ד . . אם עשו תשובה אין ב"ד של מטה מוחלין להן" איז דאָך [ניט מצד דעם וואָס תשובה העלפט ניט נאָך התראהח, נאָר] ווייל ב"ד של107מטה קענען זיך ניט רעכענען מיט דברים שבלב,
היינט וויבאַלד אַז קודם שעשו תשובה, ווען עס איז נתברר געוואָרן אַז „הודחה כולה" אָדער „רובה", זיינען זיי שוין נתחייב געוואָרן (בב"ד טל מטה) די עונשים וואָס עס קומט אנשי עיר הנדחת (דערפאַר וואָס ביי עיר הנדחת דאַרף מען ניט האָבן קיין התראה גמורה) , איז ווי קען תשובה מבטל זיין די עונשים — היפּך הכלל אַז „אין ב"ד של מטה מוחלין להן"?
ב. דער ראָגאַטשאָווערט פאַרענטפערט די שיטת הרמב"ם אויף אַן אַנדער אופן. ער זאָגט, אַז מיט די ווערטער „אם חזרו ועשו תשובה מוטב" מיינט ניט דער רמב"ם צו זאָגן אַז עס קומט זיי אינגאַנצן ניט קיין עונש, נאָר ער מיינט, אַז דעם דין פון עיר הנדחת האָבן זיי ניט.
ביי עיר הנדחת איז דאָך דער דיןי, אַז אויך די נשים וטף (פון די וואָס האָבן געדינט ע"ז) און אויך „כל נפש חי' אשר בה" הרג'עט מען לפי חרב, ביז אַז „ושרפת באש את העיר ואת כל שללה", און אפילו די „נכסי הצדיקים שבתוכה" — איז לגבי דעם זאָגט דער רמב"ם „אם חזרו ועשו תשובה מוטב", אַז מען טשעפּעט ניט די נשים וטף וכו'. אָבער די עובדי ע"ז אַליין, קומט מיתה (סקילה) אויך לאחרי ווי „חזרו ועשו תשובה", ווייל לגבי דעם העלפט טאַקע ניט תשובה.
אָבער אויך דער תירוץ איז ניט מובן; דער כלל „אם עשו תשובה אין ב"ד של מטה מוחלין להן" איז דאָך (ווי פאַרשטאַנדיק אויך פון הטעם ע"ז — הנ"ל — אַז אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות), אַז דורך „עשו תשובה" האָט זיך דער פסק דין ב"ד של מטה ניט געביטן — במילא איז דאָס דאָך ניט בכח (ניט בלויז בנוגע צו אַראָפּנעמען לגמרי דעם עונש, נאָר אויך ניט) אפילו צו פאַרגרינגערן דעם עונש — היינט וויבאַלד אַז קודם שחזרו ועשו תשובה זיינען זיי נתחייב געוואָרן מיט אַ האַרבן עונש (אַז אויך נשיהם וטפּם האָט מען געדאַרפט הרג'ענען, און אויך „ממונם אבד"יא), איז ווי אַזוי איז זיי ב"ד של מטה מוחל דעם עונש מצד דעם וואָס „עשו תשובה"?
ג. וואָס איז בכלל דער מקור צום רמב"ם'ס דין „אם חזרו ועשו תשובה מוטב"? — זאָגט דער ראָגאַטשאָווערט, אַז דאָס איז פון פּסוקיב „ארדה נא ואראה גו'" וואָס שטייט ביי סדום; סדום איז געווען דער גדר פון עיר הנדחתיג, און וויבאַלד אַז בנוגע צו108סדום האָט דער אויבערשטער געזאָגט „ואם תיבין לא אתפרע"יד — דערפון נעמט דער רמב"ם אַרויס, אַז ביי (יעדער) עיר הנדחת העלפט תשובה.
איז אויך אין דעם ניט מובןטו; ווי קען מען אָפּלערנען דינים אין עיר הנדחת נאָך מתן תורה, פון סדום וואָס איז געווען פאַר מתן תורה — עס איז דאָך פאַראַן אַ כללטז אַז „אין למדין מקודם מתן תורה"?
און הגם אַז בדוגמא לזה געפינט מען אין ירושלמייז און תוספתאיח, און דאָס איז, אַז דעם דין וואָס אויך די נכסי צדיקים שבתוך עיר הנדחת נשרפין בתוך שללה, לערנט מען אָפּ פון דעם וואָס ממונו של לוט נאבד בסדום,
איז דאָרט גופא אויך ניט פאַרשטאַנדיק; ווי קען מען טאַקע אָפּלערנען אַ הלכה לאחרי מ"ת פון ממונו של לוט וואָס ער איז געווען קודם מ"ת?
ד. וועט מען פאַרשטיין דעם ביאור בכל הנ"ל, בהקדים נאָך אַן ענין תמוה וואָס מען געפינט אין די דינים פון עיר הנדחת;
ביי ע"ז איז דער דין, אַז אויב אַ יחיד דינט ע"ז קומט אים דערפאַר סקילה. ווי איז אָבער ווען כל אנשי העיר, אָדער אַפילו בלויז רובה, האָבן געדינט ע"ז (און ס'זיינען דערביי אויך דאָ די אַנדערע תנאים וואָס דאַרפן זיין ביי עיר הנדחת), גיט מען זיי דאַן אַ גרינגערע מיתה — זיי זיינען נידון בסייףיט.
ולכאורה; דער דין איז, אַז בעת אימעצער איז עובר אויף אַן עבירה (אָדער כמה עבירות) מצד וועלכע ס'קומט עם צוויי פאַרשידענע מיתות, איז ער „נידון בחמורה" *יט.
— איז דאָך עפּ"ז בנדו"ד תמוה; וויבאַלד אַז יעדער איינער פון די אנשי עיר הנדחת איז (אויך) אַ יחיד, און מצד דעם קומט אים במילא (ניט בלויז הרג, מצד דעם דין פון אנשי עיר הנדחת, נאָר אויך) סקילה, היינט פאַרוואָס זאָגט די תורה אַז ער איז נידון בסייף — אַ מיתה קלה, און ניט בסקילה וואָס איז האַרבער פון סייף?
די תמי' איז נאָך אַ גרעסערע; כל זמן דער לעצטער מענטש — וועלכער איז משלים דעם „רוב" פון די אנשי העיר, האָט נאָך ניט געדינט קיין ע"ז, זיינען אַלע (פריערדיקע) עובדי ע"ז פון יענער שטאָט נאָך אַלץ געווען „יחידים", און עס האָט זיי געקומט סקילה. היינט ווי אַזוי גייט עס אַראָפּ דער חיוב סקילה פון זיי אַלעמען —109דורך דעם וואָס דערנאָך האָט נאָך איינער געדינט ע"ז?
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז דער דין „הכה תכה את יושבי העיר ההוא לפי חרב", איז ניט אַ דין אויף יעדן איינעם פון די תושבי העיר באַזונדער, נאָר אויף אַלע „יושבי העיר" צוזאַמען. ד.ה. אַז דורך דעם וואָס הודחה העיר כולה אָדער רובה, זיינען זיי געוואָרן אַ נייע מציאות; ניט זיי זיינען אַ סך יחידים וועלכע זיצן אין איין שטאָט, נאָר עס ווערט פון זיי איין (נייע) מציאות — אַ מציאות פון אַ ציבור עובדי ע"זכ „יושבי העיר". און וויבאַלד זיי זיינען געוואָרן אויס מציאות פון יחידים (בנוגע חטא עיר הנדחתכא) נאָר אַ מציאות חדשה — איז בדרך ממילא אויך דער דין פון די יחידים געוואָרן אויס — און עס קומט אַ נייער דין — סייף.
ה. עפּ"ז וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס ביי עיר הנדחת הרג'עט מען אויך די נשים וטף פון די עובדי ע"ז. ולכאורה; די נשים וטף איז דאָך לא חטאו, פאַרוואָס־זשע קומט זיי מיתה?
מפרשים זאָגן29), אַז דאָס איז בכדי „לרדות הגדולים בהריגתן שהן חביבין עליהן". דער הסבר איז אָבער לפענ"ד ניט מספּיק; וויבאַלד אַז מצד עצמם קומט די נשים וטף ניט קיין מיתה, איז ווי קען מען זיי הרג'ענען בלויז צוליב אַנדערע — „לרדות הגדולים"?
וי"ל הביאור אין דעם; דער דין פון „הכה תכה את יושבי העיר גו'", איז ניט ווי יעדער חיוב מיתה וואָס איז אַן עונש צוליב אַ חטא, נאָר ס'איז אַ דין אויף די „יושבי העיר".
און וויבאַלד אַז מצד דער שייכות פון די נשים וטף צו זייערע מענער און טאַטעס, זיינען אויך זיי (כל זמן זיי געפינען זיך אין דער שטאָטכח) געוואָרן אויס מציאות פון יחידים נאָר אַ חלק פון דעם ציבור יושבי העיר (פּונקט ווי זייערע מענער און טאַטעס), רעכנט מען זיך דעריבער ניט דערמיט וואָס „לא חטאו", און זיי גייען אַריין אין דעם כלל פון „יושבי העיר" אויף וועמען עס שטייט „הכה תכה גו' לפי חרב".
ו. אַזוי ווי דאָס איז בנוגע צום דין פון „הכה תכה גו'" כנ"ל, אַזוי איז עס אויך בשייכות צום דין „ושרפת באש את העיר ואת כל שללה", אַז דאָס איז (ניט קיין עונש מיט וועלכן מען איז מעניש די אנשי עיר הנדחת, אַז „ממונם אבד", נאָר דאָס איז) אַ דין וואָס לייגט זיך אויף דער שטאָטכד.
110ד.ה. אַז אַלע נכסים וואָס געפינען זיך אין אַן עיר הנדחת, זיינען ניט קיין נכסים פון יחידים נאָר נכסי עיר הנדחת. און דערפאַר איז דער דין, אַז אויך „נכסי צדיקים שבתוכה נשרפין בכלל שללה", ווייל זיי זיינען (ניט קיין נכסי יחידים, נאָר) „שללה" פון עיר הנדחתכו.
ועפּ"ז וועט אויך ווערן פאַרענטפערט ווי מען לערנט אָפּ אַז נכסי צדיקים נשרפין בתוך שללה, פון ממונו של לוט שנאבד בסדום — כאָטש אַז „אין למדין מקודם מ"ת" — ווייל דער כלל „אין למדין מקודם מ"ת" איז בנוגע צו אַ הלכה (מצד דעם וואָס „ניתנה תורה ונתחדשה הלכה"כ), אָבער בשעת ס'איז דאָ אַ שאלה אין אַ מציאות, קען מען עס אָפּלערנען אויך פון פאַר מ"ת, כאָטש אַז דורך דעם קומט דערנאָך אַרויס אַ נפק"מ להלכהכז.
און דעריבער קען מען אָפּלערנען דעם דין „נכסי צדיקים נשרפין בתוך שללה" פון ממונו של לוט — ווייל דאָס וואָס מען לערנט אָפּ פון ממונז של לוט איז (ניט דעם דין אַז נכסי צדיקים נשרפין, נאָר), אַז נכסי צדיקים שבתוך עיר הנדחת זיינען אַ טייל פון דער עיר (ניט ווי נשיהם וטפּם פון די צדיקים וואָס זיי גייען ניט אַריין אין כלל פון „יושבי העיר"), און וויבאַלד אַז דער לימוד איז בנוגע צו אַ מציאות, קען מען עס אָפּלערנען אויך פון פאַר מ"ת.
ז. ע"פּ כהנ"ל וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק דער פּסק הרמב"ם „אם חזרו ועשו תשובה מוטב" — הגם אַז עס העלפט ניט קיין תשובה אויף אַראָפּנעמען עונשי ב"ד של מטה — ווייל דורך די תשובה פון די אנשי עיר הנדחת ווערן זיי צוריק „יחידים" און עס ווערט בטל דער מציאות ה„צבור" פון „יושבי העיר"כח.
113איז דאָך אַן אחדות וואָס איז פאַרבונדן מיט ע"ז, דער סאַמע קצה ההפכי פון (אמונה אין) הוי' אחד — איז ווי קען מען דאָס זאָגן אַז אָט־די אחדות איז פאַראַן מצד דעם וואָס אידן זיינען מושרש אין הוי' אחד?
אָבער אין אמת'ן איז עס קיין קשיא ניט. וואָרום מצד דעם כח הבחירה וואָס איז פאַראַן ביי אידן — וואָס דער כח הבחירה נעמט זיך פון עצמות, וואָס „אין מי שיעכב בידו"לט (וואָרום ער איז „כל יכול" און „נמנע הנמנעות"מ) — איז ער ניט געבונדן מיט קיינע גדרים
[וואָס דערפאַר קען אַ איד בוחר *) זיין ר"ל (ניט בלויז צו טאָן אַנדערע עבירות — אין וועלכע ער רעדט זיך איין אַז „עודנו ביהדותו"מא, נאָר אויך צו דינען ע"ז — הגם אַז דאָס איז דער היפּך פון זיין טבעמב — ווייל אויך די בחירה חפשית פון אַ אידן איז אין אַן אופן וואָס „אין מי שיעכב בידו"מג — זי האָט אויף זיך ניט קיינע הגבלותמד]
און דעריבער קען ער „אַריינשלעפּן" דעם ענין פון אחדות — וואָס איז ביי אים דאָ מצד דעם וואָס ער איז מושרש אין אחדות הפּשוטה כנ"ל — אויך אין אַן ענין פון ע"ז וואָס איז דער סאַמע היפּך פון אחדות הפּשוטה.
יב. ע"פּ כל הנ"ל וועט ווערן מוסבר דער טעם וואָס ביי עיר הנדחת איז דער דין „אם חזרו ועשו תשובה מוטב" — הגם אַז בכל התורה כולה העלפט ניט קיין תשובה לגבי עונשי ב"ד של מטה
— ווייל דאָס וואָס בכל התורה כולה העלפט ניט קיין תשובה לגבי עונשי ב"ד של מטה, איז עס מצד דעם וואָס דער פּגם וועלכער איז געוואָרן דורך די חטאים (וואָס זייער עונש איז איבערגעגעבן געוואָרן צו ב"ד שלמטה48)), איז ניט בלויז אין די ענינים הפּנימיים פון דעם עובר עבירה, נאָר אויך אין זיינע ענינים החיצוניים. און וויבאַלד אַז אויך לאחרי שעשה תשובה, האָבן זיך זיינע ענינים החיצוניים נאָך ניט געביטן לגמרי
[וואָרום דאָס גופא וואָס אַ צווייטער114מענטש קען טראַכטן אַז ער האָט ניט תשובה געטאָן, איז אַ ראי' אַז עס פעלט עפּעס אין זיינע ענינים חיצוניים],
דעריבער דאַרף ער האָבן אַן עונש ר"ל בכדי צו מתקן זיין דעם פּגםמ.
משא"כ ביי עיר הנדחת, כאָטש אַז אויך דער פּגם איז אויך אין די ענינים החיצוניים פון די אנשי עיר הנדחת, וואָס דעריבער איז זייער עונש איבערגעגעבן געוואָרן צו ב"ד שלמטה — וויבאַלד אָבער אַז די גאַנצע מציאות הציבור פון עיר הנדחת קומט מצד הנשמה כנ"ל (סעיף י'), איז דער פּגם בחיצוניות ניט קיין ענין בפני עצמו, נאָר ער ווערט נגרר נאָך די פּנימיות,
און וויבאַלד אַז דורך תשובה ווערט נתבטל דער פּגם בפּנימיות, ווערט בטל במילא אויך דער פּגם בחיצוניות — און דערפאַר איז דער דין אַז „אם חזרו ועשו תשובה מוטב".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט׳
- Id
- rh-2fzarxm1