עברית
Library

ר"ח סיון

220

מען אָנהייבן צו באַגרייפן, ווי עס דאַרף זיין יעדע "הקהל" אונטערנעמונג פאַר אַ מוסד תורה און מוסד חינוך.

און ווי חכמינו ז"ל דריקן זיך אויס אין דעם קורצן אָבער העכסט טיפן וואָרט: ביום הזה (באו מדבר סיני) — שיהיו דברי תורה חדשים עליך כאילו היום ניתנו. דאָס מיינט, אַז דער צוגאַנג צו יעדע זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה דאַרף זיין דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל — פון פרייד, ציטער, אחריות — מעין און ענליך וואָס אידן האָבן געפילט בשעת מתן­תורה און קבלת­התורה.

דעריבער וויל איך זיין זיכער, אַז די יערלעכע מסיבה פון מוסד חינוך אהלי תורה וועט דינען פאַר אַלע פריינד פון דעם מוסד, ניט ווייניגער ווי פאַר דער הנהלה, רביים, משפיעים און תלמידים, שיחיו, אַלס אַ וויכטיגער מאָמענט פון חשבון הנפש — והמעשה הוא העיקר — צו פאַרשטאַרקען דעם מוסד בגשמיות וברוחניות גם יחד, יעדערער אין זיין (און איר) געביט:

האנשים — די בעלי­בתים (תורה שטיצער) צוזאַמען מיט דער הנהלה און עלטערן, איש וביתו; והנשים — אם הבנים און עקרת הבית; והטף — די תלמידים, איצטיגע און צוקונפטיגע,

כדי אַלע צוזאַמען, אין דעם גייסט פון הקהל, צו דערפילן אין דער פולסטער מאָס די כוונה און די דערגרייכונגען וואָס דער מוסד דאַרף און קען דערגרייכן בעזר השי"ת.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות

ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

ב"ה, יומא תליתאיא דפ' בהעלותך את הנרות,

בירחא תליתאיב, ה'תשמ"ז.

ברוקלין, נ.י.

אל תלמידים המסיימים

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

במענה על ההודעה ע"ד חג הסיום של הישיבה שיתקיים בקרוב,

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-2c89sq3b

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources