עברית
Library

ר"ח סיון

219

פאַרשטאַרקען און אויסברייטערן די מוסדות חינוך אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו, וועלכע פאַרנעמען זיך מיט דער דערציאונג פון די צוקונפטיגע דערציערינס און בויערינס פון אידישן פאָלק.

השם יתברך זאָל מצליח זיין אייער אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, און דער זכות זאָל אייך אַלעמען, מיט אייערע בני­בית שיחיו, ביישטיין געבענטשט צו ווערן פון דעם אויבערשטן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה

ולבשורות טובות.

ב"ה, ראש חודש סיון — ביום הזה באו מדבר סיני — ה'תשמ"ח

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן

דינער פון מוסד חינוך אהלי תורה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם יערלעכן דינער וואָס וועט הייאָר פאָרקומען אי"ה ביום א' כ' סיון, תשמח, הבע"ל.

שיק איך אַ האַרציגע באַגריסונג און ברכה צו די געערטע געסט און אַלע אָנטיילנעמער אין דער מסיבה, שיחיו. ויהי רצון, אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין בהצלחה רבה אין אַלע פרטים.

בפרט אַז הייאָר איז שנת הקהל.

און כאָטש דער ענין פון הקהל איז אַרומגערעדט געוואָרן בארוכה באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן, איז דאָך יעדע תורה אונטערנעמונג קובע אַ ברכה בפני עצמה, און דאַרף דורכגעדרונגען ווערן פון דעם גייסט פון הקהל, בפרט אין די ענינים וועלכע האָבן אַ ספּעציעלע שייכות דערצו.

ובנידון דידן, ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ מוסד חינוך וואָס טראָגט דעם נאָמען "אהלי תורה" — איז פאַרשטאַנדיג, אַז דער ענין און גייסט פון הקהל האָט גאָר אַ גרויסע שייכות צו דעם מוסד, נעמענדיג אין אַכט די הדגשה פון תורה, ניט נאָר אויף "האנשים והנשים — נאָר בפירוש ובמיוחד — והטף", די קליינע קינדער.

וויבאַלד אַז דער ענין פון הקהל איז "כיום שניתנה בסיני" — ווי דער טאָג ווען עס איז פאָרגעקומען, אַזוי צו זאָגן, דער ערשטער "הקהל" אין אידישן לעבן, קען

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-41pvxs4h

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources